אקעי איך בין אינטרעסירט צו אינוועסטן אין אגריקאלטשער אדער פארמינג, ווי הייב איך אן?
אפילו אויב האט איר אוועקגעלייגטע קאפיטאל, וואלט איך אייך נישט גע’עצה’ט צו שוין גיין קויפן א גרויסער פארעם, און בינגא איר זענט א פארמער, ווייל צו זיין א פארמער פארלאנגט זיך עקספיריענס און לכה”פ ידיעות (נאלידזש) וויאזוי זיך אומצוגיין מיט בעלי חיים און מיט די קאטעגאריע בפרט וואס איר האט חשק.
סיי ווייל אויב באהאנדעלט איר ראנג די בעלי חיים, וועט איר נישט האבן קיין ניצן פון אייער גאנצער פלאג, ווייל עס וועט סיי נישט זיין פראדאקטיוו, און אויך ס’וועט זיין זייער שווער צו באהאנדלען, ווייל בעלי חיים זענען זייער קלוג (יעדער נער זיין שטעטל פארשטייט ער), זיי וועלן לעבן אין שאק אדער סתם פארנאכלעסיגקייט, און איר קענט אריינפאלן אין פראבלעמען און עס נישט קענען באהאנדלען. און בעלי חיים וואס זענען נישט פרייליך רוהיג אדער נישט געזונט געבן נישט ארויס קיין פירות, און זיי זענען נאר שווער פארן בעל הבית, פארקערט ווען זיי ווערן ריכטיג באהאנדעלט, ווערט אזא הערמאניע און מען פארשטייט זיך בערך אויפן ווינק, און חוץ וואס ס’איז פראדאקטיוו ארבעט מען אסאך גרינגער.
קודם קויפטס אביסל גוטע ביכער וואס רעדן פון דעם ענין, באקענט אייך מיט די בעלי חיים, און אויך פראבירט אנצוהייבן אויף א קליינער פארנעם, און ס’זאל אייך קאסטן וואס ווייניגער געלט, ניצט האלץ און אנדערע מאטריאל פון זאכן וואס איר טוט ריסייקלען, אזוי וועט עס אייך קאסטן ווייניג און אריינברענגען מער אינקאם.
זעהטס אז איר זאלט נישט אריינפאלן אין א מאשין וואס פראדיצירט א געוואלד מיט סחורה, פאר איר ווייסט וואס צו טיען און וויאזוי צו פראסעסן די סחורה, אז נישט וועט איר קראכן אינטערן לאסט פון אזויפיהל סחורה, לדוגמא איר וועט קויפן צענדליגער הינער וואס וועלן לייגן אזוי פיהל אייער און אדער די אייער וועלן ווערן נייע הינער אז איר וועט זיך נישט קענען אן עצה געבן, ווייל יא ’עשתרות קרנים’, די בעלי חיים דאפלען זיך אזוי סאך אין א קורצע תקופה, אויב וועט איר נישט וויסן וויאזוי צו פראסעסן און ווי עס צו טיען, וועט איר מאכן צער פאר אייך און די ארימיגע.... ווי די מעשה אין די גמרא מיט ר’ חייא, וואס אורחים האבן איבערגעלאזט אפאר הינער וכו’.
אייער ווערן צוגעגרייט צו גיין אין אינקאבעטער,

- IMG_0158.JPG (103.74 KiB) געזען 4991 מאל
אין דעם אינקאבעטער פיט אריין בערך 300 אייער, ס’נעמט 21 טעג ס’’זאל ארויסקומען קליינע עופות, נישט אלע וועלן העטשן, ס’ווענט זיך אין די קוואליטי פון די אייער, און פון די עלטערן, און פון די קעיר בשעתן ליגן אין די אינקאבעטער

- IMG_0181.JPG (134.69 KiB) געזען 4991 מאל
די אייער קראכן אויף, די הינדעלעך פיקן ארויס, די פריש געבוירענע ווערן געטראנספערט צום בראדער.

- IMG_0201.JPG (37.46 KiB) געזען 4929 מאל
ברוך הבא (זעה לינק צו א קליפ פון די געבוירענע יונגע הינדעלעך)
מזל טוב!
די זעלבע איז מיט פלאנצונגען, איר זאלט אנהייבן מיט אביסל, און זיך לערנען וויאזוי מען טוט עס, דערנאך קען מען גיין גרויס, לדוגמא ווען איך האב יארן צוריק אנגעהויבן צו פלאנצען טאמעטעס, אנהייב זענען די פלענטס זייער קליין, מען מיינט אז מען קען עס צוזאמשטיפן, ווייל ס’איז דאך ממש אשאד אויף די פלאץ... און אויב פלאנצט מען זיי נישט געניג ווייט איינער פון צווייטן ווי רעקומענדעט איז ממש א גיהנם, ווייל ווען זיי הייבן זיך אן צו צו וואקסן וואקסן זיי ארויס ארויף אין די הייעך און און די ברייט, אז ס’ווערט א געדעכטער וואלד, ס’האט א וועג וויאזוי מען פלאנצט עס, ווי ווייט, און אנגרייטן די טרעלעסעס באצייטונס, ווי עס צו לאזן זיך ארויפ שלענגלען, ווייל אויב דערמאנט מען זיך שפעט איז עס אווער וועלמינג.
און אויב מען ווייסט וואס מען טוט, איז עס א געוואלדיגע הנאה, מיט יעדער ביסל ריווח, די הנאה איז מער ווי מיט אנדערע ארבעט, ווייל איר זענט קאנעקטעט מיט השי”ת בריאה, און די נפלאות הבריאה איז מורא’דיג און עווארדינג.
ביי בעלי חיים איז די ביליגסטע אנצוהייבן מיט הינער, ווייל עסען קאסט זייער ווייניג, לערך צו די פירות וואס עס גוט דיר און דאס ריווח, און אויך איז עס די גרינגסטע צו באהאנדלען, די עיקר הוצאות ממון איז צו בויען דער ’טשיקען קאאפ’ (שטאל פאר די הינער), און פאר עקוויפמענט, ווי פידערס און דרינקערס, קארטונס פאר די אייער, און מאשינען צו פראסעסן די שחיטה, חוץ אויב איר האט לאקאל א שחיטה וואס איר ווייסט קלאר זיי וועלן עס טיען פאר אייך....
און פארשטייט זיך מען זאל וואטשען צו אנהייבן אויף א קליינעם פארנעם, ביז איר זענט שוין למוד געוואוינט און איר ווייסט ווי אזוי עס צו באהאנדלען, קענט איר מאכן אייערע קאלקעלעישענס (חשבונות) וויאזוי צו וואקסן און גיין גרעסער.
אויך איז זייער וויכטיג צו האבן איינעם מיט אייך, וואס איז אינטרעסירט אייך צו העלפען, אז און פאל פון א נויט אדער איר ווילט אוועק פארן, זאלן ער זיין גרייט צו געבן צו עסן און האלטן א אויג אויף אייערע בעלי חיים, דערפאר איז אויך זייער וויכטיג צו האבן כלים וואס האלטן עסען מיט וואסער פאר לכה”פ אפאר טעג, איר זאלט נישט זיין זייער צוגעבינדן, ווייל ס’טיט זייער אויסמיטשען, אז איר האט נישט קיין פרייהייט.
אדרבה! זייט אייך משתתף און בארייכער דעם אשכול מיט תוכנ’דיגע פראגעס, און אינטרעסאנטע און ניצבארע ידיעות.
בילדער און קליפס, וואס ווערן צוגעשטעלט דורך מיר, איז פריוואט, און Copyright