אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א ס”ק פיס!

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע: The Pentagon

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:53 am
התחברות האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:15 pm
באקומען אין פאסט קעסטל:

בשורה טובה תדשן עצם

נאך מערערע חדשים וואס כ"ק רבינו שליט"א (מהר"א) האט פראקלאמירט במעמד רבבות אידן ביומא דהילולא קדישא אז ס'דארף אראפשטעלט ווערן שטארקע תקנות צו בויען און פארקויפן נאר אפארדעבל דירות אין קרית יואל – קומט ענדליך די גוטע נייעס צום פרייד פון אלע תושבי קרית יואל – און אלע וועלכע ווילן זיך באזעצן אין קרית יואל:

מ'קען נישט פארלאנגען פאר א דירה העכער ווי 300 פער סק. פוס. סך הכל.

ווי באקאנט האט רבינו שליט"א מיט א צייט אויפגענומען א קאמיטע פון חשוב'ע אינגעלייט עסקנים, וועלכע זענען וואכן לאנג געזעסן מיט לאיערס און פראפערטי עקספערטן און דערנאך מיט מערערע דעוועלאפער, און דורכגעגאנגען אלע איינצלהייטן מיט די געטרייע פירער פונעם ווילידזש אוו קרית יואל מיט יעדן ריר, וועלכע זענען גאר אקטיוו מיט אלע דעטאלן פון א לעגאלן שטאנדפונקט – אז דער עתיד פון קרית יואל זאל זיין אז יעדער איד זאל זיך קענען קויפן א אייגענע דירה – און נישט לאזן די פרייזן ארויפגיין.

עס איז אויך אויסגעהאמערט געוארן אז ווען עס וועט אי"ה קומען צו פרישע אנעקסעישאנס, וועלן נאר די וועלכע וועלן זיך מתחייב זיין צו פארקויפן נישט העכער ווי $300 א סק. פוס, קענען אריינגענומען ווערן אינעם ווילידזש.

ווי מ'הערט איז איינע פון די פלענער, צו רעסטריקטן דאס פארקויפן די דירות ווייטער. - ס'טייטש, אז דער קונה וואס קויפט אן אפארדעבל דירה, זאל עס נישט קענען פליפן פאר א צווייטן פאר א העכערן פרייז, און אזוי אויסשפילן דעם מוכר.
דאס פליפן דירות איז געווען דער גרעסטער שטער פון פארקויפן אפארדעבל יוניטיס, ווייל דער קונה האט עס שנעל געפליפט און ארויפגעטריבן די פרייזן העכער און העכער. און דער מוכר איז בכלל נישט אין קאנטראל.

אויב ווערט דאס אפגעשטעלט איז שוין א גרויסע ישועה.

די אלע פלענער זענען אויסער די ביליגע דירות וואס וועד הקריה וועט אי"ה בויען פאר רענטאל, וואס וועט נאך מער אראפברענגען די פרייז פון דירות אין קרית יואל.
אפדעיט:

בנוגע די דירות קאמיטע איז טאקע געווען אן ערנסטער מיטינג ביים רבי'ן שליט"א (מהר"א) יעצט דעם זונטאג הארט פאר דער רבי איז געפארן אויף אפרוה. די מיטינג איז געווען מיט'ן דירות קאמיטע און די ווילעדזש באאמטע צו שטיפן אינאיינעם פאראויס די פלענער וואס קאכן זיך פעסט. די קאמיטע באשטייט פון ר' יואל (ב"ר יונה) בערנאט, ר' ישעי' ווערצבערגער, און ר' חיים שלמה קרויס, וואס זיי געבן אוועק אסאך צייט און כח צושטאנד צו ברענגען א זאכליכע פלאן מיט די דעוועלאפער.

ס'איז נאכנישט דא ממש פיינעל געשעענישן אויפ'ן שטח, אבער מ'האט געמאכט גאר גרויס פארשריט און עס קען זיין אז בקרוב ממש וועט שוין ארויסקומען פאקטישע זאכן.

צו זאגן די פרטי הדברים אין קורצן:

די יעצטיגע פלאן פונעם דירות קאמיטע איז צו טרעפן א מהלך פון נעגאשיעיטן מיט יעדן בילדער וואס ווארט אויף א טובה פונעם ווילעדזש, צו פארשנעלערן סייט פלען און פערמיט אפראוועלס אדער צו ארלעדיגן סטעיט און קאונטי סוער אפראוועלס, זאלן אין אויסטויש זיך פארפליכטן צו געבן ביליגע דירות פרייזן.

דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.

בעצם וואלטן די אלע געדארפט צושטעלן אויף א טייל פראיעקט (20 פראצענט) "אפארדעבל האוזינג" לויט די געזעץ וואס די ווילעדזש האלט אינמיטן אויפוועקן, און די ווילידזש האט דערווייל נישט געטיילט קיין סייט-פלען אפראוועלס ביז דער אפארדעבל געזעץ איז מסודר. אבער דער יעצטיגער פלאן פון די קאמיטע איז, עכ"פ אויף דערווייל, צו מאכן איין גרויסע פלעט-רעיט וואס די דעוועלאפער זאלן זיך צושטעלן דערצו אויפ'ן 'גאנצן פראיעקט' אין אויסטויש פאר השתדלות און שנעלע אפראוועלס.

די קאמיטע איז געזיצן אין די לעצטע 2-3 וואכן מיט רוב פון די דערמאנטע דעוועלאפער וועמען דאס וועט אפעקטירן, צו הערן פון זיי וואס די עכטע 'קאסטן' זענען אויפ'ן פאפיר, און וויפיל איז די מינימום ריוח וואס מאכט סענס אין זייערע אויגן לויט די ארבעט און ריסק, צו באקומען א שטיקל קלארקייט פון אלע זייטן.

יעצט האט די קאמיטע געברענגט צום טיש ביים רבי'ן אלע נומבערס פון קאסטן וואס די בילדער האבן געגעבן. ס'איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז די עכטע ציפערן זענען צוטיילט אין 6, כזה:

1] קויפן די שטח
2] קאנסטראקשן הארד קאסט (אייטעמס צום בויען און די סובס)
3] קאנסטראקשן סאפט קאסט (אינדזשענירונג, ארכיטעקט, פערמיטס פיס, עקספעדייטערס, וואסער און סוער הוקאפס, לייעבילעטי און פייער אינשורענס, אפיס ארבייטער און קאנסטרוקשן אייגעשטעלטע, אנסייט אויסגאבן ווי קארס, מאשינען, טרעילארס וכדו', וכהנה)
4] אינפראסטרוקטור (אנסייט און אפפסייט)
5] קאסט אוו מאני, הארד מאני לאונס, קאנסטרוקשן לאון'ס, וכדו',
6] פראפיט.

די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.

דער בילדער זאל שפארן אויסגאבן, בויען מיט ווייניגער לוקסוס, אראפדרוקן אייטעם פרייזן, מאכן ביד'ס אויף יעדע סוב, וכדומה. דער רבי האט אנגעכאפט אלס משל די 9 פיסיגע דאך, און די ספאטלייטס, זאגנדיג אז אלעס וואס מ'האט אמאל נישט געמאכט מז דער בילדער היינט אויך נישט מאכן, און אזוי וועט ער קענען אראפברענגען די קאסט און מאכן גענוג פראפיט.

דאן האט ר' גדלי' סעגעדין פונעם ווילעדזש אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן די מהלכים וואס זענען אויפ'ן טיש, אז סיי וואסערע החלטה דער רבי מיט'ן קאמיטע וועלן מאכן - אויף יעצט און אויף שפעטער - זאל די ווילעדזש קענען עס צושטאנד ברענגען דורך א לעגאלע מהלך פון גאווערמענט רולס און נעגאשיעישאנס, וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך די ספעציעל געדינגענע לויערס וואס זיי האבן געברענגט פון אלבאני דאס צו אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש בס"ד.

עקסטער האט די קאמיטע אויפגעברענגט א נקודה בנוגע השתדלות אז די דירות זאלן ווערן פארקויפט אלס "אוינער אקיופייד", אז אינוועסטארס און פליפערס זאלן נישט הייבן די פרייז און מאכן געלט אויף די דעוועלאפערס חשבון. מ'האט אויפגעברענגט א מהלך אז די דירות קאמיטע זאל פארמאגן אן אייגענעם ליסטע פון קונים וואס זוכן א דירה "אויף צו וואוינען", וואס זיי וועריפייען, אזוי אז דער דעוועלאפער זאל געבן פריארעטי פאר דעם ליסטע, כדי די וואס זוכן באמת צו קויפן די דירה אויף צום וואוינען זאלן אלעמאל זיין די ערשטע צו באקומען די דירה פאר'ן גוטן פרייז.

א טאג דערויף, מאנטאג, איז די קאמיטע אריבער צו 2 דעוועלאפער פארשטעלן די החלטות פאר'ן מהלך. איינער פון די 2 דעוועלפער האבן יעצט אן אקטיווע קאנסטראקשן סייט פון בערך 200 דירות וואס ווארט אויף אפראוועלס, און זייענדיג גאר שטארק אנגעוויזן אויף שנעלע אפראוועלס איז ער ב"ה גרייט צו זיין דער ערשטער צו מיטארבעטן מיט די נייע פרייזן פון $300 א ס"פ אין אויסטויש פאר ווילעדזש הילף אויף שנעלע אפראוועלס.

אבער, היות ער האט שוין גענומען דעפאזיטס פאר א גרויס חלק דירות (בערך א יאר צוריק, פאר ארום 380 א ס"פ), און נאר א חלק דירות זענען נאך פארבליבן יעצט צו פארקויפן, איז זיין שאלה געווען, צו ער קען/דארף יעצט ברעכן זיינע קאנטראקטס, נידערן די פרייזן, און צושטעלן אנדערע סארט קוואליטי מיט ווייניגער אפגרעידס וכו'.

די קאמיטע האט אנגערופן דעם רבי'ן מיט די שאלה, און ס'איז געבליבן אז ער זאל 'געבן די אפציע' פאר אלע ביז יעצטיגע קונים צו אליינס באשליסן. אדער זאלן זיי בלייבן מיט די אלטע אפגרעידס פאר די אלטע פרייז, אדער קענען זיי מבטל זיין די קאנטראקט צו באקומען די נייע פרייזן, און דער דעוועלאפער וועט טוישן צו אראפנעמען אפגרעידס וכדו'.

יעצט וועט די קאמיטע ווייטער נעגאושיעיטן מיט די אנדערע דערמאנטע דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף די זעלבע הילף פאר אפראוועלס, און עס איז צום האפן אז מען וועט באווייזן צו ברענגען א דראסטישע טראסק אין דירות פרייזן, ווען קרית יואל וועט ווייטער ארויסשטיין אלס דער שטאלצער שטאט וואו עסקני העיר אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א זענען אויף נעכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פונעם ציבור.

ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח!
איך בין דיר דן לכף זכות אז די האסט פלעין נאכגעשריבן וואס א
צווייטער האט דיר געזאגט, ווייל און די תגובה שטייט שקר! און נישט איין ליגענט נאר אסאך! (האסט אויך געשריבן אסאך אמתדיגע זאכן)

גייסט מיר פרעגן פארוואס שרייב איך די תגובה? וואס וויל איך דא? ווייל אזאנע תגובות וואס די שרייבסט אויב איז עס נישט 100% אמת הייסט דאס געמאכט פורים פון הונדערטער אדער מעגליך טויזנטער יודן ! דאס הייסט געשפילט אויף אסאך יודן'ס געפילן!

הצלחה
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:58 pm
הרב_שלום האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:32 pm
שוין געווען אזא געזעץ, אלע עפארדעבעלס זענען געגאנגען פאר די וואס האבן באצאלט מיט געביגעלטע הינדרעטערס אדער פאר די בילדערס משפחה

אויף פראג האט א יונגערמאן געקויפט א דירה, די בילדער זאגט איהם אז אלעס איז פארקויפט נאר איינס איז איבער געבליבען, מען דארף אבער אראפלייגען א גרויסע דאון פעימענט, נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער זיך צוזאם געבארגט פון נאנטע און באקאנטע, אפאר חדשים שפעטער זעהט ער אין די הקריה אז ער האט זוכה געווען צו אן עפארדעבעל דירה
דזשאסט פאר דיין אינפאו, די דיעל ארבייט אז די וועד נעמט איבער דאס פארקויפן דירות... נישט דער דיוועלאופער! זיי פארקויפן נאר פאר מענטשן וואס פלאנען אהינצומופן, נישט פאר אינוועסטמענט אדער סעקאנד האום...
דעס איז שייך צו קאנטראלירן ?
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

סמעטענע האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 2:40 pm

אויב וויל מען עכט קען מען עס מער ווייניגער קאנטראלירן, הגם עס וועלן אלס זיין אפאר גנבים וואס וועלן אויסשפילן.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

מרק האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 3:44 pm
צדיקים וחסידים האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 1:21 pm
🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר''א
במקום הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
=דאנערשטאג פנחס=
◄ ווייז ספוילער
שפעט נאכמיטאג האט דער רבי טעלעפאניש מיט געהאלטן אן אסיפה מיטן וועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג פארן דירות קריזיס אין קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אנטוויקלונגן אין די לעצטע 3 טאג, אראפצוברענגן די פרייזן פון דירות צו אינטער 300 דאללאר פער סקווער פוס, און האט שטארק הנאה געהאט צו הערן איבער די פארהאנדלונגן מיט די דעוועלאפערס וואס האבן שוין געחתמ'ט אראפצוברענגן זייערע פראיעקטן צו דעם פרייז, דער רבי האט זיי געגעבן הוראות וויזוי ווייטער ממשיך צו זיין, און אויסגעדרוקט זיין האפענונג, אז די עקזעסטירענדע דעוועלאפערס וועלכע האלטן שוין אינמיטן זייערע בוי פראיעקטן זאלן אויך נאכקומען צו דעם פרייז און זיך פולקאם צושטעלן לטובת הציבור, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

מיליטערישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 1:59 pm
התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:53 am
התחברות האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:15 pm
באקומען אין פאסט קעסטל:

בשורה טובה תדשן עצם

נאך מערערע חדשים וואס כ"ק רבינו שליט"א (מהר"א) האט פראקלאמירט במעמד רבבות אידן ביומא דהילולא קדישא אז ס'דארף אראפשטעלט ווערן שטארקע תקנות צו בויען און פארקויפן נאר אפארדעבל דירות אין קרית יואל – קומט ענדליך די גוטע נייעס צום פרייד פון אלע תושבי קרית יואל – און אלע וועלכע ווילן זיך באזעצן אין קרית יואל:

מ'קען נישט פארלאנגען פאר א דירה העכער ווי 300 פער סק. פוס. סך הכל.

ווי באקאנט האט רבינו שליט"א מיט א צייט אויפגענומען א קאמיטע פון חשוב'ע אינגעלייט עסקנים, וועלכע זענען וואכן לאנג געזעסן מיט לאיערס און פראפערטי עקספערטן און דערנאך מיט מערערע דעוועלאפער, און דורכגעגאנגען אלע איינצלהייטן מיט די געטרייע פירער פונעם ווילידזש אוו קרית יואל מיט יעדן ריר, וועלכע זענען גאר אקטיוו מיט אלע דעטאלן פון א לעגאלן שטאנדפונקט – אז דער עתיד פון קרית יואל זאל זיין אז יעדער איד זאל זיך קענען קויפן א אייגענע דירה – און נישט לאזן די פרייזן ארויפגיין.

עס איז אויך אויסגעהאמערט געוארן אז ווען עס וועט אי"ה קומען צו פרישע אנעקסעישאנס, וועלן נאר די וועלכע וועלן זיך מתחייב זיין צו פארקויפן נישט העכער ווי $300 א סק. פוס, קענען אריינגענומען ווערן אינעם ווילידזש.

ווי מ'הערט איז איינע פון די פלענער, צו רעסטריקטן דאס פארקויפן די דירות ווייטער. - ס'טייטש, אז דער קונה וואס קויפט אן אפארדעבל דירה, זאל עס נישט קענען פליפן פאר א צווייטן פאר א העכערן פרייז, און אזוי אויסשפילן דעם מוכר.
דאס פליפן דירות איז געווען דער גרעסטער שטער פון פארקויפן אפארדעבל יוניטיס, ווייל דער קונה האט עס שנעל געפליפט און ארויפגעטריבן די פרייזן העכער און העכער. און דער מוכר איז בכלל נישט אין קאנטראל.

אויב ווערט דאס אפגעשטעלט איז שוין א גרויסע ישועה.

די אלע פלענער זענען אויסער די ביליגע דירות וואס וועד הקריה וועט אי"ה בויען פאר רענטאל, וואס וועט נאך מער אראפברענגען די פרייז פון דירות אין קרית יואל.
אפדעיט:

בנוגע די דירות קאמיטע איז טאקע געווען אן ערנסטער מיטינג ביים רבי'ן שליט"א (מהר"א) יעצט דעם זונטאג הארט פאר דער רבי איז געפארן אויף אפרוה. די מיטינג איז געווען מיט'ן דירות קאמיטע און די ווילעדזש באאמטע צו שטיפן אינאיינעם פאראויס די פלענער וואס קאכן זיך פעסט. די קאמיטע באשטייט פון ר' יואל (ב"ר יונה) בערנאט, ר' ישעי' ווערצבערגער, און ר' חיים שלמה קרויס, וואס זיי געבן אוועק אסאך צייט און כח צושטאנד צו ברענגען א זאכליכע פלאן מיט די דעוועלאפער.

ס'איז נאכנישט דא ממש פיינעל געשעענישן אויפ'ן שטח, אבער מ'האט געמאכט גאר גרויס פארשריט און עס קען זיין אז בקרוב ממש וועט שוין ארויסקומען פאקטישע זאכן.

צו זאגן די פרטי הדברים אין קורצן:

די יעצטיגע פלאן פונעם דירות קאמיטע איז צו טרעפן א מהלך פון נעגאשיעיטן מיט יעדן בילדער וואס ווארט אויף א טובה פונעם ווילעדזש, צו פארשנעלערן סייט פלען און פערמיט אפראוועלס אדער צו ארלעדיגן סטעיט און קאונטי סוער אפראוועלס, זאלן אין אויסטויש זיך פארפליכטן צו געבן ביליגע דירות פרייזן.

דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.

בעצם וואלטן די אלע געדארפט צושטעלן אויף א טייל פראיעקט (20 פראצענט) "אפארדעבל האוזינג" לויט די געזעץ וואס די ווילעדזש האלט אינמיטן אויפוועקן, און די ווילידזש האט דערווייל נישט געטיילט קיין סייט-פלען אפראוועלס ביז דער אפארדעבל געזעץ איז מסודר. אבער דער יעצטיגער פלאן פון די קאמיטע איז, עכ"פ אויף דערווייל, צו מאכן איין גרויסע פלעט-רעיט וואס די דעוועלאפער זאלן זיך צושטעלן דערצו אויפ'ן 'גאנצן פראיעקט' אין אויסטויש פאר השתדלות און שנעלע אפראוועלס.

די קאמיטע איז געזיצן אין די לעצטע 2-3 וואכן מיט רוב פון די דערמאנטע דעוועלאפער וועמען דאס וועט אפעקטירן, צו הערן פון זיי וואס די עכטע 'קאסטן' זענען אויפ'ן פאפיר, און וויפיל איז די מינימום ריוח וואס מאכט סענס אין זייערע אויגן לויט די ארבעט און ריסק, צו באקומען א שטיקל קלארקייט פון אלע זייטן.

יעצט האט די קאמיטע געברענגט צום טיש ביים רבי'ן אלע נומבערס פון קאסטן וואס די בילדער האבן געגעבן. ס'איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז די עכטע ציפערן זענען צוטיילט אין 6, כזה:

1] קויפן די שטח
2] קאנסטראקשן הארד קאסט (אייטעמס צום בויען און די סובס)
3] קאנסטראקשן סאפט קאסט (אינדזשענירונג, ארכיטעקט, פערמיטס פיס, עקספעדייטערס, וואסער און סוער הוקאפס, לייעבילעטי און פייער אינשורענס, אפיס ארבייטער און קאנסטרוקשן אייגעשטעלטע, אנסייט אויסגאבן ווי קארס, מאשינען, טרעילארס וכדו', וכהנה)
4] אינפראסטרוקטור (אנסייט און אפפסייט)
5] קאסט אוו מאני, הארד מאני לאונס, קאנסטרוקשן לאון'ס, וכדו',
6] פראפיט.

די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.

דער בילדער זאל שפארן אויסגאבן, בויען מיט ווייניגער לוקסוס, אראפדרוקן אייטעם פרייזן, מאכן ביד'ס אויף יעדע סוב, וכדומה. דער רבי האט אנגעכאפט אלס משל די 9 פיסיגע דאך, און די ספאטלייטס, זאגנדיג אז אלעס וואס מ'האט אמאל נישט געמאכט מז דער בילדער היינט אויך נישט מאכן, און אזוי וועט ער קענען אראפברענגען די קאסט און מאכן גענוג פראפיט.

דאן האט ר' גדלי' סעגעדין פונעם ווילעדזש אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן די מהלכים וואס זענען אויפ'ן טיש, אז סיי וואסערע החלטה דער רבי מיט'ן קאמיטע וועלן מאכן - אויף יעצט און אויף שפעטער - זאל די ווילעדזש קענען עס צושטאנד ברענגען דורך א לעגאלע מהלך פון גאווערמענט רולס און נעגאשיעישאנס, וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך די ספעציעל געדינגענע לויערס וואס זיי האבן געברענגט פון אלבאני דאס צו אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש בס"ד.

עקסטער האט די קאמיטע אויפגעברענגט א נקודה בנוגע השתדלות אז די דירות זאלן ווערן פארקויפט אלס "אוינער אקיופייד", אז אינוועסטארס און פליפערס זאלן נישט הייבן די פרייז און מאכן געלט אויף די דעוועלאפערס חשבון. מ'האט אויפגעברענגט א מהלך אז די דירות קאמיטע זאל פארמאגן אן אייגענעם ליסטע פון קונים וואס זוכן א דירה "אויף צו וואוינען", וואס זיי וועריפייען, אזוי אז דער דעוועלאפער זאל געבן פריארעטי פאר דעם ליסטע, כדי די וואס זוכן באמת צו קויפן די דירה אויף צום וואוינען זאלן אלעמאל זיין די ערשטע צו באקומען די דירה פאר'ן גוטן פרייז.

א טאג דערויף, מאנטאג, איז די קאמיטע אריבער צו 2 דעוועלאפער פארשטעלן די החלטות פאר'ן מהלך. איינער פון די 2 דעוועלפער האבן יעצט אן אקטיווע קאנסטראקשן סייט פון בערך 200 דירות וואס ווארט אויף אפראוועלס, און זייענדיג גאר שטארק אנגעוויזן אויף שנעלע אפראוועלס איז ער ב"ה גרייט צו זיין דער ערשטער צו מיטארבעטן מיט די נייע פרייזן פון $300 א ס"פ אין אויסטויש פאר ווילעדזש הילף אויף שנעלע אפראוועלס.

אבער, היות ער האט שוין גענומען דעפאזיטס פאר א גרויס חלק דירות (בערך א יאר צוריק, פאר ארום 380 א ס"פ), און נאר א חלק דירות זענען נאך פארבליבן יעצט צו פארקויפן, איז זיין שאלה געווען, צו ער קען/דארף יעצט ברעכן זיינע קאנטראקטס, נידערן די פרייזן, און צושטעלן אנדערע סארט קוואליטי מיט ווייניגער אפגרעידס וכו'.

די קאמיטע האט אנגערופן דעם רבי'ן מיט די שאלה, און ס'איז געבליבן אז ער זאל 'געבן די אפציע' פאר אלע ביז יעצטיגע קונים צו אליינס באשליסן. אדער זאלן זיי בלייבן מיט די אלטע אפגרעידס פאר די אלטע פרייז, אדער קענען זיי מבטל זיין די קאנטראקט צו באקומען די נייע פרייזן, און דער דעוועלאפער וועט טוישן צו אראפנעמען אפגרעידס וכדו'.

יעצט וועט די קאמיטע ווייטער נעגאושיעיטן מיט די אנדערע דערמאנטע דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף די זעלבע הילף פאר אפראוועלס, און עס איז צום האפן אז מען וועט באווייזן צו ברענגען א דראסטישע טראסק אין דירות פרייזן, ווען קרית יואל וועט ווייטער ארויסשטיין אלס דער שטאלצער שטאט וואו עסקני העיר אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א זענען אויף נעכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פונעם ציבור.

ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח!
איך בין דיר דן לכף זכות אז די האסט פלעין נאכגעשריבן וואס א
צווייטער האט דיר געזאגט, ווייל און די תגובה שטייט שקר! און נישט איין ליגענט נאר אסאך! (האסט אויך געשריבן אסאך אמתדיגע זאכן)

גייסט מיר פרעגן פארוואס שרייב איך די תגובה? וואס וויל איך דא? ווייל אזאנע תגובות וואס די שרייבסט אויב איז עס נישט 100% אמת הייסט דאס געמאכט פורים פון הונדערטער אדער מעגליך טויזנטער יודן ! דאס הייסט געשפילט אויף אסאך יודן'ס געפילן!

הצלחה
שרייבסט אז איך שרייב אסאך ליגנט, אבער ביסט מיר דן לכף זכות…

אקעי, ס׳איז אמת אז איך האב עס באקומען.
אבער וועלכע סאך ליגנט שרייב איך?
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

john האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:10 pm
התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:50 pm
די קאמיטע זיצט מיט אלע דעוועלאפער.

עס איז א פאקט אז א סק. פוס קאסט נישט קיין סאך מער פון $200!

עס איז קלאר אויפגעוויזן געווארן
חוץ אויב מ׳בויט מיט מער לוקסוס.

די רעסטריקשאן און בויען בעיסיק קען האלטן די פרייז נידריג!

די ווילידזש דארף עס אינפארסן!

ווער עס בויעט פאר $400 זאל זיצן!

עס איז לעגאל.
וואס איז לעגאל?

לעגאל צן געבן פערמיטן ערשט, פאר די וועלכע בויען אפארדעבל.
john
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

תגובה דורך john »

התחברות האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 7:52 pm
john האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:10 pm
התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:50 pm
די קאמיטע זיצט מיט אלע דעוועלאפער.

עס איז א פאקט אז א סק. פוס קאסט נישט קיין סאך מער פון $200!

עס איז קלאר אויפגעוויזן געווארן
חוץ אויב מ׳בויט מיט מער לוקסוס.

די רעסטריקשאן און בויען בעיסיק קען האלטן די פרייז נידריג!

די ווילידזש דארף עס אינפארסן!

ווער עס בויעט פאר $400 זאל זיצן!

עס איז לעגאל.
וואס איז לעגאל?

לעגאל צן געבן פערמיטן ערשט, פאר די וועלכע בויען אפארדעבל.
נישט אמת. ווילאנג סאיז נישט דא א וואוט צו מאכן די געזעץ אויף די books איז עס נישט לעגאל
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

די וואוט דויערט איין מינוט און מ'קען געהעריג סטראשען אז מ'וועט מאכן אזוי וואוט
john
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך john »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 8:04 pm
די וואוט דויערט איין מינוט און מ'קען געהעריג סטראשען אז מ'וועט מאכן אזוי וואוט
סגייט נישט אזוי און סאיז דא א סיבה פארוואס זיי מאכן נישט די וואוט. גלייב מיר ווען זיי קענען טוען זיי עס
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33283
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סמעטענע האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 2:40 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:58 pm
הרב_שלום האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:32 pm
שוין געווען אזא געזעץ, אלע עפארדעבעלס זענען געגאנגען פאר די וואס האבן באצאלט מיט געביגעלטע הינדרעטערס אדער פאר די בילדערס משפחה

אויף פראג האט א יונגערמאן געקויפט א דירה, די בילדער זאגט איהם אז אלעס איז פארקויפט נאר איינס איז איבער געבליבען, מען דארף אבער אראפלייגען א גרויסע דאון פעימענט, נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער זיך צוזאם געבארגט פון נאנטע און באקאנטע, אפאר חדשים שפעטער זעהט ער אין די הקריה אז ער האט זוכה געווען צו אן עפארדעבעל דירה
דזשאסט פאר דיין אינפאו, די דיעל ארבייט אז די וועד נעמט איבער דאס פארקויפן דירות... נישט דער דיוועלאופער! זיי פארקויפן נאר פאר מענטשן וואס פלאנען אהינצומופן, נישט פאר אינוועסטמענט אדער סעקאנד האום...
דעס איז שייך צו קאנטראלירן ?
דאס זיכער... א מענטש וואס גיבט אריין אז ער וויל קויפן, טשעק מען וואו ער וואוינט יעצט, מ'רעדט מיטעם מ'גייט עס נאך...

און פרייטאג האבעך געהערט אז ס'גייט געהעריג זיין א דיעד רעסטריקשן אז אויב פארקויפט מען די דירה מוזעס צוריקגיין צום סעללער פא את די זעלבע פרייז וואס מאטעס געקויפט פלאס אפאר פראצענט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מוצ"ש יולי 27, 2024 11:00 pm

און פרייטאג האבעך געהערט אז ס'גייט געהעריג זיין א דיעד רעסטריקשן אז אויב פארקויפט מען די דירה מוזעס צוריקגיין צום סעללער פא את די זעלבע פרייז וואס מאטעס געקויפט פלאס אפאר פראצענט...
ביז ווען? אויב פארקויפט מען די דירה צוואנציג יאר שפעטער אויך?
!Hey there I'm using IVELT
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

די דירות איז געמאכט צו וואוינען, נישט צו פליפן.
zurich
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

תגובה דורך zurich »

און אויב א איד האט נישט געלד צו קויפן און וויל דינגן א דירה, וועט מער נישט זיין קיין מארקעט דערפאר?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

זיי וועלן קענען דינגען די דירות אין וואס די וועלכע האבן געקויפט פלעגן וואוינען
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
zurich
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

מיסטעריעז האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 1:19 am
זיי וועלן קענען דינגען די דירות אין וואס די וועלכע האבן געקויפט פלעגן וואוינען
:roll:
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

zurich האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 12:32 am
און אויב א איד האט נישט געלד צו קויפן און וויל דינגן א דירה, וועט מער נישט זיין קיין מארקעט דערפאר?
און אויב א איד פארפאסט די מאנרא באס?!
פארעסט ראוד
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:05 am

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארעסט ראוד »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 1:35 am
zurich האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 12:32 am
און אויב א איד האט נישט געלד צו קויפן און וויל דינגן א דירה, וועט מער נישט זיין קיין מארקעט דערפאר?
און אויב א איד פארפאסט די מאנרא באס?!
;l;p-
גראבט גריבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:15 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבט גריבער »

אויב האב איך שוין א קליינע געקויפטע דירה, און איך דארף שוין יעצט האבן א גרעסערע דירה, וועל איך קענען קויפן פאר דו ביליגע פרייז?
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

התחברות האט געשריבן: מוצ"ש יולי 27, 2024 11:23 pm
די דירות איז געמאכט צו וואוינען, נישט צו פליפן.
ווען איינער האט שוין געוואוינט אין אזא דירה צוואנציג יאר קען ער עס אויך נישט פארקויפן?
!Hey there I'm using IVELT
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

גראבט גריבער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 2:14 am
אויב האב איך שוין א קליינע געקויפטע דירה, און איך דארף שוין יעצט האבן א גרעסערע דירה, וועל איך קענען קויפן פאר דו ביליגע פרייז?
זארג דיך נישט. אזוי ווי עס וועט זיין א ביליגע פרייז, אזוי וועסטו קענען קויפן. האלט נאר אן דיין קליינע דירה זאלסט נישט בלייבן מיט גארנישט.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

נוסח אשכנז האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 2:16 am
התחברות האט געשריבן: מוצ"ש יולי 27, 2024 11:23 pm
די דירות איז געמאכט צו וואוינען, נישט צו פליפן.
ווען איינער האט שוין געוואוינט אין אזא דירה צוואנציג יאר קען ער עס אויך נישט פארקויפן?

אוודאי קען ער פארקויפן.
פאר׳ן מוכר. פאר עטליכע פראצענט העכער.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8941
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אין אנדערע נייעס הער איך אז עיקערס אינקלעוו האט פרייטאג באקומען די ענדגילטיגע קאנדא אפראוועלס, און מען הייבט די וואך אן צו קלאוזן מיט מארטגעדזשעס בשטומ"צ,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

גראבט גריבער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 2:14 am
אויב האב איך שוין א קליינע געקויפטע דירה, און איך דארף שוין יעצט האבן א גרעסערע דירה, וועל איך קענען קויפן פאר דו ביליגע פרייז?

אדרבה לאמיר הערן:

אויב האסטו שוין א דירה, וואס דו האסט געקויפט למשל 10 יאר צוריק, (150 דאלאר א סק. פוס) וועסטו עס פארקויפן פאר דעם ביליגן פרייז וואס דו האסט עס געקויפט?

אדער דו וועסט זוכן דעם בעסטן דיעל?
מנשה מאיר
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:08 am

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה מאיר »

גראבט גריבער האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 2:14 am
אויב האב איך שוין א קליינע געקויפטע דירה, און איך דארף שוין יעצט האבן א גרעסערע דירה, וועל איך קענען קויפן פאר דו ביליגע פרייז?
יא, אויב דו פלאנסט אליין דארט צו וואוינען נישט צו פארקויפן ווייטער.
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

התחברות האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 2:37 am
נוסח אשכנז האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 2:16 am
התחברות האט געשריבן: מוצ"ש יולי 27, 2024 11:23 pm
די דירות איז געמאכט צו וואוינען, נישט צו פליפן.
ווען איינער האט שוין געוואוינט אין אזא דירה צוואנציג יאר קען ער עס אויך נישט פארקויפן?

אוודאי קען ער פארקויפן.
פאר׳ן מוכר. פאר עטליכע פראצענט העכער.
נו, די תנאי איז זיכער נאר אויף א סכום פון יארן, נישט אויף אייביג
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”