פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן:ממש א בושה................

ווער ווייסט דערפון, האט מען עס ערגעץ מפרסם געווען?
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

כאפצעם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה

פאר אזא פאלאצעל דא, העט מען ווען געשוויגען. די פראבלעם איז, אז דא בעט מען די פרייז פאר די סייז פון די עטיק דארט...

שוואכע תירוץ. איז נישט א דבר פשוט אז טעקס איז וועליו בעיסד? נו, א "פאלאצל" אין מאנראו/עירמאונט איז די זעלבע וועליו ווי א קאנדא אין וויליאמסבורג (און נאך ביליגער עקטשולי)

מ'צאלט אין די סיטי מער פאר א קאנדא ווי פאר א הויז.
ס'קען זיין אפסטעיט אויך, קעמען דארט אויך פרובירן, נישט אז איך האלט אז מ'גייט עפעס אויפטוהן.
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

אוקעי במקום שאין איש..

איך בין נישט די מערסטע באקאנט, אבער ווי ווייט איך האב געהערט אין ביהמ"ד..

די טעקס רעיט אין ניו יארק סטעיט איז בעיסד אויף געוויסע קלאסיפעקאציעס, דאס איז טייטש, מען קוקט נישט נאר אויף די ווערט פון די פראפערטי (וועליו בלע"ז) נאר אויך וואספארא סארט פראפערטי דאס איז

איינער וואס וואוינט אין א לוקסיערעזער אפארטמענט וועט צאלן א העכערע פראצענט פון די ווערט אין שטייער, ווי איינער וואס וואוינט אין א פשוטע הויז

לענינינו, די סטעיט נעמט אן אז א קאנדא איז א לוקסוס, א פריוואטער בירגער וואוינט אין א פרייוועט הויז, א מיליאנער דארף אסאך באקוועמליכקייטן, קויפט ער א הויז אין טראמפ טאוער ווי ער האט א געוואלד מיט עקסעסעריס, א Doorman, א Gym, א הערליכע Rooftop וכו' וכו'

וואס עס קלאפט אויס פאר אחב"י, אז א איד אין וומס"ב (צו ב"פ) קויפט א דירה אין אן אפארטמענט בילדינג, צאלט פיל פיל מער טעקס ווי דער וואס קויפט א דירה פאר די זעלבע פרייז אין א פרייוועט הויז, ווייל די סטעיט האט באשלאסן אז דאס איז לוקסיערעז

פארשטייט זיך אליינס, אז אין וומס"ב איז דאך עס ממש להיפך, און מען הערט שוין א וויי געשריי פאר פילע יארן אז מען זאל מאכן א קאמפיין צו ערקלערן פאר די סטעיט אז די קלאסיפאקאציע איז א שרעקליכע עוולה פאר די מידל אינקאם וואס קויפן אין אן אפארטעמענט בילדינג וואס איז בדרך כלל מער עפארדעבל ווי אין א פרייוועט בילדינג אין אזא געגנט ווי וומס"ב
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אחת ואחת האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:פארוואס ניצט מען נישט קיין געהעריגע פעטישאן וועבסייט? איך בין נישט באקוועם צו לייגן מיין אימעיל אדרעס אויף א ווארד-פרעס וועבסייט

גראדע איז די אימעיל נאר אפשינעל.

יא אדער יא?
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (5.67 KiB) געזען 1618 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

יוראפ האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:פארוואס ניצט מען נישט קיין געהעריגע פעטישאן וועבסייט? איך בין נישט באקוועם צו לייגן מיין אימעיל אדרעס אויף א ווארד-פרעס וועבסייט

גראדע איז די אימעיל נאר אפשינעל.

יא אדער יא?

דריקן submit איז אויך אפשינעל :lol:
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

איינער קען דא זאגן קלאר וויפל ער צאלט מיטן אביעטמענט און אן אביעטמענט
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

דברים אלו האט געשריבן:איינער קען דא זאגן קלאר וויפל ער צאלט מיטן אביעטמענט און אן אביעטמענט

ווענדט זיך ווי מען האלט אין די אביעטמענט סייקל
ווענדט זיך ווי גרויס, ווענט זיך אחן וועלכע געגענט אים וויליאמסבורג
א 1500 סק קאנדוי נאכן אביעטמענט איז בערך 12 אלפים פלוס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יצחק ברוך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה

פאר אזא פאלאצעל דא, העט מען ווען געשוויגען. די פראבלעם איז, אז דא בעט מען די פרייז פאר די סייז פון די עטיק דארט...

שוואכע תירוץ. איז נישט א דבר פשוט אז טעקס איז וועליו בעיסד? נו, א "פאלאצל" אין מאנראו/עירמאונט איז די זעלבע וועליו ווי א קאנדא אין וויליאמסבורג (און נאך ביליגער עקטשולי)

מ'צאלט אין די סיטי מער פאר א קאנדא ווי פאר א הויז.
ס'קען זיין אפסטעיט אויך, קעמען דארט אויך פרובירן, נישט אז איך האלט אז מ'גייט עפעס אויפטוהן.

איך פארשטיי, אבער די מאדנע חלק איז די ביליגע רעיטס פון די בראונסטאונס, נישט די הויכע פון די קאנדאס...

נאך מער, איז נישטא א ריסק, מיטן מאכן די חברה צופיל אריינקוקן דערין, אז זיי וועלן עקטשולי באשליסן צו 'הייבן' גאנץ וויליאמסבורג, דהיינו ארויפרוקן די בראונסטאונס צום מער אמתן וועליו?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

כאפצעם האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:געספוילטע חברה
און מאנרא מאנסי וואדבערי צאלט מען ארום 18 אלפים טעקס יערליך ואין פוצה פה

פאר אזא פאלאצעל דא, העט מען ווען געשוויגען. די פראבלעם איז, אז דא בעט מען די פרייז פאר די סייז פון די עטיק דארט...

שוואכע תירוץ. איז נישט א דבר פשוט אז טעקס איז וועליו בעיסד? נו, א "פאלאצל" אין מאנראו/עירמאונט איז די זעלבע וועליו ווי א קאנדא אין וויליאמסבורג (און נאך ביליגער עקטשולי)

מ'צאלט אין די סיטי מער פאר א קאנדא ווי פאר א הויז.
ס'קען זיין אפסטעיט אויך, קעמען דארט אויך פרובירן, נישט אז איך האלט אז מ'גייט עפעס אויפטוהן.

איך פארשטיי, אבער די מאדנע חלק איז די ביליגע רעיטס פון די בראונסטאונס, נישט די הויכע פון די קאנדאס...

נאך מער, איז נישטא א ריסק, מיטן מאכן די חברה צופיל אריינקוקן דערין, אז זיי וועלן עקטשולי באשליסן צו 'הייבן' גאנץ וויליאמסבורג, דהיינו ארויפרוקן די בראונסטאונס צום מער אמתן וועליו?

פארוואס עפעס? אויב און אנדערע געגענטער צאלט מען אויך אזוי ביליג בראונסטאונס פארוואס זאלן זיי דא עס ארויפרוקן?

פארוואס זאגסטט אז די ביליגע בראונסטאנס איז מאדנע? אונזערע קאנדאס זענען פשוט נישט די זעלבע ווי ביי די גוים.... סאו סאיז טעקנעקלי יא די הויעכע קאנדא פרייזען
קען זיין אז זיי גייען עס אויסלעוולען נישט צו פארלירן די אינקאם, מיינעך אז סאיז נישט מער ווייס יושר טאקע אז דעי וואס וואונט אויף א אכטע שטאק 1200 סקווער פיס קאנדא זאל טאקע נישט צאלן מער ווי די בראונסטאונס
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

בראונסטאונס טעקס איז א לצנות. עפעס מאכט דארט קיין סענס, ששש
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

כאפצעם האט געשריבן:בראונסטאונס טעקס איז א לצנות. עפעס מאכט דארט קיין סענס, ששש

די סטעיט געזעץ פארבאט העכערן די טעקס מער ווי א געוויסע פראצענט יערליך, אבער אויף קאנדאס איז די פראצענט עטליכע מאל אזויפיל, ממילא קומט אויס אז אפילו די ווערט פון די אלטע הייזער זענען געשטיגען קענען זיי נישט ארויף מיט די טעקס, ווייל די רעיט גייט צוריק צו די בראשית יארן, משא"כ נייע קאנדאס הייבט זיך אן אויף די איצטיגע מארקעט וועליו, און די רעיט מעג מען העכערן יערליך פיל מער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

געזעצן זענען נישט קיין קאנסטעטוציע, און מ'קען עס עני דעי טוישן. אויב כאפן זיי אז ס'מאכט קיין טראפ סענס קענען זיי דורכפירן אן איינמאליגע אינקריעס צו עס ארויפברענגען צום יעצטיגן וועליו
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

כאפצעם האט געשריבן:געזעצן זענען נישט קיין קאנסטעטוציע, און מ'קען עס עני דעי טוישן. אויב כאפן זיי אז ס'מאכט קיין טראפ סענס קענען זיי דורכפירן אן איינמאליגע אינקריעס צו עס ארויפברענגען צום יעצטיגן וועליו

דעמאלטס וועט זיין סתימת הגולל אויף א אידישקייט אין נוא יארק
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דממה דקה האט געשריבן:

שטייצעך, און דאס זאג איך, אויב מאכט מען אן ערענסטע קאמפיין וואס שלאגט טאקע ווארצלעך און אלבעני הייבט אן אריינקוקן אין אונזער "אומבאלאנס" טענה קענען מיר אננעמען בעיסד אויף זייער חזקה אז זיי וועלן ענדערש פיקסן דעם אומבאלאנס דורך העכערן די נידעריגע ווי נידערן די העכערע...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דממה דקה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:געזעצן זענען נישט קיין קאנסטעטוציע, און מ'קען עס עני דעי טוישן. אויב כאפן זיי אז ס'מאכט קיין טראפ סענס קענען זיי דורכפירן אן איינמאליגע אינקריעס צו עס ארויפברענגען צום יעצטיגן וועליו

דעמאלטס וועט זיין סתימת הגולל אויף א אידישקייט אין נוא יארק

ווען זעקס יאר צוריק איז אויסגעקומען אז מיט די ראטע וואס דירות פרייזן העכערן זיך אווי אויף הייוון, וועט מען עט סאם פוינט צאלן אסטראנאמישע ציפערן פאר א לעכל אין ברוקלין, און מאנכע האבן געשריגן אז דאס איז סתימת הגולל אויף יהדות ברוקלין, האבן אנדערע גע'טענה'ט מיט א מורא'דיגע ווינדער מהיכי תיתי.

איך פרעג יעצט, מהיכי תיתי? פארוואס קען מען צאלן פינף אלפים א חודש פאר מארטגעדזש, + אפצאלן א חוב אויף א דאון פעימענט פון דריי פיר מאות, און די איבריגע אלף א חודש וועט ממש איבערברעכן דעם מצב?!
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Haklal האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איינער קען דא זאגן קלאר וויפל ער צאלט מיטן אביעטמענט און אן אביעטמענט

ווענדט זיך ווי מען האלט אין די אביעטמענט סייקל
ווענדט זיך ווי גרויס, ווענט זיך אחן וועלכע געגענט אים וויליאמסבורג
א 1500 סק קאנדוי נאכן אביעטמענט איז בערך 12 אלפים פלוס

אין די פיניקל אין בארא פארק גייט מען צאלן פאר א 4 בעדרום דירה 25 אלפים פער יאר, נאך די טעקס אבעטמענט ענדיגט זיך.

זייער אסאך האבן שוין געסיינט קאנטרעקט נאך פארן קלאוזען און וויסן וויפיל מ'צאלט... דאס זעלבע גייט לכאורה פאסירן ביי די 60 סט. קאנדאוס נאכן קלאוזן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אינטערסאנט אז קיינער דא איז נישט באקאנט דערמיט, עס טוט זיך אויף טישן און בענק איבער אפדעיטען די פראפערטי טעקס קאוד אין די סיטי.
אויב קאנדא טעקס וועט אראפגיין איז שטארק מוטל בספק, אבער בראונסטאונס זעהט אויס וועט זיכער ארויפגיין.

קוקט איבער די לינקס פונעם בייגעלייגטע ארטיקעל, אויב איינער קען זיך מטריח זיין און אראפשרייבן די צען פונקטען פון די רעקאמענדאציעס.

https://iqconnect.lmhostediq.com/iqextr ... &c=NYCCSPK

דא האט איר די פרילימענערי רעפארט, פון פעידזש 63 הייבט זיך אן די פארגעשלאגענע ענדערונגען. עס כאפט א פחד וואס עס ווארט אפ פאר היים אייגענטומער אין די סיטי

https://www1.nyc.gov/assets/propertytax ... Prelim.pdf
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

כאפצעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:געזעצן זענען נישט קיין קאנסטעטוציע, און מ'קען עס עני דעי טוישן. אויב כאפן זיי אז ס'מאכט קיין טראפ סענס קענען זיי דורכפירן אן איינמאליגע אינקריעס צו עס ארויפברענגען צום יעצטיגן וועליו

דעמאלטס וועט זיין סתימת הגולל אויף א אידישקייט אין נוא יארק

שטייצעך, און דאס זאג איך, אויב מאכט מען אן ערענסטע קאמפיין וואס שלאגט טאקע ווארצלעך און אלבעני הייבט אן אריינקוקן אין אונזער "אומבאלאנס" טענה קענען מיר אננעמען בעיסד אויף זייער חזקה אז זיי וועלן ענדערש פיקסן דעם אומבאלאנס דורך העכערן די נידעריגע ווי נידערן די העכערע...

פינג. קוקט ארויף איין תגובה, מען דארף שוין גארנישט מורא האבן, עת אשר יגורונו בא. כאפצעם, אויב מעגליך ביטע קום אריין מיט אן אנאליז אויף וואס מען קען ערווארטן.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בר דעת האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער דא איז נישט באקאנט דערמיט, עס טוט זיך אויף טישן און בענק איבער אפדעיטען די פראפערטי טעקס קאוד אין די סיטי.
אויב קאנדא טעקס וועט אראפגיין איז שטארק מוטל בספק, אבער בראונסטאונס זעהט אויס וועט זיכער ארויפגיין.

קוקט איבער די לינקס פונעם בייגעלייגטע ארטיקעל, אויב איינער קען זיך מטריח זיין און אראפשרייבן די צען פונקטען פון די רעקאמענדאציעס.

https://iqconnect.lmhostediq.com/iqextr ... &c=NYCCSPK

דא האט איר די פרילימענערי רעפארט, פון פעידזש 63 הייבט זיך אן די פארגעשלאגענע ענדערונגען. עס כאפט א פחד וואס עס ווארט אפ פאר היים אייגענטומער אין די סיטי

https://www1.nyc.gov/assets/propertytax ... Prelim.pdf

דאס איז וואס די סיטי וויל, למעשה דארף עס באשטעטיגט ווערן דארך די סטעיט, איז צום האפן אז דאס וועט נישט צושטאנד קומען.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

כאפצעם האט געשריבן:געזעצן זענען נישט קיין קאנסטעטוציע, און מ'קען עס עני דעי טוישן. אויב כאפן זיי אז ס'מאכט קיין טראפ סענס קענען זיי דורכפירן אן איינמאליגע אינקריעס צו עס ארויפברענגען צום יעצטיגן וועליו

אזא טויש ברויך נישט קיין רעפרענדום?

אויב יא גיב איך עס שוואכע שאנסן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

עס זעהט נישט אויס אז מען דארף באשטעטיגונג פון די סטעיט אויף צו טוישן די פארמיולעס אין די סיטי. אדרבא, אז דו ווייסט אנדערש ברענג אהער די סאורסעס.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

די בראונסטאון שאלה מאכט די נאר אויס אין וויליאמסבורג? וואס טוט זיך אין אלע מינאריטי געגנטער? מען דארף מאכן א ויצעקו וועגן דזשענטריפיקעישאן צוזאמען מיט די שווארצע ברודער.
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

נישטא דערווייל קראנטע פלענער צו טוישן די בראונסטאון טעקס, און טאקע ווייל עס אפעקטירט אסאך מינאריטעטן אין ברוקלין וועט עס מסתמא נישט געשען. דא מאכט מען שוין א ויצעקו און אט קומען די קענטליכע פראזן 'פארוואס אנטלויפט מען נישט פון די סיטי אא"ו.

שוין לאנג פערזענליך האלט איך אז סוף פסוק איז ביליגער דאס לעבן אין סיטי ווי אפסטעיט פאר רוב מענטשן. אדער איז עס די ביליגע טעקס אויף הייזער, די וואוטשערס פארן עמך און אסאך מער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איינער קען דא זאגן קלאר וויפל ער צאלט מיטן אביעטמענט און אן אביעטמענט

ווענדט זיך ווי מען האלט אין די אביעטמענט סייקל
ווענדט זיך ווי גרויס, ווענט זיך אחן וועלכע געגענט אים וויליאמסבורג
א 1500 סק קאנדוי נאכן אביעטמענט איז בערך 12 אלפים פלוס

אין די פיניקל אין בארא פארק גייט מען צאלן פאר א 4 בעדרום דירה 25 אלפים פער יאר, נאך די טעקס אבעטמענט ענדיגט זיך.

זייער אסאך האבן שוין געסיינט קאנטרעקט נאך פארן קלאוזען און וויסן וויפיל מ'צאלט... דאס זעלבע גייט לכאורה פאסירן ביי די 60 סט. קאנדאוס נאכן קלאוזן.

די נייע קאנדאס אין ווילי צאלן שוין די פרייז
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פעטיציע: פארמינערן וויליאמסבורגער "קאנדא-טעקס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שנאפס האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:געזעצן זענען נישט קיין קאנסטעטוציע, און מ'קען עס עני דעי טוישן. אויב כאפן זיי אז ס'מאכט קיין טראפ סענס קענען זיי דורכפירן אן איינמאליגע אינקריעס צו עס ארויפברענגען צום יעצטיגן וועליו

אזא טויש ברויך נישט קיין רעפרענדום?

וואס עפעס?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”