אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובה דורך אט אזוי »

דאכט זיך ער גייט מיט א בלויזן קאפ
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

אט אזוי האט געשריבן:דאכט זיך ער גייט מיט א בלויזן קאפ

זעה בייגעלייגטן בילד געכאפט מיט עטליכע יאר צוריק אין בעסערע צייטן. (זעלבסט פארשטענדליך אז ער גייט נישט אלעמאל אנגעטון מיט א הוט, אבער ווי דערמאנט איז ער א שומתומ"צ)
מיין ידיד א עסקן האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק אז ער האט זיך געפונען אין אלבאני פאר א שתדלנות, און ער האט געדאווענט מנחה מיט שעלדאן סילווער וועלכער איז געווען דער בעל תפלה אין יענעם מנין.
יענער עסקן זאגט מיר היינט אז זיין ארעסט איז א געוואלדיגע קלאפ פאר די היימישע עסקנים וועלכע האבן געהאט אן אפענעם טויער ביי אים
אטעטשמענטס
30.JPG
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פישל האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:דאכט זיך ער גייט מיט א בלויזן קאפ

זעה בייגעלייגטן בילד געכאפט מיט עטליכע יאר צוריק אין בעסערע צייטן. (זעלבסט פארשטענדליך אז ער גייט נישט אלעמאל אנגעטון מיט א הוט, אבער ווי דערמאנט איז ער א שומתומ"צ)
מיין ידיד א עסקן האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק אז ער האט זיך געפונען אין אלבאני פאר א שתדלנות, און ער האט געדאווענט מנחה מיט שעלדאן סילווער וועלכער איז געווען דער בעל תפלה אין יענעם מנין.
יענער עסקן זאגט מיר היינט אז זיין ארעסט איז א געוואלדיגע קלאפ פאר די היימישע עסקנים וועלכע האבן געהאט אן אפענעם טויער ביי אים


גארנישט דא צו לאכן, זאל דער רבוש"ע אפהיטן
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

איך ליין די קאמפלעינט, ס'פעלט היבש רינגעלעך פון זייער סטארי, ועוד.

---

סילווער איז אן איסט סייד אויפגעוואקסענער, די משפחה זיינע האבן זיך שטארק געהאלטן ביי אידישקייט און האלטן אן עד היום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

יידער מען מאכט אים דא פאר א ל"ו צדיק איז גוט צו געדענקן אז ער איז א שטאלצער נארישקייט שטיצער וואס נעמט אסאך קרעדיט אויף די מצב דא אין ניו יארק.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

וואס איז האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:אין א פאר קורצע יארן זענען געווארן ארעסטירט די גאווערנאר (שפיצער, רעזיגנירט פארן ארעסטירן), ברונא דער סענאט מאיאריטעט פירער און יעצט סילווער דער אסעמבלי ספיקער. דער סופרים קארט הויפט זשאזש וואכטלער איז שוין געגאנגען זיצן א שיינע פאר יאר צוריק סא ס'קאונט נישט...

דאס איז חוץ יעדע יאר א פאר פאליטשנס אין נ"י ווי מאלקאלם שמיט ועוד ועוד.

ששון ושמחה ישיגון

און כמעט יעדער אנדערער הויכראנגיגער פאליטישאן אין ניו יארק איז ווייניגסטנס געווען אונטער אויספארשונג.

א וואונדער אז קאומא האט אויפגעלעזט די אנטי קארופציע קאמיסיע?


;l;p- :smile:
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובה דורך קענטעלאופ »

נאך א מזל אז מהאט דעם 70 יעריגען געקייטעלט די הענט אין בעק
אויב אין פראנט וואלט ער נאך געקענט ח"ו געבען א זעץ פארען FBI אגענט

דע רציחה מעג זיך שוין אויפהערען אין אזא פארגעשריטענע לאנד ווי אמעריקע, סאיז דא א כלל אז מאיז אינעסענט ביז פראווען גילטי, טא פארוואס פירט מען עם ווי א פארברעכער?
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובה דורך פרוזדור »

איך בין נייגעריג וואס דער אלטער מאכטפולער פאליטישאן פון קרוב צו דרייסיג יאר טראכט אזוי זיצענדיג מיט די הענט אין די בעק.

פאר מיר קוקט ער אויס זייער מיואש ער האט ניטאמאל געזאגט מיט אפעסקייט אז ער איז אומשוליג נאר בלויז אז ער האפט... פלוצלינג האט ער בטחון. ד"מ אדער גיבט ער אויף ווייל ער ווייסט אז די פעדס גייען אים איינשלינגען אדער איז דא א ווערהאוז מיט סקעלעטאנס. אידערוועי שוין איך אים.

מען דארף בעטן דעם אויבערשטען אל תשליכני לעת זקנה ככלות כוחינו ווען מען פילט שוין נישט אזוי פאוערפול אל תעזבני
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

פישל האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:דאכט זיך ער גייט מיט א בלויזן קאפ

זעה בייגעלייגטן בילד געכאפט מיט עטליכע יאר צוריק אין בעסערע צייטן. (זעלבסט פארשטענדליך אז ער גייט נישט אלעמאל אנגעטון מיט א הוט, אבער ווי דערמאנט איז ער א שומתומ"צ)
מיין ידיד א עסקן האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק אז ער האט זיך געפונען אין אלבאני פאר א שתדלנות, און ער האט געדאווענט מנחה מיט שעלדאן סילווער וועלכער איז געווען דער בעל תפלה אין יענעם מנין.
יענער עסקן זאגט מיר היינט אז זיין ארעסט איז א געוואלדיגע קלאפ פאר די היימישע עסקנים וועלכע האבן געהאט אן אפענעם טויער ביי אים


איר זענט זיכער מיט דעם אז ער איז א שומר שבת וכשרות?

ער פלעגט גיין צופיסענס אין אלבאני ווען מען האט געדארפט דארט זיין אויף שבת?

אינטערעסאנט ער איז שוין אזויפיל יאר דארט און מען הערט עס נישט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

משה, יא, ס'איז נישט קיין סוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

ספיקער סילווער איז באפרייט אויף 200 הונדערט אלפים באנד, און האט איבערגעגבן זיין פאספארט. די פרי-טרייעל הירינג איז געסקעדזשולט אויף פעברואר 23.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

farshlufen האט געשריבן:משה, יא, ס'איז נישט קיין סוד.

עס איז געווען באריכטעד ווען עס איז אנגעגאנגען די שווערע בוזדשעט פארהאנדלונגן אז במשך שבת איז נישטא וואס צי רעדן בכלל.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

Disgusting, especially @nytimes doesn't even mention he's Jew. And what is @DRUDGE_REPORT? http://t.co/6oyEX5M8QT
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א מזל אז מהאט דעם 70 יעריגען געקייטעלט די הענט אין בעק
אויב אין פראנט וואלט ער נאך געקענט ח"ו געבען א זעץ פארען FBI אגענט

דע רציחה מעג זיך שוין אויפהערען אין אזא פארגעשריטענע לאנד ווי אמעריקע, סאיז דא א כלל אז מאיז אינעסענט ביז פראווען גילטי, טא פארוואס פירט מען עם ווי א פארברעכער?

דער קשיא שרייט עד לב השמים; איך פרעג שוין דער קשיא יארען.

דער תירוץ איז אז אמעריקע איז א מלכות של חסד, אבער דער חסד ענדיגט זיך ווען מען וויל זיך נעמען צו איינעם. דער פראסיקיוטער האט היינט געזאגט אז "the investigation is open and on going"; דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז פון ווען מען זעצט זיך אראפ אלץ א פאליטישען, עפענט מען אויף א דאזיער אויף דעם פערשוין אין מען הייבט אן פארשען. מען ענדיגט פארשען ווען יענער איז שוין נישט דא. דער חסד איז אז מען טוהט גארנישט מיט די פארשעריי "ביז" איינער האט א אינטערעסע יענעם צו צופיקסען.

ער האט א סאך שונאים, pick your choice
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פישל האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:דאכט זיך ער גייט מיט א בלויזן קאפ

זעה בייגעלייגטן בילד געכאפט מיט עטליכע יאר צוריק אין בעסערע צייטן. (זעלבסט פארשטענדליך אז ער גייט נישט אלעמאל אנגעטון מיט א הוט, אבער ווי דערמאנט איז ער א שומתומ"צ)
מיין ידיד א עסקן האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק אז ער האט זיך געפונען אין אלבאני פאר א שתדלנות, און ער האט געדאווענט מנחה מיט שעלדאן סילווער וועלכער איז געווען דער בעל תפלה אין יענעם מנין.
יענער עסקן זאגט מיר היינט אז זיין ארעסט איז א געוואלדיגע קלאפ פאר די היימישע עסקנים וועלכע האבן געהאט אן אפענעם טויער ביי אים

"אן אפענעם טויער"....

לאו דוקא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובה דורך מאגר »

אמעריקא איז מלכות של חסד, אבער נישט קיין מלכות של רחמים (רמ"א ניימאן - ק"י)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובה דורך טהור-עיניים »

הוו זהירין ברשות, שאין מקרבין לו לאדם אלא לצורך עצמן, נראין כאוהבין בשעת הנאתן ואין עומדין לו לאדם בשעת דוחקו.

(מסכת אבות פרק ב')
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

תגובה דורך וואס איז »

SPUSMN האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א מזל אז מהאט דעם 70 יעריגען געקייטעלט די הענט אין בעק
אויב אין פראנט וואלט ער נאך געקענט ח"ו געבען א זעץ פארען FBI אגענט

דע רציחה מעג זיך שוין אויפהערען אין אזא פארגעשריטענע לאנד ווי אמעריקע, סאיז דא א כלל אז מאיז אינעסענט ביז פראווען גילטי, טא פארוואס פירט מען עם ווי א פארברעכער?

דער קשיא שרייט עד לב השמים; איך פרעג שוין דער קשיא יארען.

דער תירוץ איז אז אמעריקע איז א מלכות של חסד, אבער דער חסד ענדיגט זיך ווען מען וויל זיך נעמען צו איינעם. דער פראסיקיוטער האט היינט געזאגט אז "the investigation is open and on going"; דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז פון ווען מען זעצט זיך אראפ אלץ א פאליטישען, עפענט מען אויף א דאזיער אויף דעם פערשוין אין מען הייבט אן פארשען. מען ענדיגט פארשען ווען יענער איז שוין נישט דא. דער חסד איז אז מען טוהט גארנישט מיט די פארשעריי "ביז" איינער האט א אינטערעסע יענעם צו צופיקסען.

ער האט א סאך שונאים, pick your choice

דעם תירוץ וואס דו גיבסט אן איז נאר בנוגע די מערכה קעגן פאליטישאנס, וואס איינמאל א פאליטישאן קומט אונטער די ציין פון א פראסעקיוטער, וועט ער בדרך כלל שוין בלייבן דארט שטעקן.

אבער די עיקר שאלה איז א כלליות'דיגע שאלה אין אמעריקע. די א.ג. "פערפ וואלק" איז א שרעקליכע 'ספעציאליטעט' פון אמעריקע.

ווען ס'איז געווען די פרשה מיט דעם פראנצויזישן פאליטישאן עטליכע יאר צוריק (געדענק נישט זיין נאמען), וועמענ'ס פאליטישע קאריערע האט זיך פאקטיש געענדיגט נאך וואס מ'האט אים ארעסטירט אין מאנהעטן (און מ'האט געטראפן א ווידיאו פון זיינס א לייבוועכטער וועלכער כאפט א טענצל אין בעיסמענט נאכ'ן הערן אז ער איז ארעסטירט, וואס האט ברייט געעפנט די טיר פאר די קאנספיראציע טעאריקער), האב איך דאן געזען א שמועס פון אן אייראפעאישן דעה-זאגער וואס טענה'ט אז אויב די קאנספיראציעס זענען ריכטיג, האבן זיינע קעגנער דירעקט אונטערגעשטעלט די געשיכטע אין אמעריקע, ווייל דער בילד וואו ער קומט ארויס פון האטעל געשמידעט אין קייטן איז ווערד מיליאנען דאלארן, און ס'זייער שווער פאר א פאליטישאן זיך ארויסצודרייען דערפון ביים דעת הקהל.

דער דאזיגער בילד פון א פארברעכער אין קייטן, איז עפעס וואס איז מיוחד בלויז צו אמעריקע, און האט נישט קיין שום בארעכטיגונג אין יוסטיץ [אויסער אין פעלער וואו די פאליציי איז באזארגט].
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובה דורך טהור-עיניים »

אמת גערעכט. און לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז דירעקט געמאכט געווארן ארויסצורייסן יעדעס ברעקל מאראל וואס איז נאך געבליבן (איז נאך בכלל געבליבן עפעס?) אין דעם אמעריקאנער געוויסן...

(צייט צו זוכן אן אנדער לאנד...)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

גערעכט; ספעציל אז א פראסיקיוטער קען אינדייקטען א העם סענדוויטש, און מען ארעסטירט יעדען נאר אויף דער זאג פון איין מענטש (אפילו א צודרייטער) אן קיין עדות, איז קען מען יעדען באגראבען דא אין אמעריקע. נאכען זיין ארעסטעירט, גיי פארענטפער זיך...

יא, רשעות שאין כמוהו - דאס איז אמעריקע!

טהור האקט. זאגט די זעלבע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
joegreen
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובה דורך joegreen »

מאגר האט געשריבן:אמעריקא איז מלכות של חסד, אבער נישט קיין מלכות של רחמים (רמ"א ניימאן - ק"י)


אמעריקא איז א מלכות של חסד, און א מדינה של גהינום.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

פאליטיק ווייז האט ער שוין לאנג געדארפט גיין פון זיין אמט, עס לאזט זיך אבער טראכטען אז אפילו ער איז טאקע געווען וואס ער איז.. אבער אן אים וואלט געווען אסאך ערגער ווייל א צווייטער דיבללאזע וואלט געפירט די אסעמבלי, ער איז למעשה נישט געווען אזוי לינק ווי די דעמעקראטישע פארטיי איז היינט צוטאגס.

פון א אידישען שטאנדפונקט וואלט ער מער געמעגט טיען פארטשיילד טעקס קרעדיט אדער סקול וואטשערס.

שווער צו פארשטיין וואס ער האט געטראכט ביים נעמען די געלט און פארוואס ער איז נישט געווען גראדער ווי גראד, למעשה האט ער געהאט מער שונאים וופיל נעגעל עס איז דא אויפן דאך (קרעדיט: וואךנאכט) ער וואלט געדארפט וויסען אז בבא יום וועט עס איינער ארויסגעבן.. לאמיר האפן אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז עס ליגענט. אדער אז עס איז ניטאמאל א אכטעל וואס די גאווארמענט זאגט אז עס איז..
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

זיי (שמעון ראלניצקי) זאגן דאך אז די רעדע איז איבער א סך הכל פון זיבן טויזנט דאלער במשך צען אדער צוואנציג יאר.. בקיצור, א זשאוק.

Malicious prosecution איז נישט קיין עכטע זאך? נישטא אזא מושג? פראסעקיוטערס זענען אייביג אימיונט?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובה דורך נישט »

טהור-עיניים האט געשריבן:אמת גערעכט. און לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז דירעקט געמאכט געווארן ארויסצורייסן יעדעס ברעקל מאראל וואס איז נאך געבליבן (איז נאך בכלל געבליבן עפעס?) אין דעם אמעריקאנער געוויסן...

(צייט צו זוכן אן אנדער לאנד...)

טשיינע? (קומענדיגע וועלטס גרויסמאכט(
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

תגובה דורך וואס איז »

מי חכם האט געשריבן:זיי (שמעון ראלניצקי) זאגן דאך אז די רעדע איז איבער א סך הכל פון זיבן טויזנט דאלער במשך צען אדער צוואנציג יאר.. בקיצור, א זשאוק.

Malicious prosecution איז נישט קיין עכטע זאך? נישטא אזא מושג? פראסעקיוטערס זענען אייביג אימיונט?

דער ניו יארק טיימס זאגט אז די רעדע איז פון מיליאנען דאלארן.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”