לא ימושו מפיך האט געשריבן:סאטמאר [מהר״א]
*תשית לראשו עטרת פז!*
מסיבת לחיים ומעמד היסוד פאר קהלתינו הקדושה ״קהל יטב לב ד׳סאטמאר״ און מוסדותינו הקדושים ״תלמוד תורה״ און ״בית רחל״ אין לינדען ניו דשערסי על דרך מרן רבינו הק׳ והטהור זי״ע תחת נשיאות הקודש פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א אינאיינעם מיט א מעמד התמנות פון הרה״ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט״א אלץ רב הקהלה - היינט נאכט בביתו נאוה קודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א אין וויליאמסבורג בשעה 10:00 בערב
*פתח את דלתות בית ה׳!*
ארום 10:30 איז פארגעקומען די מעמד התמנות פאר הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו וראה''כ אהבת קדומים וומ''ס בן הרה''ג ר' יצחק צבי שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד קלעסאן שליט''א וועלכע וועט דינען אלץ "רב דקהלתינו הק' בעיר לינדען ניו דזשערזי", די מעמד איז פארגעקומען מיט די השתתפות פון די ראשי ופני הקהילה פון לינדען, און הגה''צ אב''ד קלעסאן שליט"א, והרבנים הגאונים בני משפחה פונעם חשוב'ע רב שליט"א,
צום ערשט איז פארגעקומען א אסיפה בחדר הפרטי ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די תפקיד פון א רב אין די אלטע היים, און מען האט ארומגערעדט פארשידענע ענינים פון קהלתינו הק' בעיר לינדען, ווי אויך האט הר"ר יעקב נפתלי ראטטענבערג בן אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון לינדען איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע האט אים געשיקט בשליחות צום מעמד התמנות,
דערנאך איז דער רבי אראפ אינטן אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ''ד ברך משה וומ"ס, און הרה"ח ר' יושע לייב לעווי - מראשי הקהילה בעיר לינדען מיטן דבר הקהילה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן די נייע רב הרה"ג ר' אליעזר מרדכי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נייעם רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו' ווי רש"י זאגט 'אני מסתכל בראשיתם' וכו', און דער רבי האט געזאגט אז מען דארף געדענקען 'בראשיתם' די בראשית יארן אין אמעריקא ווען רביה"ק זי"ע איז אנגעקומען און מזכך געווען אדמת אמעריקא און אראפגעשטעלט די יסודות פאר קהלתינו הק' אין אלע געגענטן און יעצט איז עס אנגעקומען קיין לינדען ווי אנשי שלומינו שטעלן אויף א קהלה, און יעצט נעמט מען אויף א רב פאר קהלתינו הק', און דער רבי האט דערמאנט לשבח פון האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע איז געווען דער נחשון זיך אהינצוציען און מיסד זיין א חסידישע ישוב, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם חשובן רב שליט"א וועלכע וועט שטיין בראש פון קהלתינו הק' און וועט זען אז די קהילה זאל זיך פירן מיט די יסודות פון רביה"ק זי"ע, און בקרוב האפט מען צו עפענען די ת"ת און די בית רחל פאר אנשי שלומינו, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן חשובן רב שליטא און פאר אלע תושבים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רבי איז צוריק ארויף לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.