אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

מי חכם האט געשריבן:זיי (שמעון ראלניצקי) זאגן דאך אז די רעדע איז איבער א סך הכל פון זיבן טויזנט דאלער במשך צען אדער צוואנציג יאר.. בקיצור, א זשאוק.

Malicious prosecution איז נישט קיין עכטע זאך? נישטא אזא מושג? פראסעקיוטערס זענען אייביג אימיונט?


דאס מאכט בכלל נישט קיין סעסנס.. סילווער האט זיך נישט גענויטיגט אין זיבן טויזענט דאלער, במשך און צען יאר.. אז ער זאל עס נעמען איליגעל.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

אדער איז עס געווען טאשן געלט, אפשר אפילו באצאלט מיט קעש, און סילווער האט עס גענוצט צו קויפן דעינישעס אין די ווענדינג מאשין, דערפאר האט דאס געלט נישט געמאכט זייער וועג צו די רעפארט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

תגובה דורך וואס איז »

מי חכם האט געשריבן:אדער איז עס געווען טאשן געלט, אפשר אפילו באצאלט מיט קעש, און סילווער האט עס גענוצט צו קויפן דעינישעס אין די ווענדינג מאשין, דערפאר האט דאס געלט נישט געמאכט זייער וועג צו די רעפארט.

זייער טייערע דענישעס...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

פארגעס נישט אז מען רעדט דא פון א משך פון צוואנציג יאר צי וויפיל, אויב קויפסטו יעדן טאג א דעיניש פאר 20 יאר קומט עס אויס מער ווי זיבן אלפים..
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

20 יאר צוריק האט עס דאך נאך געקאסט 89 סענט ניין?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

יעדער ציטערט אין די הויזן. די דיסטריק אטורני זאגט אז ער איז נאכנישט פארטיג און נאך ארעסטן גייען נאכפאלגן.. קיינער ווייסט נישט וועם ער מיינט און מ'שפעקאלירט פון קאומאו ביז דוב הייקינד
אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:47 pm

תגובה דורך טאטלע »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:דאכט זיך ער גייט מיט א בלויזן קאפ

זעה בייגעלייגטן בילד געכאפט מיט עטליכע יאר צוריק אין בעסערע צייטן. (זעלבסט פארשטענדליך אז ער גייט נישט אלעמאל אנגעטון מיט א הוט, אבער ווי דערמאנט איז ער א שומתומ"צ)
מיין ידיד א עסקן האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק אז ער האט זיך געפונען אין אלבאני פאר א שתדלנות, און ער האט געדאווענט מנחה מיט שעלדאן סילווער וועלכער איז געווען דער בעל תפלה אין יענעם מנין.
יענער עסקן זאגט מיר היינט אז זיין ארעסט איז א געוואלדיגע קלאפ פאר די היימישע עסקנים וועלכע האבן געהאט אן אפענעם טויער ביי אים

"אן אפענעם טויער"....

לאו דוקא.

ער האט אייביג ווען מען האט עפס געוואלט אויף טאן געזאגט אז ער ווייל נישט ווייל עס איז א חילל השם.
אסך עסקנים זאגען אז ער האט נאך די מערסטע געשטערט
א בחינה פין אחרי מות קדושים
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

שוין געווען פעלער וואס פראסעקיוטערס האבן כדי צי צייגען מאכט האבן זיי ארעסטירט הויכע פאליטישאנס און שישקעס און שטייצעך געלאזט פאטאגריפירן און געהאלטן פרעסע קאנפרענצען איבער די סיטואציע, אלעס פארדעם צי קענען ווייזן מאכט. און ווען אחרי ככלות הכל איז דער א.ג פארברעכער ארויס פריי האט מען געמאכט א וישתוקו דערפון, יענער האט זיך געפרייט אז ער איז פריי און דער פראסעקיוטער בלייבט פעימאס.

אויב איינער האט אויסגעהערט די אינטערוויא פון יענעם "דאונט טאלק טאא פאליס" זאגט ער דארט אז א פאליס אפיציר קעם נאךפארען א קאר און אים אזוי לאנג מאכפארען ביז ער פאקט יענעם ביי א פארלעצונג.

א פאליטישאן וואס זיצט אויף אן אמט אוןהאט א פארקער מיט מענטשן וואס זוכען צי זיין מיוחסים וכדו' וועלן אלעס אנווענדען אז דאס זאל פאסירן, מ'וועט אפילו גיבן געלט, צי שוחד אדער סתם לעגאל געלט, אלס הכסף יענה את הכל און איינמאל מ'שמירט איינעם קען מען יענעם נישט אפזאגען. און וועלכער פאליטישאן דו וועסט נאכגיין, אויב קריכסטו אריין אין יענעם וועסטו טרעפן פארלעצונגען רעכטס און לינקס, א מענשט איז א מענטש און אויב איז'ס געזאגט געווארן כלפי שמיא איז כ"ש כלפי דיני אדם.

וואטעווער די מעשה דא איז געווען איז קיין שום ראי' פון וואס דער פראסעקיוטער זאגט, אויב קען'ר זאגן "סאבסטענשועל אמאונט' אפון געלד מיינט נאך נישט ווער ווייסט וויפיל, ווילאנג זיי זאגן נישט קיין סכום מיט פראאף דערויף על'ך גלויבן וואס שמעון ראלניצקי זאגן, נישט ואזוי ווייט ווייל שעלי איז א איד, נאר ווייל דאס'ז דער גאנג פון פראסעקיוטערס, און אפילו ווען זיי זאגען א סכום קען'ס אויך זיין הוילע גראבע ליגענט. און יא, זיי גייען ארעסטירען פאר א סינגל דאללער אויך... זיי וועלן זיכער מאכן אז אויב די קעיס פאלט זאל יענער נישט האבן די העזה צי פארציילען פאר איינעם אז זיי זענען געווען אומגערעכט, מען רופט נישט די מידיע ביים ארויסלאזען, מען רופט נאר ביים ארעסט. און די משוגעים כאפן זיך ארויף דערויף ווי צי געבראטענע פלאנקען.

די זעלבע זאך איז מיט גלויבן דעם פראסעקיוטער בלינדערהייט ווייל 'מסתמא איז עפעס דערינען, מען ארעסטירט נישט אומזיסט...' ווייל פאפט אייך נישט די חברה ארעסטירען אומזיסט אויב דאס וועט אים ברענגען אטענשאן אדער אז מענטשן זאלן 'ציטערן' פון אים. דאס'ז אויך א תאוה ווי אלע תאוות.

פאר די היסטאריע דעפון; אונזער געוועזענער מאיאר דזשוליאני וועם יעדער האט געגליכען פאר מאכן ארדענונג אין ניו יארק האט געהאט געלאפען אקעגן דינקינס'ן די ערשטע מאל אויך, אין די אידן האבן צווישן אנדערע אויך אינדארסירט דעם שחור ווס. דזשוליני, פ"וו? דער איז געווען א פראסעקיוטער ביז דאן, ער האט פאר ווען ווייזן מאכט ארעסטירט וועם אימער, ובכללם אפאר היימישע עסקנים און געמאכט פאטאש פון זיי, ני ציוואס זאל מען'ם שטיצען און נאך אריינוועלן? למעשה איז דער שחור געווען אזא שיכור אאז מען האט אים שוין יא אינדארסירט דעם קומענדיגען מאל.

וואס כ'מיין צי זאגן איז אז ווען מען וויל קען מען ארעסטירען איעדען פאליטישאן, און יא, אפילו דעם פראסעקיוטער אליין, די פראגע איז נאר ווער זאל'ס טאהן.. אבער איעדער איז אויף געבראטנע זיצן. מיר איז נאך סילווער ווייטער דער זעלבער פיינער מענשט און דער פראסקיוטער א הונט.
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובה דורך פערפעקט »

אסאך כוחות האט ער אריינגעלייגט צו האלטן אפן די סקול דיסטריקט אין קרית יואל.
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

Assembly speaker has long-standing ties to Kiryas Joel, Catskills


http://www.recordonline.com/storyimage/ ... g&MaxW=650

In Sheldon Silver's more than 20-year reign as Assembly Speaker, he has had heavy influence in the mid-Hudson Valley

The Manhattan Democrat who's facing federal charges of graft and corruption, was first elected to the Assembly in 1976 and became speaker in 1994

Silver has a long relationship with the Village of Kiryas Joel's leaders that dates back to at least 1989, when he helped craft legislation creating a public school district to serve the Hasidic community's special-education students. In 1994, after the U.S. Supreme Court declared the law constitutional, Silver - then in his first year as speaker - helped develop a new version that the state quickly enacted to preserve the district. He and Gov. Mario Cuomo, also a champion of the Kiryas Joel School District, were greeted as heroes at a joyous reception in Kiryas Joel that August

Silver became a powerful patron for the village and an influential intermediary for Democratic candidates seeking the support of Kiryas Joel's voting blocs. In 2006, he appealed to Kiryas Joel's leaders to support congressional challenger John Hall, who narrowly beat Republican incumbent Sue Kelly with the assistance of 2,900 Kiryas Joel votes

Months later, Silver steered $3 million in state Dormitory Authority funds to Kiryas Joel for construction of an $11.4 million rest home for postpartum mothers, which was built almost entirely with state and federal grants. Thursday's indictment against Silver cited his control of large pots of discretionary state funds, including "capital funding through certain state public authorities that is available to projects backed by Silver
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

@מחותן די פארשטייסט עכט נישט פארוואס זיי שרייבן עס? זיי זענען א לאקאלע צייטונג און זיי שרייבן אז די גרויסע נייעס פין שעלי סילווער האט אויך שייכת צי ארענדזש קאנטי.

דיסקלעמר איך זיך מיך בכלל נישט אנצונעמן פאר די רעקארד. אבער אז דו שרייבסט אזוי ווי ממש ס׳קומט צאם הודו מיט כוש.. שוין זאל זיין.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

אמת, אבער זיי האבן א איינגענדע מערכה מיט KJ און אינאיינעם מיט UM זיכען זיי כסדר ווי KJ קען ארויסקימען נעגאטיוו, דא האבן זיי מער די כוונה אויסצורעכענענן וואס KJ באקימט אלץ ווי איידער א אומשולדיגע באריכט איבער זיין שייכות צו ארענדש קאנטי.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

אויך אמת. אבער די וועג וויזוי די האסט עס אראפ געלייגט דאס האב איך געמיינט
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

תגובה דורך וואס איז »

מחותן האט געשריבן:אמת, אבער זיי האבן א איינגענדע מערכה מיט KJ און אינאיינעם מיט UM זיכען זיי כסדר ווי KJ קען ארויסקימען נעגאטיוו, דא האבן זיי מער די כוונה אויסצורעכענענן וואס KJ באקימט אלץ ווי איידער א אומשולדיגע באריכט איבער זיין שייכות צו ארענדש קאנטי.

דאס ערגסטע איז נאך דער לעצטער פאראגראף, וואו זיי באשולדיגן כמעט אפן אז סילווער האט קארופטירטערהייט געגעבן סטעיט געלטער פאר די קימפעטארין היים אין קר"י, און כאילו דאס האט שייכות מיט די אנקלאגעס.
מחותן האט געשריבן:
Assembly speaker has long-standing ties to Kiryas Joel, Catskills


http://www.recordonline.com/storyimage/ ... g&MaxW=650

Months later, Silver steered $3 million in state Dormitory Authority funds to Kiryas Joel for construction of an $11.4 million rest home for postpartum mothers, which was built almost entirely with state and federal grants. Thursday's indictment against Silver cited his control of large pots of discretionary state funds, including "capital funding through certain state public authorities that is available to projects backed by Silver
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

נ.י. דעילי ניוס:

שעלדאן סילווער אין געשפרעכן אפצוטרעטן פון זיין פאזיציע!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

כאפצעם האט געשריבן:נ.י. דעילי ניוס:

שעלדאן סילווער אין געשפרעכן אפצוטרעטן פון זיין פאזיציע!

מ'רעדט פון פירערשאפט, נישט אסעמבלי בענקל.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובה דורך גערעכטער »

ער איז איינגעגאנגען אפצוטרעטן!
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

די דיעל איז אז עס גייט זיין א 5 - מאן באורד אוו ספיקערס כאילו, 5 אסעמבלי לייט וועלן פירן די אסעמבלי, אריין גערעכנט זשאו לענטאל, וואס אויב מאך איך נישט קיין טעות פארטרעט ער וויליאמסבורג אויך און מען וואוט פאר אים כסדר כאטש מען קען ווייניג אנווייזן פארוואס. יעצט וועט זיך עס אויסצאלן כנראה..

די דיעל לויטעט אז אויב / ווען סילווער געווינט זיין קעיס וועט ער האבן א שאנס צוריק צו נעמען די פאזיציע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

מי חכם האט געשריבן:די דיעל איז אז עס גייט זיין א 5 - מאן באורד אוו ספיקערס כאילו, 5 אסעמבלי לייט וועלן פירן די אסעמבלי, אריין גערעכנט זשאו לענטאל, וואס אויב מאך איך נישט קיין טעות פארטרעט ער וויליאמסבורג אויך און מען וואוט פאר אים כסדר כאטש מען קען ווייניג אנווייזן פארוואס. יעצט וועט זיך עס אויסצאלן כנראה..

די דיעל לויטעט אז אויב / ווען סילווער געווינט זיין קעיס וועט ער האבן א שאנס צוריק צו נעמען די פאזיציע.

ווי לאנג גייט געדוירען זיי זאלן זיך אלע עפענען אייגנע בתי מדרשים ? :lol:
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובה דורך ישלהוסיף »

מי חכם האט געשריבן:די דיעל לויטעט אז אויב / ווען סילווער געווינט זיין קעיס וועט ער האבן א שאנס צוריק צו נעמען די פאזיציע.


ווי שטארק זענען זיינע טשענסען אז ער זאל ארויס גיין א געווינער?
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

תגובה דורך וואס איז »

דער דיעל אליין פאר זיך איז גאר זעלטן און מאדנע, און שמעקט היפש פון קארופציע.

פון די אנדערע זייט צייגט עס אז זיינע חברים האלטן אז ער גייט דורכשוויצן דעם קריזיס.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

פליגל האט געשריבן:שוין געווען פעלער וואס פראסעקיוטערס האבן כדי צי צייגען מאכט האבן זיי ארעסטירט הויכע פאליטישאנס און שישקעס און שטייצעך געלאזט פאטאגריפירן און געהאלטן פרעסע קאנפרענצען איבער די סיטואציע, אלעס פארדעם צי קענען ווייזן מאכט. און ווען אחרי ככלות הכל איז דער א.ג פארברעכער ארויס פריי האט מען געמאכט א וישתוקו דערפון, יענער האט זיך געפרייט אז ער איז פריי און דער פראסעקיוטער בלייבט פעימאס.

אויב איינער האט אויסגעהערט די אינטערוויא פון יענעם "דאונט טאלק טאא פאליס" זאגט ער דארט אז א פאליס אפיציר קעם נאךפארען א קאר און אים אזוי לאנג מאכפארען ביז ער פאקט יענעם ביי א פארלעצונג.

א פאליטישאן וואס זיצט אויף אן אמט אוןהאט א פארקער מיט מענטשן וואס זוכען צי זיין מיוחסים וכדו' וועלן אלעס אנווענדען אז דאס זאל פאסירן, מ'וועט אפילו גיבן געלט, צי שוחד אדער סתם לעגאל געלט, אלס הכסף יענה את הכל און איינמאל מ'שמירט איינעם קען מען יענעם נישט אפזאגען. און וועלכער פאליטישאן דו וועסט נאכגיין, אויב קריכסטו אריין אין יענעם וועסטו טרעפן פארלעצונגען רעכטס און לינקס, א מענשט איז א מענטש און אויב איז'ס געזאגט געווארן כלפי שמיא איז כ"ש כלפי דיני אדם.

וואטעווער די מעשה דא איז געווען איז קיין שום ראי' פון וואס דער פראסעקיוטער זאגט, אויב קען'ר זאגן "סאבסטענשועל אמאונט' אפון געלד מיינט נאך נישט ווער ווייסט וויפיל, ווילאנג זיי זאגן נישט קיין סכום מיט פראאף דערויף על'ך גלויבן וואס שמעון ראלניצקי זאגן, נישט ואזוי ווייט ווייל שעלי איז א איד, נאר ווייל דאס'ז דער גאנג פון פראסעקיוטערס, און אפילו ווען זיי זאגען א סכום קען'ס אויך זיין הוילע גראבע ליגענט. און יא, זיי גייען ארעסטירען פאר א סינגל דאללער אויך... זיי וועלן זיכער מאכן אז אויב די קעיס פאלט זאל יענער נישט האבן די העזה צי פארציילען פאר איינעם אז זיי זענען געווען אומגערעכט, מען רופט נישט די מידיע ביים ארויסלאזען, מען רופט נאר ביים ארעסט. און די משוגעים כאפן זיך ארויף דערויף ווי צי געבראטענע פלאנקען.

די זעלבע זאך איז מיט גלויבן דעם פראסעקיוטער בלינדערהייט ווייל 'מסתמא איז עפעס דערינען, מען ארעסטירט נישט אומזיסט...' ווייל פאפט אייך נישט די חברה ארעסטירען אומזיסט אויב דאס וועט אים ברענגען אטענשאן אדער אז מענטשן זאלן 'ציטערן' פון אים. דאס'ז אויך א תאוה ווי אלע תאוות.

פאר די היסטאריע דעפון; אונזער געוועזענער מאיאר דזשוליאני וועם יעדער האט געגליכען פאר מאכן ארדענונג אין ניו יארק האט געהאט געלאפען אקעגן דינקינס'ן די ערשטע מאל אויך, אין די אידן האבן צווישן אנדערע אויך אינדארסירט דעם שחור ווס. דזשוליני, פ"וו? דער איז געווען א פראסעקיוטער ביז דאן, ער האט פאר ווען ווייזן מאכט ארעסטירט וועם אימער, ובכללם אפאר היימישע עסקנים און געמאכט פאטאש פון זיי, ני ציוואס זאל מען'ם שטיצען און נאך אריינוועלן? למעשה איז דער שחור געווען אזא שיכור אאז מען האט אים שוין יא אינדארסירט דעם קומענדיגען מאל.

וואס כ'מיין צי זאגן איז אז ווען מען וויל קען מען ארעסטירען איעדען פאליטישאן, און יא, אפילו דעם פראסעקיוטער אליין, די פראגע איז נאר ווער זאל'ס טאהן.. אבער איעדער איז אויף געבראטנע זיצן. מיר איז נאך סילווער ווייטער דער זעלבער פיינער מענשט און דער פראסקיוטער א הונט.

זייער גוט געזאגט.

איך וואלט געמאכט א וואנזיניגע סטעיטמענט (מיינס א געפיל), אז עס איז נאך נישט געווען א פרעזידענט אין דער היסטאריע פון אמעריקע וואס האט נישט פארלעצט דאס געזעץ. דאכט זיך מיר אז קלינטאן האט זיך געפורדזערט (די גרעסטע עבירה אין אמעריקע) און נישט געזעצען איין טאג אין תפיסה פאר דעם. און אזוי ווייטער יעדע פרעזידענט ציהט איבער דעם שטריקעל פונעם געזעץ און ליידט נישט קיין קאנסיקווענסעס. עס ווערט גאר א פרעצעדענט פאר שפעטערע פרזעזידענטס וואס טייטלען צו זייערע פארגייערס צו בארעכטיגען דאס איבער ציהען דאס שטריקעל נאך ווייטער.

דאס רעדט מען אין דער אפען; ווער ווייסט וואס זיי טוהען אלץ אינטער די קאליסען.

די געזעצען אין אמעריקע זענען נישט געמאכט געווארען זיי צו היעטען, נאר צו האבען מיט וואס יענעם צו באגראבען; און דער וואס האט דער מאכט דער געוועלטיגט.

וועליכע פאלעטישען פעדעלט נישט אינפלוענס? מיט וואס דען איז ער א פאלעטישען?

נאר; איך מעג - די, טארסט נישט.

מארגען וועלען די וואס הענגען יענעם, אליין הענגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

תגובה דורך סמארט גאי »

די סיסעם איז נישט אויסגעשטעלט אז א פראסעקיוטער זאל זוכן יוסטיץ, די אלע פראסעקיוטערס נוצן די פאזיציע נאר אלץ שפרינגברעט צו קענען באקומען א גוטע פאסטן ביי א טאפ נאטש לאו פירמע, אדער צו עפענען א אייגענע לאו פירמע,

ווי לאנג זיי ארבעטען ביי די גאווערמענט מאכן זיי קליינע וועידזשאס,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

ביי א פרעסע קאנפרענץ יעצט מיט גאווערנער קאומאו האט עמיצער פון די פרעסע געפרעגט דעם גאווערנער אויב ער האלט אז סילווער דארף רעזיגנירן. "נאך עפעס א פראגע איבער די וועטער?" האט ער צוריקגעפרעגט..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

תגובה דורך סמארט גאי »

צייטליך האט געשריבן:ביי א פרעסע קאנפרענץ יעצט מיט גאווערנער קאומאו האט עמיצער פון די פרעסע געפרעגט דעם גאווערנער אויב ער האלט אז סילווער דארף רעזיגנירן. "נאך עפעס א פראגע איבער די וועטער?" האט ער צוריקגעפרעגט..

לאל,

יא אפילו דער בעל גאוה קאומא, ציטערט נאך אלץ פון דעם בער סילווער,

ממש שטונענד וויפיל קאנטראל איין מענטש האט אויף א גאנצע סטעיט
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”