ערשטענס דארט איז נישט דא קיין יומידיטי , די דעגריס פילט זיך קילער ווי ניו יארק סיטי, אזוי ווי מען פארט אויף די בערג פון ניו יארק סיטי צו די קעסטקיללס, קענסטו דארט אויך פארן אויף א קילערע פלאץ פאר די צוויי זומער חדשים
געהערט אמאל פון ר' זכרי' בראנער אז ווען די רבי זי"ע איז דארט געווען איז געקימען א גוי וואס האט געוואנט דארט וואס האט געקענט שיין מאלען, און ער האט זיך געשטעלט אינדרויסן און הויף ווי די רבי איז געזעצן און האט געמאכט א שיינע בילד דערפון, און ר' זכרי' האט דערציילט איז ער געווען ביים גוי אינדערהיים ווי ער האט עס געזעהן הענגן אויפן וואנט.
ווי אויכט איז דא דאכציך א קליפ פון אריזאנע ווי מען זעהט די רבי מיטן הויז בחור אהיים קימען צי די דירה ווי ער איז געווען
געהערט אמאל אז די סיבה פארוואס די רבי האט עס נישט געגליכן דארט צליב די טריקענע ליפט וואס עס איז דא דארט און עס האט אים געשטערט פאר די הכנות, מאי שאין כן און פלאדירע איז די ליפט א נאסע נישט אזוי טריקן
שמחתי באומרים לי אז א קבוצה היימישע אידן ציען זיך קיין אריזאנע.
האבענדיג באקאנטשאפט מיט עטליכע אידן וואס ליידן אויף הויט פראבלעמען, און וויינען שוין יארן אז זיי ווילן זיך ציען קיין אריזאנע, פארן קיין טוסאן/בראננער'ס קאסט אפ א הון תועפות: טיקעטס פאר די גאנצע פאמיליע (צוליב דער פאקט אז געווענטליך פאר מען פאר היילונג פאר קנאפע 2 מאנאטן און עס איז שוין גרינגער מיטצונעמען דאס גאנצע געזינדל). רענט פאר די ניו יארקער דירה . עסן איז דארט ווי פארשטענדליך זייער טייער. ווי אויך געווענטליך, וועלן טאטע /מאמע זיך אריבערכאפן- אין אזא לאנגע צייט אפשניט -כאטשיג 1 מאל קיין ניו יארק פאר ביזנעס, שמחות, וכדו' אזא ישוב איז נישט נאר אן אויפטו אין "תחום המושב" , נאר פשוט א חסד פאר צענדליגע משפחות וואס דארפן די סארט קלימאט צום לעבן ממש.
פון מיין ערפארונג, האבנדיג געוויילט 2 פסחים דארט, (וואס איז ווערד א באשרייבונג פאר זיך), האב איך שטארקע קאנפידענס אין א נייע ישוב, הגם איך האב געווילט אין טוסאן וואס איז א קנאפע 3/4 שעה קיין קאסא גראנדע, איז עס אבער די זעלבע קלימאט. עס איז טאקע זייער הייס דארט, אבער נישט האמיד, מיר האבן שפאצירט דארטן דעם ערשטן טאג פסח 6 מייל! און אויסער פארניצן עטליכע פלעשלעך וואסער האט עס גארנישט אויסגעמאכט ,נאך 2 מינוט זיצן אין אן עירקאנדישענד שטוב איז מען געווען געהעריג ביי זיך.
לגבי אידישקייט. אין טוסאן איז ווי באקאנט דא די חב"ד שול מיט שוואכערע סארט אידן. 90% זענען געקומען שבת און יו"ט מיט די קארס. ווי אויך איז דא רב ישראל בעקער'ס שול, מער אן ערענסטע עולם, טאקע זייער אומוויסנד אבער ערליך. די פארקינג לאט ווערט פארשפארט אויף שבת ויו"ט. ווי אויך איז רב בעקער א תלמיד פון היגע ליטווישע ישיבות און א שטארקע בן תורה.
אין פיניקס איז דא א גרויסע (רעלאטיוו) אידישע באפעלקערונג ווי אויך אין סקאטסדעיל, מיט אידישע געשעפטן, שולן, און מקוואות, (אין טוסאן אליין איז אוך דא 3 מקוואות אין בראננערס,חב"ד, און בעקער.) אבער היבש ווייט פון טוסאן. קאסא גראנדע איז געאגראפיש היבש א גוטער אויסוואל, ווי אנדערע האבן געשריבן, זייענדיג צווישן די 2 גרעסערע שטעט טוסאן און פיניקס.
און אריזאנע איז אויך דא פלעצער ווי צו פארן אין די שטארק הייסע זוממערס. אין פאקט דאס רוב טוסאן פארט אוועק אויף זוממער צוליב די היצן, און די יערליכע שטארקע רעגנס וואס פארפלייצן די שטאט, (עס זענען דא ספעציעלע אפלויפן לענג אויס די שטאט וואס זענען ספעציעל געמאכט פאר די פארפלייצונג סעזאן) אסאך פארן קיין פלעגסטעף, א 40 מינוט פארן צו די גרענד קעניאנס. וואס איז צוליב די עלעוועיטן פון דער שטאט, איז עס ממש א קלימאט פון צפון מזרח פאראיינינגטע שטאטן, א שטייגער ווי ווערמאנט, ניו העמפשעיר, און מעין. עס איז דא דארט די נידל ביימער, פיין ביימער, עווערגרין ,און נאך. ווי אויך די בעלי חיים זענען דא דארט וואס מען קען טרעפן אין נארט איסט יו עס. פארהאן דארט א חב"ד סענטער וואס האט לעצטנס געבויט א ברענד ניו געביידע (דאס ערשטע מאל פסח האבן מיר דארט געדאוונט שחרית חוה"מ זייענדיג אויפן וועג צו די קעניאנס, איז געווען אן אפיל פון דעם רב פאר א מקווה ,נאך וואס די נענסטע מקווה איז געווען דאן אין פיניקס א 3 שעה וועג, דאס צווייטע מאל האבן געזעהן די בילדער פון דעם חנוכת הבית...) ווי אויך קען מען פארן קיין קאלאראדא צו די ראקיס באקאנט אלץ די שווייץ פון אמעריקע בקיצור גארנישט אנדערש ווי א זוממער דא אין ניו יארק
איך דעם נייעם ישוב אסאך הצלחה ישכון ה' באהליכם אמן