פלענער פאר היימישע ישוב אין דעלעוועיר

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

From Philadelphia, PA: Follow I-95 south to I-495 (entering Delaware). Take exit 5 - US Rt. 13 / Philadelphia Pike toward Claymont. Turn right onto Darley Road. Darley Green Sales Center and models are on the left.

From Bridgeport, NJ: Follow I-295 toward US-322/bridgeport. Take exit onto US 322 W entering Pennsylvania. Exit onto I-95 S toward Wilmington. Slight right at I-495 (entering Delaware). Take exit 5 - US Rt. 13 / Philadelphia Pike toward Claymont. Turn right onto Darley Road. Darley Green Sales Center and models are on the left.
אדער לייגט אריין אין GPS
16
Darley Rd, Claymont, DE
די פארהאנדלונגען האבן זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, דערווייל פארקויפן זיי אין גרויסן די עטליכע סעמפל הייזער, מיר וועלן זיך אי"ה צוריק קערן צום ענין נאך יום טוב, מיר האבן נאר אריין געלייגט די אינפארמאציע ווייל אסאך אידן וועלן דורכפארן אין די געגנט חול המועד זאלן זיי קענען געבן א קוק.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אה, א גוט יום טוב א גוט יאר, ווי ביזטו געווען ביז יעצט ?
אקעי מיר וועלן רעדן נאך יום טוב, גיימיר בינדן דעם לולב, בלייב מיר געזונט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

דער בליק חודש תשרי באשרייבט עפעס א נייע שטאט, איזעס דאס?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

יא
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

צו קען מיר איינער פותר חלום זיין... וואספארא שייכות האט עקזיט 109 אין ראק היל ניא יארק מיט די דארלי גרין פראיעקט? אין פרק "חזקת הבתים" שמועסט דער תנא פון ניא יארק צו פענסילוועניע?

http://maps.google.com/maps/place?cid=1 ... E%E2%80%8E
http://www.septa.org/maps/click_map/claymont.html
איז דאס די באן סטאנציע וואס איז די נאנסטע צום פראיעקט? אין צו ווייסט איינער וויפיל א רייזע קאסט אין ווילאנג עס געדויערט פון נ"י סיטי?
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

נייע שטאט האסט געזאגט אז דו וועסט זיין צוריק נאך יום טוב,
מיר ווארטען מיט אנגעסט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

אפשר דאך קען מיר איינער מסביר זיין??????? ביטע
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

דא האט איר נאך לינקס! . . .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »


:idea: ברעיקינג: (אינסייד אינפארמעישאן) נייע היימישע שטאט 8327

:idea: פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים" 8529

:idea: דירות פראבלעם - ארטיקלען 7605

:idea: קאמענטארן איבער דירות פראבלעם - ארטיקלען 7606

:idea: א חלום פארווירקליכט: הערליכע דירות לטובת הציבור אין ....... 4095

:idea: קרית אברכים 3טע נייע שטעטל וואס איז דאס? 5276

6466

:idea: נייע שטעטל 4182
גיטעהארץ
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיטעהארץ »

מ'האלט שוין איבער דריי א האלב יאר שפעטער, איינער ווייסט וואס ס'איז געווארען מיט יענע פראיעקט? אפשר האט עס צי טהין מיט די נייע קרית הרחבת הדעת? בכלל איז דא אשכול וואס רעד וועגען די נייע פלענער? אדער די קרעטשמע איינוואוינער האבען שוין אויף געגעבען אויף אזא געדאנק?
איי (ס'איז אמאל געווען א) וועלט
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

lebediger berel האט געשריבן:ברעיקינג,
עס האבן זיך צוזאם גענומען א ערנסטע גרופע עסקנים און ביזנעס לייט וואס האבן געארבעט סיי ביים ישוב אין מידעלטאון, און סיי ביים ישוב אין סוואן לעיק, און צוזאמען מיט חשוב'ע רבנים וואס האבן שוין געארבעט ביי איחוד הקהלות,(וויזניץ/בעלזא/באיאן/פאפא וכו') און האבן דורכגעטוען אלע פראבלעמען בנוגע א נייע געגנט, און פארוואס אלע זענען ליידער נישט געקומען לידי מעשה, און זיי זענען געקומען צו די מסקנא
1. אז מען דארף א שטאט מיט אלע צוגעהערן נישט קיין דערפל אדער שטעטל.
2. און מען דארף גיין אויף א פלאץ ווי די רעגירונג דארף אונז האבן נישט ווי די גויים לייגן שטיינער אין וועג.
3. ווי ס'איז דא הילף מיט מארגידזשעס, כל מיני פראגראמען און אזוי ווייטער.
4. אויך זאל זיין טראנספארטאציע, שפיטעלער, ביזנעס און ארבעט מעגליכקייטן גענוג נאנט צו דעם נייעם ישוב.
אלזא
זיי קומען ארויס בקרוב מיט א נייע "שטאט" (נישט קיין שטעטל)
וואס האט געדארפט געבויעט ווערן פאר גויים, נאר אזוי ווי די מצב איז שווער, זענען זיי אינטערעסירט עס צו געבן פאר היימישע אידן פאר אונטער צוויי מאות א "הויז" פאר א דאון פעימענט פון
טויזענט דאללער

ס'איז א מציאות, מ'ארבעט יעצט אויס די לעצטע פרטים, ס'איז נישט קיין סוד, מ'דארף עס נישט באהאלטן פון קיינעם, די רעגירונג האט שוין אריין געלייגט אינעם פראיעקט איבער 50 מיליאן דאללער, און זיי ווילן שוין זען תכלית, די מעלות זענען אין לשער, פרטים יבואו בקרוב (אפשר נאך היינט)
די עסקנים וואס זענען באקאנט בטוב הענין קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם גרויסן סייעתא דשמיא צו טרעפן אזא פאסיגע זאך.
פאר מער אינפא. קענט איר שיקן א פארלאנג צו די ועד
[email protected]


איז דאס געווען א אפריל 1 וויץ?
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

נייע סאטמאר'ע שטעטל אין מאטיסעלאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

נעכטן יום א שופטים תשע"ג האט הרב חיים צבי יהודה שווארץ מנהל איחוד התלמידים דסאטמארביים חנוכת הבית פינעם לאנטש רום אין איחוד קאנטרי געזאגט, אז ס'גייט ארויסקימען בקרוב די פלענער פין אפאר הונדערט הייזער פאר א ישוב א גאנץ יאר אויף דעם לאט וואס מהאט אפגעקויפט נעבן איחוד באנגאלאו קאלנאני, מיט די הילף פין ר' אברהם שמואל גראס הי"ו
שוין דא דארט א הערליך בית המדרש, מקוה, חדר ועוד
ימים ידברו
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הלואי זאלן טאקע די צוויי סאטמארע פארטייען קאנקרירין צווישן זיך, אזוי 'קען זיין' ס'העט עפעס ווערן....
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

גרויזאמער האט געשריבן:דא האט איר א לינק מיט דעם אקוראטן פלאץ מיט א בליק פון די הייעך

http://maps.google.com/?ie=UTF8&ll=39.8 ... 2&t=h&z=17" onclick="window.open(this.href);return false;

דער פראיעקט הייסט "דעלערי גרין" לכאורה ווייל די גאס הייסט דעלערי סטריט. עס איז עוועליבל דארט סטריט וויו טיילווייז.

אגב, איז מיר א וואונדער, עס שטייען דאך דארט הערליכע הייזער אין גוגל מאפעס, דאס אלעס גייט/האט מען אראפ(גע)ווארפן? פאר וועמען געהערט עס?

בליק אזוי איבער דעם אויפגעברענגטן שמועס פון 4 יאר צוריק פון א נייעם שטעטל (יהא זכרו ברוך) מערק איך אינעם לינק פונעם געגנט-מאפע אז די געגנט פארמאגט גאר א מורטל עוועניו גאס (זעה בילד). איז אויב אזוי אידאך עס ווי געגאסן פאר אונז ווילי-שטעטעלישע אידן.. סאו וואס גייט טאקע זיין דערמיט? איז דאס בלויז געווען א חלום/דמיון פון איינעם, אדער יש/הי' דברים בגוי?
אטעטשמענטס
Deleware.JPG
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מחזור האט געשריבן:נעכטן יום א שופטים תשע"ג האט הרב חיים צבי יהודה שווארץ מנהל איחוד התלמידים דסאטמארביים חנוכת הבית פינעם לאנטש רום אין איחוד קאנטרי געזאגט, אז ס'גייט ארויסקימען בקרוב די פלענער פין אפאר הונדערט הייזער פאר א ישוב א גאנץ יאר אויף דעם לאט וואס מהאט אפגעקויפט נעבן איחוד באנגאלאו קאלנאני, מיט די הילף פין ר' אברהם שמואל גראס הי"ו
שוין דא דארט א הערליך בית המדרש, מקוה, חדר ועוד
ימים ידברו

אפאר נקודות;

בית המדרש; קודם מוז דאס ווערן ווינטערייזד, סטים אד"ג (גראדע פון די קלענסטע דאגות).
און בכלל איז דאך דאס כהיום פארנט פונעם קאלאני, און די שטעטל גייט זיין הונטערן קאלאני, דאס מיינט אז פון ס'לעצטע הויז ביזן ביהמ"ד גייט זיין א שיינע מהלך, און בכלל איז דער ביהמ"ד שוין קוים גענוג פאר די ביז היצטיגע זוממער איינוואוינער, ווער רעדט פון צולייגן דאפלט, ע"כ לבי אומר לי אז עס קומט א נייע ביהמ"ד.

מקוה; כהנ"ל אבער ציבויען א נייע איז שוין אביסל היבש א אינטערנעמונג...

תלמוד תורה; די פון די וועלדער זענען נישט קיין עסק צי ניצן אום ווינטער, און די גרויסע בנין שלמה זלמן איז נישט אויסגעשטעלט צי ניצן אום ווינטער, אבער קען זיין אז מ'וועט דאס איבערמאכן וועט עס יא קענען דינען, אבער אפילו אזוי איז דאס ווייט פון געוג. און דאס זעלבע מיטן בית רחל.

גראסערי ברויך מען ווינטערייזן און כ'פארשטיי אז דאס איז פון די איינציגסטע איינריכטונגען וואס זענען גרייט צום באניץ שוין פון נעכטן.

אבער חזקה על חבר וכו' ר' חיים הערש האט געוויזן אז ווען ער לייגט זיך אריין אין א פראיעקט וועט ער דאס ענדיגן, ספעציעל ווען ער האט ר' אברהם שמואל גראס נ"י וואס העלפט אים ארויס, וועל מיר האפן אז חפץ השם בידו יצליח און אז דארט וועט ווערן א שכונה וועלן אנדערע דאס נאכטוהן, ספעציעל ווען דארט גייען זיין אלע איינרוכטונגען וועלן אנדערע זיך מיטכאפן מיטן וואגן און אנדערע קלענערע שכונות וועלן זיך קענען צישטעלן צי ניצן די מוסדות וכו' פון דארט.

עס איז צום וואונטשן אז דאס זאל זיך אויסארבייטן און מיר וואונטשן אים/זיי גרויס הצלחה.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

נאך א לענגערע מיטינג מיט מיין 5 יעריגס, איז געבליבן אז מיר גייען קויפן א מאביל, און זיך דארט פערמענאנט אריין ציען.

צום גדלי' גייען מיר פארקן נעבן די טרעילער ביים בוטשער, ערב סוכות גיי מיר איבער נעמען שטח פון לי-קאנער-הופער אתרוגים צענטער אא"וו.

די הויפט סיבה דערצו איז די פארפלייצונג פון נייע שטעטלעך, וואס האט אונז געלאזט אין א גרויסע דילעמע ווי מזאל מיר זיך אריבער ציען.

אונזער פלאן לויטעט ארום צו פארן מיט מאביל אין אלע נייע שטעטלעך. יענע וואס גייט אונז די בעסטע געפעלן, דארט וועל מיר איין טאג פארקירן דעם מאביל, אראפ נעמען די 4 רעדער, אינטער לייגן עטליכע ציגל, והנה.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

lebediger berel האט געשריבן:מ'האט מיך געבעטן צוריק צו קומען צום אינטערנעט נאר צוליב די איין סיבה.
רבותי, איר ווייסט אז איך האב אסאך געטון בנושא פון דירות אויסער די שטאט, ועוד חזון למועד אפצושרייבן וואס טוט זיך מיט די (דערווייל) נישט געווארענע פראיעקטן
בקיצור נמרץ די הויפט סיבה איז "וואוטשערס" וואס רוב גרעסערע נישט זייער פארמעגליכע משפחות אין וויליאמסבורג האבן
אין א נייע ישוב אויסער די "סיטי" וועלן זייערע הכנסות כמעט זיכער פאלן עכ"פ זיי וועלן האבן טראנספארטאציע קאסטן "און" ס'וועט זיי קאסטן כאטשיק נאך טויזענט דאלער א חודש שכר לימוד, ועוד יש הרבה פרטים שאין כאן מקומו להאריך.
דער עיקר וואס כ'וויל שרייבן, איך פאלג נאך דעם נייעם פלאן שוין בערך צוויי יאר, איך האלט מיט פונדערווייטן ממש יעדע טריט און שריט, ס'קומט זיך פאר ר' משה שמילאוויטש מ'זאל עס רופן "קרית שמילאוויטש" ולפי שמסר נפשו עליה יקרא על שמו איז א רש"י אין חומש (כפי זכרוני).
הגם קיינער אויף דער וועלט טוט נישט קיין זאך 101 פראצענט אינגאנצן שלא על מנת לקבל שום פרס וטובת הנאה שבעולם, איז אבער דא אזאך פון עוסק בצרכי ציבור באמונה, און קוקן לטובת הציבור בעיקר און דאס קען מען זאגן אויף ר' משה.
והעיקר
ווער ס'ווייסט איצט זאל "נישט" רעדן, נישט שרייבן קיין פונקטליכע אינפארמאציע, כ'בעט דאס סיי פון די מנהלים פון דעם אשכול, סיי פון די מגיבים, סיי פון די ליינער וואס קענען שרייבן אויף די אנדערע פלעצער וואס מ'ליצנה'ט זיך דא ארום.
איך מיין אז ר' משה מיט די אינוועסטירער אליין ווייסן נישט וואס ס'קען אלץ שאטן די פובליסיטי אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור, איך האב אסאך שטודירט וויאזוי אומצופרידענע שכנים האבן באקעמפט אנדערע דעוועלאפמענטס, כאטשיק דא זעט עס אויס א פארלוירענע קאמף פאר די שטערער, זאלן זיי וויסן אז עס איז נישט דורך ביז עס איז נישט דא קיין סי אף אוי און די דירות זענען שוין פארקויפט.
ס'איז זייער גרינג צו שטערן אין אמעריקע, און שרייען אנטיסעמיטיזים וועט נישט העלפן קיין סאך אויב די קעגנער וועלן זיך געהעריג ארגאניזירן, איך וויל זיי נישט געבן דא קיין עצות ח"ו, אבער זיי האבן מער מיטלען וואס מ'קען זיך גארנישט פארשטעלן.
אלזא, יא רבותי, כמעט 400 דירות זענען שוין פולשטענדיג אפראווד. מ'בויעט שוין, סעמפל הויז (עטליכע דירות) שטייט שוין, פונדאמענטן גיסט מען שוין, סוער און וואסער ציט מען שוין, א מיידל סקול בילדינג בויעט מען שוין, ס'האט מעלות און חסרונות ווי אלע פראיעקטן, אני הקטן בין דארט געווען און אליין געזען מיט מיינע אויגן. אבער ביטע רעדט ווי ווייניגער, גייט נישט אהין, שרייבט נישט ווי דאס פלאץ איז פונקטליך.
יעדער איינער נישט קיין חילוק ווי מ'דאווענט און וועלכן רבי'ן אויף דער וועלט מ'גיט קוויטלעך וועט הנאה האבן אויב דאס איז מצליח, און יעדער איינער וועט דערלייגן אויב ס'פאלט דורך, עס וועט האלטן באלאנסירט די פרייזן אין קרית יואל און אין מאנסי, עס וועט עפענען א רייץ פאר אנדערע קרייזן נאכצוטון, עס איז דער טובת הציבור, הלוואי הלוואי מי יתן והי' בין איך מקנא דעם עולם הבא פון ר' משה.
אזויפיל יא. אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.
דערווייל בעט ער נישט קיין געלט פון קיינעם, ער בויעט מיטן אינוועסטירערס געלט. איז א חוב קדוש ונורא אים צו העלפן דורך "שווייגן".
נ.ב. איך וועל ווארשיינליך נישט זיין "אנליין" במילא וועל איך נישט ענטפערן נישט בפירוש און נישט אויף פרטי די קומענדיגע טעג, אלזא נעמט נישט אן מיין "שתיקה כהודאה" אויב מ'שרייבט שטותים וכו',


דאס האט ער געשריבן אין די בלומענבורג אשכול שטעטל
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איז דאס וואס מ'האט היינט געבראכן אויף די אפיציעלע סאטמאר מהרי"י טוויטער אקאונט?
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

געלעגער, איך מיין אז יענץ איז שמילאוויטש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

יא יענץ איז טאקע שמילאוויץ. און איך הער אז דער אפיציעלער אנאונסמענט/אויפרייס... גייט זיין אין די סוכות ביילאגע פון דער איד.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יא, שוין דא א אשכול איבער דעם שוין געלינקט אויבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב נעכעטן געהערט אז 20 מינוט אוועק פון קרית יואל בויעט זיך א שטעטל פאר חסידי אדמו"ר מהרז"ל לכאורה איז עס דאס
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

lebediger berel האט געשריבן:ברעיקינג,
עס האבן זיך צוזאם גענומען א ערנסטע גרופע עסקנים און ביזנעס לייט וואס האבן געארבעט סיי ביים ישוב אין מידעלטאון, און סיי ביים ישוב אין סוואן לעיק, און צוזאמען מיט חשוב'ע רבנים וואס האבן שוין געארבעט ביי איחוד הקהלות,(וויזניץ/בעלזא/באיאן/פאפא וכו') און האבן דורכגעטוען אלע פראבלעמען בנוגע א נייע געגנט, און פארוואס אלע זענען ליידער נישט געקומען לידי מעשה, און זיי זענען געקומען צו די מסקנא
1. אז מען דארף א שטאט מיט אלע צוגעהערן נישט קיין דערפל אדער שטעטל.
2. און מען דארף גיין אויף א פלאץ ווי די רעגירונג דארף אונז האבן נישט ווי די גויים לייגן שטיינער אין וועג.
3. ווי ס'איז דא הילף מיט מארגידזשעס, כל מיני פראגראמען און אזוי ווייטער.
4. אויך זאל זיין טראנספארטאציע, שפיטעלער, ביזנעס און ארבעט מעגליכקייטן גענוג נאנט צו דעם נייעם ישוב.
אלזא
זיי קומען ארויס בקרוב מיט א נייע "שטאט" (נישט קיין שטעטל)
וואס האט געדארפט געבויעט ווערן פאר גויים, נאר אזוי ווי די מצב איז שווער, זענען זיי אינטערעסירט עס צו געבן פאר היימישע אידן פאר אונטער צוויי מאות א "הויז" פאר א דאון פעימענט פון
טויזענט דאללער

ס'איז א מציאות, מ'ארבעט יעצט אויס די לעצטע פרטים, ס'איז נישט קיין סוד, מ'דארף עס נישט באהאלטן פון קיינעם, די רעגירונג האט שוין אריין געלייגט אינעם פראיעקט איבער 50 מיליאן דאללער, און זיי ווילן שוין זען תכלית, די מעלות זענען אין לשער, פרטים יבואו בקרוב (אפשר נאך היינט)
די עסקנים וואס זענען באקאנט בטוב הענין קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם גרויסן סייעתא דשמיא צו טרעפן אזא פאסיגע זאך.
פאר מער אינפא. קענט איר שיקן א פארלאנג צו די ועד
[email protected]


ר' בערל,
ביטע זיי מסביר וואס האט פאסירט מיט דעם פלאן. פארוואס איז עס למעשה נישט געשעהן?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

די מעשה איז געשען, אז צוביסלעך האבן גויים יא אנגעפאנגען צו קוקן אויף דעם פלאץ מער, האט עס אנגעפאנגען צוביסלעך ארויף צו גיין אין פרייז, און די צוויי מאות איז געווארן נענטער צו צוויי הונדערט פופציג, און אזוי ווי די עסקנים זענען געווען די זעלבע מענטשן וואס האבן אויך געארבעט אויף ד.ס. בלומינגבורג, חסידים בלעיקוואד, (מ'רעדט טייל און אטייל אהער און אהין) און ס'האט דעמאלטס אנגעהויבן אויסצוזען אז כאטשיק איינס פון אלע וועט ווערן האט מען זיך אפגעלאזט פון א פלאן אזוי ווייט אוועק, און געלאזט די אנדערע ישובים אן קיין קאמפעטישן פון דארט.
המשך יבוא אן אנדערע געלגנהייט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”