פלענער פאר היימישע ישוב אין דעלעוועיר

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

פלענער פאר היימישע ישוב אין דעלעוועיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ברעיקינג,
עס האבן זיך צוזאם גענומען א ערנסטע גרופע עסקנים און ביזנעס לייט וואס האבן געארבעט סיי ביים ישוב אין מידעלטאון, און סיי ביים ישוב אין סוואן לעיק, און צוזאמען מיט חשוב'ע רבנים וואס האבן שוין געארבעט ביי איחוד הקהלות,(וויזניץ/בעלזא/באיאן/פאפא וכו') און האבן דורכגעטוען אלע פראבלעמען בנוגע א נייע געגנט, און פארוואס אלע זענען ליידער נישט געקומען לידי מעשה, און זיי זענען געקומען צו די מסקנא
1. אז מען דארף א שטאט מיט אלע צוגעהערן נישט קיין דערפל אדער שטעטל.
2. און מען דארף גיין אויף א פלאץ ווי די רעגירונג דארף אונז האבן נישט ווי די גויים לייגן שטיינער אין וועג.
3. ווי ס'איז דא הילף מיט מארגידזשעס, כל מיני פראגראמען און אזוי ווייטער.
4. אויך זאל זיין טראנספארטאציע, שפיטעלער, ביזנעס און ארבעט מעגליכקייטן גענוג נאנט צו דעם נייעם ישוב.
אלזא
זיי קומען ארויס בקרוב מיט א נייע "שטאט" (נישט קיין שטעטל)
וואס האט געדארפט געבויעט ווערן פאר גויים, נאר אזוי ווי די מצב איז שווער, זענען זיי אינטערעסירט עס צו געבן פאר היימישע אידן פאר אונטער צוויי מאות א "הויז" פאר א דאון פעימענט פון
טויזענט דאללער

ס'איז א מציאות, מ'ארבעט יעצט אויס די לעצטע פרטים, ס'איז נישט קיין סוד, מ'דארף עס נישט באהאלטן פון קיינעם, די רעגירונג האט שוין אריין געלייגט אינעם פראיעקט איבער 50 מיליאן דאללער, און זיי ווילן שוין זען תכלית, די מעלות זענען אין לשער, פרטים יבואו בקרוב (אפשר נאך היינט)
די עסקנים וואס זענען באקאנט בטוב הענין קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם גרויסן סייעתא דשמיא צו טרעפן אזא פאסיגע זאך.
פאר מער אינפא. קענט איר שיקן א פארלאנג צו די ועד
[email protected]
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

פשי הא פשי הא!!!!

אלעס וואס מיר קענען זאגן איז מי יתן והי'!

כ'האב שוין די טויזענטער גרייט...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אחרי שובי נחמתי,
מ'ברויך אויך "מתפלל זיין"
ליידער זעט מען אז אזויפיל גדולים וטובים האבן נאך נישט מצליח געווען, אידן זייט מתפלל להצלחתם
גם אני ונערותי (אצום) כן בל"נ
יאך וויל נישט צאלן פינף אלפים פאר ווער ס'וועט טרעפן א בעיסמענט לעכל פאר מיין טאכטער זי זאל קענען באצאלן דריי אלפים א חודש
ניין כ'וויל נישט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

טאמער ווילט עטס איך זאל קומען, מוז עס זיין אין די היימישע געגענט פון שטאט (אין די סענטער פון וויליאמסבורג) אז נישט קום איך נישט דארט וואוינען.........
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווי זוי פלעגט מיין באבע זאגען,
פין דיין מויל צי גאטס אוירען..
הלוואי..
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול...

אר יו קידינג? ס'רעדסטו? טויזנט דאלער דאון פעימענט?

עפעס מער דעטאלן איז דא? ס'זעהט אויס עפעס א פאני חלום...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

יישר כח פארן מבשר זיין די בשורה טובה, איך האף נאר אז די שמחה איז נישט פריצייטיג
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

וואס ? איך זע קלאר ? טויזענט דאללאר ? ווי סיין איך ?, מ'קען בערך זאגן וועלעכע געגענט ס'איז.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

קודם האב איך געמיינט אז ס'איז א אפריל די ערשטע וויץ..., ס'איז דאך אבער יולי די זעכצענסטער, סאו וואס איז די דזשאוק מיט טויזענט דאללאר ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לייג מיר אוועק 2 הייזער.

אן סעקאנד טאוט, וויפיל טעכטער האב איך? (דא נעם איך ארויס די ראול-בוק...)

יא, אזויפיל דירות לייג מיר אוועק.

און פאר א נויט, איינס פאר מיין שוויגער, ווייל אנדערש קען איך מיך סייווי נישט אוועקציען פון איר פארטוך.

----
ערנסט גערעדט, יישר כח לעבעדיגער-בערל פאר די בשורה טובה, לאמיר האפן אז עס וועט נישט אויסוועפן ווי די אנדערע טרוימען.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

נאכ'ן לייענען "די ברעיקינג ניוס" האב איך איבערגעקוקט דעם דאטום דערפון צו ס'איז נישט פערצופאל אלט דריי יאר...
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

יאאאווי פשיאאא מוראדיג.. נורא נוראות... א נייע שטאט... די רעגירונג געבויט... מיט אלע צוגעהערן...

גראדע האב איך געהערט אז מען האט געבויט א נייע לאנד, יא אזוי ווי איר הערט "א גאנצע נייע לאנד" נאר פאר אונז היימישע אידן. און נישט נאר א דאונפעימענט פאר א הויז פון 1000 דאללער נאר יעדער קען האבן "א גאנצע שטעטל" נישט נאר איינס נאר וויפיל מען וויל פאר א דאונפעימענט פון ""100 דאלער"" יא איר האט גוט געהערט א שטעטעל פאר איין מאה'לע. אומגלויבלעך אבער דאך א פאקט...

===
יעצט ערענסט גערעדט, דאס איז נאר געווען אן אויסברוך פון גרויס עקסייטמענט, לאמיר האפן אז אויב ב'איז אמת זאל עפעס ווערן דערפון, און איינמאל פאר אלעמאל זאלן אינגעלייט האבן (און קענען באצאלן) א לייטיש דירה פאר מעסיגע פרייזן. יש"כ בערל פאר די פיינע נייעס.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך גיי אי"ה באקומען א לינק פון די פראפערטי ווי עס ווער גע'אפער'ט פאר גויים פאר "נידעריגע צוויי הונדערט" מיט די אפציע פון "טויזענט דאלער" דאון פעימענט
די סיבה דערצו איז גאווערמענט אינוואלוומענט, און יא מיינע פריינט, אבאמא דרוקט "ביליאנען" און אפשר טריליאנען, מיר דארפן נאר כאפן די געלעגנהייט און נעמען דערפון.
די געגנט האב איך געהערט איז דורכן דזשערסי טוירנפייק עקזיט 3 אדער 4 נישט זייער ווייט פון אסאך היימישע ווערהאויזעס און ביזנעסער.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קאמענטאטאר האט מיר געמאכט אז איך זאל איבערטשעקן אויב דאס איז טאקע ריכטיג, און יא! ס'איז דער היינטיגער דאטום.

איך רעדט נישט אריין אין א זאך וואס איך האב ניש די מינדעסטע אנונג, אבער איך בין מתפלל צום בורא אז דאס זאל זיך אויסארבייטן.

ווי קרעמער האט שוין געשריבן ברויך א דירה אויך פאר מיין שוויגער.. אנדער איז נישטא קיין קלער פון זיך פינאנדערשיידן אזוי אין די פריע יארן.

יישר כח לעבעדיגער בערי, פראביר אינז צו האלטן אפדעיטעט וי ווייט מעגליך.

אגב, וואס וועל איך האב פון שיקן א אימעיל צו יענעם אימעיל אדרעעס? זיי וועלן שיקן דארט אלע נייעס?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

אבער וואס איז אויב איך געהער נישט צו וויזניץ/בעלזא/באיאן/פאפא?

כ'האב אייביג געהאט א חלום (I had a dream...) איבער א שטאט מיט א שטאט'ס רב ערוויילט דורך וואלן, מיט א שטאטישע ת"ת, ביד"צ, ביה"ח, ביה"כ, וכ"ו,

אלזא איך מאך דא איין פראמיס: א שטאט מיט א רבנישע מאנארכיע ניט קיין נפק"מ וועלכע הוט ער גייט, איז ער פון גאליציע, הונגארן, אייראפע, א"י וכ"ו וכ"ו.... איז אויסגעקראססד פון מיין ליסט !

ביטע מעקט נישט מיין תגובה.
לעצט פארראכטן דורך קאמענטאטאר אום דאנערשטאג יולי 16, 2009 4:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ס'איז אין די געגענט פון לעיקוואד אדער מיסתמא אביסל ווייטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

יישר כח לעבעדיגער פאר די הייסע נייעס.

לאמיר זאגן אז אלע דיינע פרטים זענען אמת, האלט איך איז אבער דא איין ווארט וואס פאר'הרג'עט - עכ"פ מיט מיין בליק - די אלע פלענער. איך רעד פון די ווארט: רבנים, פינטל.

נישט ח"ו אז מיין מיינונג איז אז א שטעטל ברויך זיין ח"ו אן א רב, נאר פונקט פארקערט, אויב ס'וועט נישט זיין א פונקטליכן רוחניות'דיגן בלו-פרינט פון ווער ס'גייט אנפירן דעם שטאט, וועט געדארן יארן צו בויען אזא שטאט (איך רעד שוין ס'ארבייט זיך יא אויס אי"ה).

געב נאר א קוק וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן די חתונה שפארזאמקייט אויב נישט דורך א רוחניות'דיגן פארלאנג, נאך יארן וואס אלע באשרייבונגען איז געפאלן אויף טויבע אויערן.

דער פראבלעם? דאס האט שוין חסיד פארענטפערט אינעם אנדערן אשכול: קיין איין חסידות וויל נישט פלוצים קלענער ווערן מיט אפאר הונדערט מעמבערס.

נאר וואס דען? מ'וועט האפענטליך יא טרעפן אידן וואס וועלן גרייט זיין צו גיין בלינדערהייט און וועלן זיך מער פארלייגן אויפן גשמיות'דיגן חלק.

דאס האב איך געזאגט ארויסקוקנדיג פון מיין 'באקסל', האפענטליך גרייז איך.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

והאיש משתאה לה מחריש לדעת ההצליח ד' דרכו

איך פארמאך מיינע אויגן, און טרערן רינען פון זיי
אן א נס מן מן השמים וועט אונז גארנישט העלפן סיי ווי סיי

די שווערסטע חלק פון די צרה פונעם ביטערען דירות פראבלעם
איז אז אפי' מ'וויל! קען מען נישט בוחר זיין אוועקגיין פון דעם קלעם

נאר דער רבש"ע אליין קען די רוע הגזירה מעביר זיין און בייטן
ווי אסורים זעמיר צוגעבינדן מיט אומזעהבארע קייטן

יעצט אז עס קומט א פרישער לופטיגער קלאנג
קומען באהאלטענע געפילן אויפן געדאנק

ווער ווייסט? אפשר... אפשר דאך
וועט אונז דער פון אויבן פארגרינגערן דעם גלות-יאך

אולי יחוס עם "עני ואביון" און מצליח זיין אונזערע פעולות
אפשר האט שוין הקב"ה צוגעהערט אונזערע הייסע תפילות

אפשר אביסעלע התגלות אינעם גרויסן הסתר פנים
אפשר וועט שוין זיין כרחם אב על בנים

אויב ח"ו אונז אהיימצונעמען איז נאכנישט באשערט
אפשר א פעקעלע ממתקים איז אונז יא באשערט

זיך פרייען קען מען און אפילו נישט געבן א שמייכל
ווייל מ'קען נישט גלייבן... ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל

אוועק מאכן קען מען זיך אויך נישט ערלויבן משום אל תפתח פה
כולי האי ואולי .. אולי יש תקוה... בזה

והאיש משתאה לה מחריש לדעת ההצליח ד' דרכו
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

די רוחניות'דיגע חלקים זענען טאקע נאך נישט אויסגעארבעט
און ס'איז נישט דא "קיין שום" החלטה דערווייל
און דאס איז די איינציגע צוריק האלט פון מפרסם זיין די זאך ברבים, ווייל מ'וויל קומען צום ציבור מיט עפעס א מהלך.
נאכאמאל, דאס איז א איינמאליגע געלעגנהייט ווי די שטאט האט געהאלפן (נישט געשטערט)בשעת די דירות זענען געפלויגן ארויף האט א געוויסע רעגירונג זיך געזארגט וואס וועט זיין מיט די סתם ארבייטער, און זיי האבן אריין געלייגט איבער פופציג מיליאן צו קענען ארויס קומען מיט א פראדוקט.
יעצט כאפן אלע גוי'אישע סתם ארבייטער מציאות איבער גאנץ אמעריקע און די שטאט שטייט, ס'איז נאר געבויעט א סעמפל, אלעס איז אפראווד, די שטאט האט שוין א קאמפעני וואס וועט בויען, לויט ווי שנעל מ'וועט זיך מעלדן.
איך אליין ווייס נאך נישט אלע פרטים און וואס כ'וועל וויסן וועל איך מעלדן פארן ציבור
נ.ב. רבנים וואס האבן א געפיל פאר דעם נושא זענען באקאנט דערמיט, און פרובירן אויסצוארבעטן א מהלך אז "יעדער" היימישער איד זאל קענען זיך צופאסן צום פלאץ, פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט זיך קענען אליין בויען דארטן פאר א צענטל די פרייז וואס זיי דארפן זיך בויען אין וומס"ב בארא פארק
אז מ'לעבט דערלעבט מען
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

די פאקט, שיינע גראמען.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

כ'פארשטיי נישט, און פארוואס 'כאפן' נישט די אלע גוים דארט, איז עס דען נישט א מציאה?
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

[img]C:\site_plan_lrg.JPG[/img]
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קאמענטאטאר האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, און פארוואס 'כאפן' נישט די אלע גוים דארט, איז עס דען נישט א מציאה?

ווייל א גוי וואס האט צוויי מאות, אדער ער קען באקומען אמארגידזש פון צוויי מאות קען טרעפן בעסערס "ווייל ער דארף נישט קיין קאמיוניטי" אויב האסטו גערעדט מיט א ריעל עסטעיט דילער וועסטו הערן וואס מ'קען טרעפן אוועק פון ניו יארק פאר צוויי מאות, דאס איז געווען די טעות פון די רעגירונג דארט און דאס איז אונזער ריוח, אז זיי האבן יא צוגעשטעלט א קאמיוניטי, דוקא וואס חסידי'שע אידן דארפן.
כ'האב געקענט א איד וואס האט נישט געטון קיין שידוך מיט זיינע אלטע בחורים, ווייל אויב יענער וויל מיך מוז זיין ער איז געפערליך, אויב האט מען דעם "עטיטוד" וועט קיין שידוך פאר אונזער פראבלעם נישט זיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יעצט וועל איך אייך איבערגעבן נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס הייסט השגחה פרטית און סייעתא דשמיא.
דער קאונסילמאן פון יענע געגנט איז א רעפובליקאנער און א איד, אים האט זייער געבאדערט די ענווייראמענטאליסטן וואס לאזן נישט לעבן די מענטשהייט און פארפירן קעגן קארס און אזוי ווייטער, אויסער וואס ער איז א קאונסילמאן איז ער א קאלידזש פראפעסער און ער איז א מומחה איבער די טעמע פון "אורבאן, סובארבאן, לייף" דאס מיינט לעבן אין די גרויסע שטעט און אין די ארומיגע שטעט.
ער האט זיך אריין געלייגט ראשו ורובו שוין צען יאר אין די סוגיא, "צו קען א מענטש לעבן א נארמאל לעבן אן א קאר?"
און ער האט אויסגעפירט אז אויב זאל מען בויען א קאמיוניטי נעבן א מעידזשאר טרעין סטעישאן, (צו קענען פארן צו די ארבעט) און ס'זאל זיין צוגעשטעלט וואלקינג דיסטענס די דריי הויבט געברויכן פון א מענטש ער רופט עס "פלעי שאפ און פרעי" דאס מיינט שפילן (פארברענגען) געשעפטן, און וואו צו דאווענען (פארשטייט זיך פאר אידן בתי מדרשים) וועט מען קענען לעבן מיט הרחבת הדעת אן קיין קאר, און דאס מוז זיין אין א סובארבן געגנט, אבער גענוג נאנט צו א סיטי און מ'זאל מיטן טרעין קענען אנקומען איבעראל.
די שטאט האט גענומען זיין פראפאזעל, און זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען פרובירן, און מיט פעדעראלע און סטעיט געלטער האט מען אנגעהויבן די ערשטע פאזעס, די אינפאסטראקטור איז שוין פארטיג, און זיי האבן גענומען א נאציאנאלע פראפעשאנעל בילדער זאל פרובירן די וואסער, זיי פרובירן טאקע עס צו פארקויפן אלץ א "גרין" קאמיוניטי כדי צו ציען קליענטן אבער דערווייל זעט אויס אז די השגחה עליונה האט דאס אנגעגרייט פאר אידן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' בערל, ערשטנס א דאנק פאר די נייעס
דער עולם שטעלט זיך שוין אין די רייעס
מיט פולע זעק מיט אלפים ומאות
הלואי לדבריך זאלן זיי זיין ציית
ווייל דאהי אין וומס איז ביטער ווי א זית
אז דו מוזט האסטו נישט קיין ברירה נאר buy עס
האסט נישט קיין געלט? בארג עס און ליי עס
קענסט נישט באצאלן? ארום און ארום דריי עס
ווערסט דערפון אונגעצויגן? דריי דיר די פאות
ברויך איך דען ברענגען לדברי ראיות?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”