אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

זייער זייער זייער אינטערעסאנט, כהאב אזויפיל צאמגעליינט וועגן האומסטעדינג און אףף גריד ליווינג

מיר ביידע ווערן געטריבן לכאורה פון די זעלבע זאך, מיר זענען ברואים און מיר גלייכן די בריאה, זיין מקושר מיט די ארום איז א ענין פון זינגען שירה מיט די בריאה אזוי פיל איך עס, אבות אבותינו האבן זיך פארנומען מיט פארמינג און לעתיד לבא כנראה וועט עס אויכעט אזוי זיין, א 6'סטל תורה באשטייט פון סדר זרעים און נאך ווער ווייסט וויפיל איבער בהמות/קרבנות
די ווינדערליכקייט, קשר, אינדעפענדענס פון שלא יצטרכו זה לזה, בטחון און סתם הרחבת הדעת וואס די בריאה שטעלט מיט זיך פאר איז מבהיל על הרעיון

למעשה גערעדט האב איך נישט קאנסידערט פארמינג אלץ אן עכטער פרנסה קוואל, אוואדע נישט אין אונזערע טעג ווען מקאמפיט מיט ריזן אוטאמעיטעד מאשינערי אין רוב אינדוסטריעס וועלכע דריקן אראפ די פרייזן צו א מאקסימום, אדרבה איבערצייגט מיר אנדערש

אזוי צי אזוי זיי ממשיך, כגלייך זייער זייער די נושאים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

קודם א הערצליכען שלום עליכם!!!
איך גלייך זייער די נושא, (הגם ס'קוקט נישט אויס ווי בעתיד הקרוב וועל איך זיך ארויסציען צו א פארעם...) גיי אן מיט דיינע רייכע ידיעות!!!
יש הנאה האט געשריבן:
Joe the Farmer האט געשריבן:ס’קומט מיר ארויף אויפן געדאנק

נקודה 1.
’קין’ האט נאר עוסק געווען אין פלאנצען (אפשר איז ער געווען א וועדזשי טעריען... אדער גאר נישט געוואלט מאכן צער בעלי חיים, צום סוף...), ווידער ’הבל’ האט געפאשעט שאף.

;l;p- אסאך ספרים שרייבן שוין דעם בחינה, אז קין איז געווען פון די צער בעלי חיים גרופעס, ער איז געווען דער 'נייס' מענטש, "פארוואס רודפן בעלי חיים? שחטן און עסן?" בקיצור; ברענגען די ספרים ארויס אז קוק ווי ער איז אנגעקומען געהרגעט זיין ברודער...

____

הכלל ביזט ריזיג! קיפיראפ! גיימיר פארמערן פארמערס!

ס'איז מתאמרא אז ר' ירוחם ווען ער האט געהערט אז די דייטשען זענען פארנומען מיט צער בעלי חיים,האט ער געזאגט אז דער פסוק זאגט זובחי אדם עגלים ישקון (הושע יג ב), און ליידער ווייס מיר דאך אז אזוי האט זיך עס גענדיגט..
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

מסתמא האט געשריבן:זייער זייער זייער אינטערעסאנט, כהאב אזויפיל צאמגעליינט וועגן האומסטעדינג און אףף גריד ליווינג

מיר ביידע ווערן געטריבן לכאורה פון די זעלבע זאך, מיר זענען ברואים און מיר גלייכן די בריאה, זיין מקושר מיט די ארום איז א ענין פון זינגען שירה מיט די בריאה אזוי פיל איך עס, אבות אבותינו האבן זיך פארנומען מיט פארמינג און לעתיד לבא כנראה וועט עס אויכעט אזוי זיין, א 6'סטל תורה באשטייט פון סדר זרעים און נאך ווער ווייסט וויפיל איבער בהמות/קרבנות
די ווינדערליכקייט, קשר, אינדעפענדענס פון שלא יצטרכו זה לזה, בטחון און סתם הרחבת הדעת וואס די בריאה שטעלט מיט זיך פאר איז מבהיל על הרעיון

למעשה גערעדט האב איך נישט קאנסידערט פארמינג אלץ אן עכטער פרנסה קוואל, אוואדע נישט אין אונזערע טעג ווען מקאמפיט מיט ריזן אוטאמעיטעד מאשינערי אין רוב אינדוסטריעס וועלכע דריקן אראפ די פרייזן צו א מאקסימום, אדרבה איבערצייגט מיר אנדערש

אזוי צי אזוי זיי ממשיך, כגלייך זייער זייער די נושאים

קודם כל וויל איך דיר וועלקאמען, ס’איז אונז א כבוד דיר צו האבן דא, קומסט אלץ אריין מיט דיין רייכע שפראך שכל’דיגע און פראקטישע תגובות.

יא אמת יעדעס ווארט, כ’האב אלס געהאט א שטארקע צואונגס קראפט צו נאטור, כ’פיהל ס’האט א שטארקע קשר צו מיין נפש, און אויך די צווייטע פוינט פון זיין אינדעפענדענט, סעלף סוסטעינעבל. אלעס געקניפט און געבינדן. און ס’קען זיין ס’האט אויך שייכות מיט מיין בלאד טייפ, וואס איז אפשר די אמאליגע לעבן פון ’האנטינג געטערערס’, אלס קינד און בחור’ל אלס געהאט חלומות פון רייטן אויף ריטישע פערד, ווען כ’בין דורך געפארן א פארם איז מיר די אויגן ממש ארויס.

יעצט צו עס קען טאקע ברענגען פרנסה, האסט געטאטשט די האט פוינט, אלע רעדן פון דעם, דאס איז זייער א האקעלע און שווערע נושא, כ’וועל עס ענטפערן זייער קורץ און צוריק קומען צו דעם א אנדערע געלעגנהייט מער בפרטיות און באריכות.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען אוועקגענומען אסאך מענטשליכער קראפט פון די פארעמ’ס צום מיליטער דינסט, דאס האט גורם געווען צום אויפקום 1. פון ריזיגע מאשינערי וואס טוישט אויף אסאך מענטשליכער קראפט, 2. קעמיקעלס צו באמיסטיגן די פעלדער וכו’. ארויסצונעמען וואס מער כוחות פון די פעלדער.

נאך די מלחמה מיט די טויש פון די אינדוסטריע זענען אסאך פארמער מער נישט צוריק צו פארמינג, און עד היום הזה יעדער יאר וואס גייט פארביי ווערן ווייניגער און ווייניגער פארמער, ווייל זיי גייען פשוט אין באקראט, די אינטערעסט פאר די עקוויפמענט און פאר שטחים וואס זיי קויפן עסט אויף אלע רווחים, און די גרויסע קאמערשעל קאמפאניס וואס זענען געקניפט מיט די בענק, וואס קענען זיך ערלויבן די גרויסע אווערהעד פון די ריזיגע עקוויפמענט וואס קאסטן עפרות זהב און ריזיגע שטחים פון שווערע טויזענטער עקער לאנד, שלונגען איין די אינדוסטריע.

ס’דא וואס ווארענען שוין יארן אז די קאמפאניס באניצן זיך מיט כוחות ארויסצונעמען וואס מער ריווח, און געבן נישט געלעגנהייט פאר די ערד צו רעקאווערן, און די עקא סיסטעם גייט חרוב, און דאס צוזאמען מיט די לאך פון קליינע פארמער וועט עווענטשעלי ברענגען גרויסע חרבנות.

איך וועל פראבירן דא אהערברענגען א דאקעמענטרי פון זייער א סוקספעלער פעמעלי קארן פארעם, ווי ער ברענגט ארויס פען אויף פאפיר וואס ס’קאסט אים אלץ און ווי ער מאכט נישט קיין געלט.

פון די אנדערע זייט, איז דא מומחים וואס ברענגען ארויס אז דאס איז טאקע די פראבלעם, פון די מערב ציוויליזירטע לענדער, בעיקר אמעריקא, ווייל אין יוראפ זענען די קליינע פארמער יא מער מצליח, און ס’טאקע מער בנמצא, ווייל דא איז די סיסטעם זייער שטארק געבויעט אויף ’אינדוסטריעל עקענאמיקס’, משא”כ דער קליינער פארמער קען נאר אנהאלטן אויב ער איז געבויעט אויף ’פעסטארעל עקענאמיקס’ און מען לערנט עס נישט דאהי.

בקיצור נמרץ אנשטאט צו טראכטן וויפיל ער נעמט ארויס פון דאלער פער שעה ארבעט, און וועליו פון דער קראפ אין מארקעט, דארף מען טראכטען קוואליטי אף לייוו, וואס נעם איך ארויס פונעם פארעם צום לעבן, און וויאזוי לעב איך, וויפיל געלט דארף איך צום לעבן און מינימום 'דאס ארויסנעמען במשך דעם יאר’, פראבירן מיט אלע כוחות נישט צו לעבן פון בארג עכ”פ וויפיל מען קען, און זיך בויען שטייטליך, און ניצן וואס ווייניגער גרויסע עקוויפמעמט אפילו ס’נעמט לענגער די ארבעט, אליינס טיען וואס מען קען, נישט זיין פויל, יא ארבעטן שווער, ס’איז זייער געזונט, אמאליגע פארמער האבן געלעבט לאנג, און מען ברויך נישט מאכן ’ווארק אטס’, און בעיקר צו זיין פארשידנ’ארטיג נישט טיען נאר איין זאך, ווי מיר וועלן עס שפעטער מער מסביר זיין באריכות די געוואלדיגע בענעפיטס ווי ס’קען ברענגען גרויסע רווחים.

אונזערע זיידעס האבן אזוי געלעבט, ס’איז אבער געווען אסאך גרינגער ווי היינט, ווייל מען האט נישט געדארפט באצאלן חודיש’ליכער רענט און יוטיליטיס, בלויז 1 אדער 2 מאל א יאר שכירות פארן פריץ, מען האט געהאט גענוג צייט צו ארבעטן און האנדלען און נאכעמאל משקיע זיין דעם ריווח און פריש האנדלען ביז מען האט געמאכט די געלט וואס מען האט געדארפט פאר דאס לעבן דעם יאר, און אויב איז מען געווען א בר מזל, האט מען געקענט פאקן אינטערן מאדראץ פאר א פעסטן נדן פאר די טעכטער.....

סך הכל. די חכמה ליגט אין
1. משקיע זיין וואס ווייניגער געלט און ארויסנעמען ווי מער,
2. בארג נישט קיין געלט אויף אינטערעסט,
3. זיי נישט אזוי גרויס אין איין זאך, זיי פארשידנארטיג, לדוגמא: אנשטאט צו פלאנצן און פארקויפן נאר קארן, זיי אויך נערסערי פאר יונגע בהמות (ביזן עידזש פון מילך געבן, אדער שחיטה), גיב זיי צו עסען די קארן און סוף יאר פארקויפסטו די בהמות פאר אסאך מער ריווח, אדער פאשע די בהמות אויף די פעלדער אויף די אמאליגע סיסטעם פון סטאדעס, און רויטעשן, קודם די קיען וואס עסען אפ די הויכע גארזן, דערנאך די שאף און ציגן, וואס עסען אפ די צווייגן און שראבס, דערנאך די הינער וואס עסען אפ די איבעריגע, האסט זיך געשפארט א געוואלד צו קויפן עסען, מאשינען צו שניידן, און אסאך עקער לאנד, די בעלי חיים האבן געטיען די ארבעט פאר דיר, אזוי ווי די אמאליגע צייטן, מען דארף נאר וויסן וויאזוי די סיסטעם ארבעט, און דאס איז אויך זייער געזונט פאר די ’עקא סיסטעם’ און די ענווירעמענט, ס’וועט נישט זיין אזויפיהל שעדליכע גרינע גאזן.... געזונטערע בעלי חיים, און געזונטערע מענטשן,

בקיצור ס’דא וועגן ווען מען איז פארשידנארטיג, קען מען מאכן שיין ריווח, און ס’איז שוין דא היינט אסאך ביכער און דאקומעניטעריס וואס לערנען אויס דעם סיסטעם.

אבער מען קען נישט אליינס, מען דארף האבן הילף און חיזוק פון משפחה און א קאמיוניטי, אונז לעבן מיר אבער אין א באבעל פון לעבן אין שטאט און זיין פעסט דיפענדענט, אז מען וועט רעדן דערפון און ווערן עדאקעיטעט, וועט מען זיך אפשר עפענען די אויגן, און זאכן קענען זיך טוישן.
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

לעצטנס געהערט פון איינעם וואס וויל מאכן א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט געוואלט.

מברויך וויסן אז א בכור שעפעלע טאר מען נישט שערן ביזן קריגן א מום, ראשית הגז גייט פארן כהן, א אייזל מאכט מען פדיון פטר חמור, וכו'.

א שאד אז מיין באבע איז לעצטנס אוועק, זי איז געווען א מומחה אין מעלקן, וכו' פון דער אלטערהיים.

קען שוין קוים ווארטן צו גיין א בית המדרש אויף א אייזל....
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

פימפערנוטער האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון איינעם וואס וויל מאכן א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט געוואלט.

א בכור שעפעלע מוז מען היינטיגע צייטן פארקויפן פארן גוי דורך א מכירה כהוגן מיט א רב "איידער" ער ווערט געבוירן, סאיז נישט נאר דאס שערן, ראשית הגז גייט נישט אן היינט נאר לחומרא בעלמא.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

פימפערנוטער האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון איינעם וואס וויל מאכן א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט געוואלט.

מברויך וויסן אז א בכור שעפעלע טאר מען נישט שערן ביזן קריגן א מום, ראשית הגז גייט פארן כהן, א אייזל מאכט מען פדיון פטר חמור, וכו'.

א שאד אז מיין באבע איז לעצטנס אוועק, זי איז געווען א מומחה אין מעלקן, וכו' פון דער אלטערהיים.

קען שוין קוים ווארטן צו גיין א בית המדרש אויף א אייזל....

אדרבה, ברענג מער פרטים, אדער שיק מיר באישי
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

איך האב אויך א שטארקע געפיהל צו נאטור און בריאה, ספעציעל פארמינג
הלואי קען מען מאכן גוט פרנסה פון ארבייטן אויפן פעלד אין א גרינער טראקטאר, און אינאיינוועגס וועט מיין 17 יאריגע בחור אויך הנאה האבן ווען ער קומט אהיים פון ישיבה און נישט דארפן קריכן אויף די גראדע ווענט
איך בין שוין געווען עטליכע מאהל אין די ווארימערע שטעט ווי מפלאנצט אסאך כהאב געפארקט מיין קאר צווישן די פעלדער און געזיצן דארט שעות מיט די משפחה און באטראכט די נאטור די תבואה און די גרויסע טראקטארן אין פעלד
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

נייע שטאט האט געשריבן:
פימפערנוטער האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון איינעם וואס וויל מאכן א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט געוואלט.

מברויך וויסן אז א בכור שעפעלע טאר מען נישט שערן ביזן קריגן א מום, ראשית הגז גייט פארן כהן, א אייזל מאכט מען פדיון פטר חמור, וכו'.

א שאד אז מיין באבע איז לעצטנס אוועק, זי איז געווען א מומחה אין מעלקן, וכו' פון דער אלטערהיים.

קען שוין קוים ווארטן צו גיין א בית המדרש אויף א אייזל....

א בכור שעפעלע מוז מען היינטיגע צייטן פארקויפן פארן גוי דורך א מכירה כהוגן מיט א רב "איידער" ער ווערט געבוירן, סאיז נישט נאר דאס שערן, ראשית הגז גייט נישט אן היינט נאר לחומרא בעלמא.

נישט דעם בכור פארקויפט מען, נאר א שותפות אין די מאמע , כמדומה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

פימפערנוטער האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
פימפערנוטער האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון איינעם וואס וויל מאכן א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט געוואלט.

מברויך וויסן אז א בכור שעפעלע טאר מען נישט שערן ביזן קריגן א מום, ראשית הגז גייט פארן כהן, א אייזל מאכט מען פדיון פטר חמור, וכו'.

א שאד אז מיין באבע איז לעצטנס אוועק, זי איז געווען א מומחה אין מעלקן, וכו' פון דער אלטערהיים.

קען שוין קוים ווארטן צו גיין א בית המדרש אויף א אייזל....

א בכור שעפעלע מוז מען היינטיגע צייטן פארקויפן פארן גוי דורך א מכירה כהוגן מיט א רב "איידער" ער ווערט געבוירן, סאיז נישט נאר דאס שערן, ראשית הגז גייט נישט אן היינט נאר לחומרא בעלמא.

נישט דעם בכור פארקויפט מען, נאר א שותפות אין די מאמע , כמדומה

כ'האב געמיינט הלכות וויאזוי מ'דארף דורך א רב דער עיקר וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען איז אז דער ווארט איז נישט שערן דאס וואל נאר פארקויפן די שעפעלע
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פימפערנוטער האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון איינעם וואס וויל מאכן א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט געוואלט.

מברויך וויסן אז א בכור שעפעלע טאר מען נישט שערן ביזן קריגן א מום, ראשית הגז גייט פארן כהן, א אייזל מאכט מען פדיון פטר חמור, וכו'.

א שאד אז מיין באבע איז לעצטנס אוועק, זי איז געווען א מומחה אין מעלקן, וכו' פון דער אלטערהיים.

קען שוין קוים ווארטן צו גיין א בית המדרש אויף א אייזל....

מיינסט צו זאגן אז די קענסט באשטיין אז איינער זאל עס מאכן....
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

Jhon האט געשריבן:
פימפערנוטער האט געשריבן:לעצטנס געהערט פון איינעם וואס וויל מאכן א היימישע פארם שטעטל, א שטייגער ווי ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט געוואלט.

מברויך וויסן אז א בכור שעפעלע טאר מען נישט שערן ביזן קריגן א מום, ראשית הגז גייט פארן כהן, א אייזל מאכט מען פדיון פטר חמור, וכו'.

א שאד אז מיין באבע איז לעצטנס אוועק, זי איז געווען א מומחה אין מעלקן, וכו' פון דער אלטערהיים.

קען שוין קוים ווארטן צו גיין א בית המדרש אויף א אייזל....

מיינסט צו זאגן אז די קענסט באשטיין אז איינער זאל עס מאכן....

ניין, כרעד פון איינעם וואס האט געקויפט עטליכע הונדערט עיקער לאנד און וויל עס טון פאר א האבי, און עווענטועל אפשר זאלן אידן וואוינען דארט.
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

פימפערנוטער האט געשריבן:
ניין, כרעד פון איינעם וואס האט געקויפט עטליכע הונדערט עיקער לאנד און וויל עס טון פאר א האבי, און עווענטועל אפשר זאלן אידן וואוינען דארט.

איך בין אין... עס איז נאר דא דערווייל אפאר טעכנישע שוועריקייטן :grin:
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ברוכים הבאים. זייער אינטערסאנט. ייש’’כ פארן מיטטיילן פון אייער עקספיריענס מיט די הערליכע וועלט פונעם בורא.

וואס איז דאס שעדליכע גרינע גאזן?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

כ'ליין און איך שטוין!
מיין חלום פון יאהר'ן, געווען זיכער אז כ'בין א יחיד.
כ'חלום פון פאהרן קיין ארץ ישראל, אריינזעצען און יסודות אדער בית חלקיה פאר א וואך, פטר'ן דעם סעלפאן, און מעלקען די קיען, באארבייטן די פעלדער, און באארבייטן די הייליגע אדמה!
אלץ א חתם סופר אייניקל ראוי להביא דבריו הקדושים הידועים והמפורסמים

שיטת החתם סופר ביחס לעבודת האדמה ולעבודות אחרות בארץ ישראל, וביחס לפירות הגדלים בה. בחידושיו למסכת סוכה (לו, א):
"נראה לעניות דעתי, רבי ישמעאל נמי לא אמר מקרא 'וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ' אלא בארץ ישראל ורוב ישראל שרויין [בה], שהעבודה בקרקע גופה מצוה[2] משום ישוב ארץ ישראל ולהוציא פירותיה הקדושים, ועל זה ציותה התורה 'וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ', ובועז זורה גורן השעורים הלילה משום מצוה. וכאילו תאמר לא אניח תפילין מפני שאני עוסק בתורה, הכי נמי לא יאמר לא אאסוף דגני מפני עסק התורה. ...דבעינן ישוב ארץ ישראל על ידי ישראל.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

פאראויס האט געשריבן:וואס איז דאס שעדליכע גרינע גאזן?

ס’פעהלט זיך אויס פארדעם אן עקסטערע אשכול, כ’בין נישט קיין עקספערט אין דעם, אבער דער האקס ארבעט בערך אזוי,

גרינהאויז גאזן זענען גורם צו דעם ’גרינהאויז אפעקט’, ס’איז אבאנטש מיט זאכן ווי וועפער - קארבן מאנקסייד - און געוויסע גאזן - וואס פארמירן זיך אין די אטמאספערע דורך מענטשליכער אדער בריאה באניץ, און די גאזן אדער וועפער נעמען אריין אין זיך אינפערעד היץ פון די זון, און ס’האלט עס פאר א לענגערע צייט אין די אטמאספערע, לענגער ווי ס’וואלט זיך געהאלטן אליינס, און דאס איז גורם גלאבעל ווארמינג, וואס לפי שיטתם איז עס די סיבה צו אסאך פראבלעמען.

לויטן חשבון טוט פארעם בעלי חיים ארויסגעבן גרינע גאזן מער ווי דאס באניץ פון אלע טראנספארטאציעס אין די וועלט.... דער סטעיטמענט אליינס ווייזט מיר ווי קאראפט און האקס די גאנצע מעשה איז, ווייל אמאליגע צייטן זענען בהמות געווען אסאך מער אין באניץ, כמעט יעדער משפחה האט געהאט לכה”פ 1 קוה מיט א פערד (פערצענטואל), די פארמער האבן געהאט טויזענטער בהמות ווי מען זעהט אין חז”ל, און די גאסן זענען געווען אנגעלייגט מיט בהמות, און די עיקר עסען איז אויך געווען בשר בהמה, לפי זה וואלט די וועלט שוין לאנג געדארפט זיין חרוב...
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

מחשבהטובה האט געשריבן:כ'ליין און איך שטוין!
מיין חלום פון יאהר'ן, געווען זיכער אז כ'בין א יחיד.
כ'חלום פון פאהרן קיין ישראל, אריינזעצען און יסודות אדער בית חלקיה פאר א וואך, פטר'ן דעם סעלפאן, און מעלקען די קיען, באארבייטן די פעלדער, און באארבייטן די הייליגע אדמה!
אלץ א חתם סופר אייניקל ראוי להביא דבריו הקדושים הידועים והמפורסמים

שיטת החתם סופר ביחס לעבודת האדמה ולעבודות אחרות בארץ ישראל, וביחס לפירות הגדלים בה. בחידושיו למסכת סוכה (לו, א):
"נראה לעניות דעתי, רבי ישמעאל נמי לא אמר מקרא 'וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ' אלא בארץ ישראל ורוב ישראל שרויין [בה], שהעבודה בקרקע גופה מצוה[2] משום ישוב ארץ ישראל ולהוציא פירותיה הקדושים, ועל זה ציותה התורה 'וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ', ובועז זורה גורן השעורים הלילה משום מצוה. וכאילו תאמר לא אניח תפילין מפני שאני עוסק בתורה, הכי נמי לא יאמר לא אאסוף דגני מפני עסק התורה. ...דבעינן ישוב ארץ ישראל על ידי ישראל.

ביטע...... דיינע חלומות און שאיפות פארקירווען אביסל דעם אשכול, ווארום דיינע הייליגע אידעאייען קענסטו גרינג מקיים זיין דורכן מאכן א עליה קיין פאלעסטינע\ישראל, אין זיך אריינזעצן אין א קיבוץ מיט אלע קיבוצ'ניקעס מיט ענליכע העכערע שאיפות, מעלד זיך ביים סוכנות, זיי וועלן דיר אראנזשירן א ווארימע אויפנאמע און אומזינסטע טריפ, גיי גלייכער אין די קיבוצים אויף די איינגענומענע שטחים, דארט איז די מצוה און מסירות נפש פיל גרעסער, דא רעדט מען פון פשוט'ע גלות אידן, וואס האבן א געשמאק אין פארם לייף.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

יויש!! וואס האסטו געטון צו מיר? האסט מיר אויפגעוועקט לאנגיעריגע חלומות און רצונות...
אָקוּמָה נָּא וַאֲסוֹבְבָה בָעִיר בַּשְּׁוָקִים וּבָרְחֹבוֹת אֲבַקְשָׁה אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי בִּקַּשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו...

שרייב שרייב, וויפיל ס'גייט!

מה רבו מעשיך ה' כלם בחכמה עשית מלאה הארץ קנינך!

Joe the Farmer האט געשריבן:אבער מען קען נישט אליינס, מען דארף האבן הילף און חיזוק פון משפחה און א קאמיוניטי, אונז לעבן מיר אבער אין א באבעל פון לעבן אין שטאט און זיין פעסט דיפענדענט, אז מען וועט רעדן דערפון און ווערן עדאקעיטעט, וועט מען זיך אפשר עפענען די אויגן, און זאכן קענען זיך טוישן.

הלוואי!!

----
אביסל בילדער פון מיינע ירקות פלאנצונגען 2 יאר צוריק:
viewtopic.php?t=42713&p=2207809
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

צווייפעל האט געשריבן:
מחשבהטובה האט געשריבן:כ'ליין און איך שטוין!
מיין חלום פון יאהר'ן, געווען זיכער אז כ'בין א יחיד.
כ'חלום פון פאהרן קיין ישראל, אריינזעצען און יסודות אדער בית חלקיה פאר א וואך, פטר'ן דעם סעלפאן, און מעלקען די קיען, באארבייטן די פעלדער, און באארבייטן די הייליגע אדמה!
אלץ א חתם סופר אייניקל ראוי להביא דבריו הקדושים הידועים והמפורסמים

שיטת החתם סופר ביחס לעבודת האדמה ולעבודות אחרות בארץ ישראל, וביחס לפירות הגדלים בה. בחידושיו למסכת סוכה (לו, א):
"נראה לעניות דעתי, רבי ישמעאל נמי לא אמר מקרא 'וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ' אלא בארץ ישראל ורוב ישראל שרויין [בה], שהעבודה בקרקע גופה מצוה[2] משום ישוב ארץ ישראל ולהוציא פירותיה הקדושים, ועל זה ציותה התורה 'וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ', ובועז זורה גורן השעורים הלילה משום מצוה. וכאילו תאמר לא אניח תפילין מפני שאני עוסק בתורה, הכי נמי לא יאמר לא אאסוף דגני מפני עסק התורה. ...דבעינן ישוב ארץ ישראל על ידי ישראל.

ביטע...... דיינע חלומות און שאיפות פארקירווען אביסל דעם אשכול, ווארום דיינע הייליגע אידעאייען קענסטו גרינג מקיים זיין דורכן מאכן א עליה קיין פאלעסטינע\ישראל, אין זיך אריינזעצן אין א קיבוץ מיט אלע קיבוצ'ניקעס מיט ענליכע העכערע שאיפות, מעלד זיך ביים סוכנות, זיי וועלן דיר אראנזשירן א ווארימע אויפנאמע און אומזינסטע טריפ, גיי גלייכער אין די קיבוצים אויף די איינגענומענע שטחים, דארט איז די מצוה און מסירות נפש פיל גרעסער, דא רעדט מען פון פשוט'ע גלות אידן, וואס האבן א געשמאק אין פארם לייף.

ער מישט, ער מיינט צו זאגן דאס ער האט זייער ליעב נאטור, ער האט געמיינט כדי צו קענען הנאה האבן פון נאטור וועט ער דארפן פארן צו די מדינה וואס דארטן זענען דא איינצעלנע אידישע ישובים פון פארמער, דערנאך ברענגט ער דעם חתם סופר, וואס פון דעם קען מען לערנען דאס אונז גלות אידן, דארפן כאטש מקיים זיין דעם ישוב הארץ/העולם וואס השי”ת האט אונז באפוילן אין פרשת בראשית עוסק זיין בישוב העולם, און אויב מען דארף שוין מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל לחם, זאל עס שוין טאקע זיין בא א ענין וואס האט צו טיען מיטן ישוב העולם וקיומה, נישט מיט טעכנעלאגיע וכו’,

ווי באוויסט דאס עיקר קיום און שטארקייט פון א לאנד ווענד זיך וויפיל אגריקאלטשער פראדוקטן עס גיבט ארויס.
אלע יארן האבן לענדער מיט אגריקאלטשער פראבלעמען אנגעהויבן מלחמות, ביז היינטיגע צייטן מיט די מלחמה פון רוסלאנד מיט אוקריינע, און די וועלט דרייט זיך איבער וועגן אוקריינעס אגריקאלטשער (היסטאריש אלע מלחמות פון עסטרייך און רוסלאנד איבער אוקריינע איז געווען וועגן אירע אגריקאלטשער אוצרות).
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

הודו להשם האט געשריבן:יויש!! וואס האסטו געטון צו מיר? האסט מיר אויפגעוועקט לאנגיעריגע חלומות און רצונות...
אביסל בילדער פון מיינע ירקות פלאנצונגען 2 יאר צוריק:
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=42713&p=2207809

זייער שיין
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

א גוט'ן ר' זשאו.
איך האב זייער הנאה פון נאטור, און דערפאר האב איך הנאה פון דעם אשכול.

איך וואלט נישט ארויסגעמופט צו אזא פלאץ אויף א גאנץ יאר, אבער אפשר קען זיין א הכנסה געדאנק פאר אזא שטעטל צו צושטעלן זוממער הייזער, וואו נאטור ליבהאבער וועלן קענען קומען פאר א חודש צוויי און עוסק זיין אין די בריאה.
(דוכט זיך אז אין די ציוני'סטישע קיבוצים איז דא אזעלכע פראגראמען וואו מענטשן פון איבער די וועלט קומען פאר א שטיק צייט)

פאר מיר פערזענליך וואלט עס זיכער געווען א ריטשארדזש און א באסט פאר די איבריגע יאר אין די ישיבת כרכים קשה.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

קאמעץ בארד האט געשריבן:א גוט'ן ר' זשאו.
איך האב זייער הנאה פון נאטור, און דערפאר האב איך הנאה פון דעם אשכול.

איך וואלט נישט ארויסגעמופט צו אזא פלאץ אויף א גאנץ יאר, אבער אפשר קען זיין א הכנסה געדאנק פאר אזא שטעטל צו צושטעלן זוממער הייזער, וואו נאטור ליבהאבער וועלן קענען קומען פאר א חודש צוויי און עוסק זיין אין די בריאה.
(דוכט זיך אז אין די ציוני'סטישע קיבוצים איז דא אזעלכע פראגראמען וואו מענטשן פון איבער די וועלט קומען פאר א שטיק צייט)

פאר מיר פערזענליך וואלט עס זיכער געווען א ריטשארדזש און א באסט פאר די איבריגע יאר אין די ישיבת כרכים קשה.

שלום ר’ קאמעץ יא אר וועלקאם
א גוטע איידיע
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

הודו להשם האט געשריבן:יויש!! וואס האסטו געטון צו מיר? האסט מיר אויפגעוועקט לאנגיעריגע חלומות און רצונות...
אָקוּמָה נָּא וַאֲסוֹבְבָה בָעִיר בַּשְּׁוָקִים וּבָרְחֹבוֹת אֲבַקְשָׁה אֵת שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי בִּקַּשְׁתִּיו וְלֹא מְצָאתִיו...

שרייב שרייב, וויפיל ס'גייט!

מה רבו מעשיך ה' כלם בחכמה עשית מלאה הארץ קנינך!

גא"מ

אין מיינע אינגערע יארן פלעג מיר אסאך ארום פארן צו פארשידענע לייווסטאק פארמ'ס און אפסטיט נ.י. מיר האבן זיי שטארק אויסגעפרעגט איבער די ביזנעס און די ארבייט שבו.
מיר האבן זיך עט וואן פוינט פארשאפט א גרויסן פיקאפ טראק פון 1970 כדי נושא חן זיין ביי די פארמערס. (זיי האבן נישט גערען געהאט מיין גרענד מארקיוס).

איר נעמט מיך דא צוריק אויף א רייד פון איבער צוואנציג יאר צוריק, הלוואי הלוואי!!!
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

דאכט זיך אז די קלענערע פארמער׳ס ערערנעירן זיך פון לאקאלע סעילס.

זיי שאפן זיך ״פענס״ ביי לאקאלע פארמערס מארקעט׳ס ווי זיי האבן זייערע סטעדי קאסטומערס וואס זוכן זייערע סחורה.
דאס מיינט נישט אז זיי פארקויפן נישט אינעם לאקאלן שאפרייט פאר זייערע טארגעטעד קאסטומערס. זיכער יא. די פוינט איז אז זיי זיכען בכלל נישט צו קאמפיטען מיט די ריזיגע פארמ׳ס.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

אין ווייט לעיק איז דא א היימישער חסידישער איד, ראביי פרענקלין וואס פירט אן מיט א פארם, שחיטה, מילך פארבריק, אאז״וו. זיינע פראדוקטען ווערן פארקויפט איבער גאר געציילטע געשעפטן איבער נ.י.
עס נעמט זייער קורצע שעות פון ווען ער לייגט אראפ די סחורה ביז אלעס איז פארכאפט.

דרעזדנער פלעגט אים האבן פון צייט צו צייט אויף קולמע.
אינפארמאציע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 6:05 pm

Re: אַגריקולטורע און לייווסטאַק פאַרמינג - פאר לצורך פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינפארמאציע »

אין אזא אשכול דארף דערמאנט ווערן "עמיש טאון" אין פענסעלוועניע. א שטיק אגריקאלטשור.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”