חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

און וואס פארלאנגט דער געזעץ אין אריזאנע?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6432
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איישישאק האט געשריבן:גיי בוי א שטעטל

איך דארף קאמעטן אויף דעם?
אדער די תגובה דיינע זאגט שוין אלעס?
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

א מענטש איז א גרויסע מציאות, ער האט ביי זיך א סאך רצונות און עניינים. איין קליינע חלק איז זיין פאליטיק. בויען א שטעטל, און גייען וואוינען ערגעץ, נעמן די גאנצע מענטש אהין מיט אלע זיין עניינים און פרטים, נאכצוגיין איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט, און מיטשלעפן דער גאנצע מענטש, איז זינלאז און עס וועט נישט געלונגן. עס איז אזוי ווי א מענטש מופט זיין גאנצע משפחה צו א שטאט, ווייל די פיצה געשעפט דארט האט א באזונדערע רעצעפט פאר קעטשאפ. מענטשן האבן ליב קעטשאפ, אבער דער גאנצע לעבן איז נישט קעטשאפ.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

איישישאק האט געשריבן: און רוב פון די וואס זענען היינט פארנומן מיט די עניינים, איז עס אבער פון אן איבער מאס פון גויישקייט, אדער פון ליידיגייען, פוק חזי.
איישישאק האט געשריבן:א מענטש איז א גרויסע מציאות, ער האט ביי זיך א סאך רצונות און עניינים. איין קליינע חלק איז זיין פאליטיק. בויען א שטעטל, און גייען וואוינען ערגעץ, נעמן די גאנצע מענטש אהין מיט אלע זיין עניינים און פרטים, נאכצוגיין איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט, און מיטשלעפן דער גאנצע מענטש, איז זינלאז און עס וועט נישט געלונגן. עס איז אזוי ווי א מענטש מופט זיין גאנצע משפחה צו א שטאט, ווייל די פיצה געשעפט דארט האט א באזונדערע רעצעפט פאר קעטשאפ. מענטשן האבן ליב קעטשאפ, אבער דער גאנצע לעבן איז נישט קעטשאפ.

איך נעם נישט דא א צד ווייל ווער בין איך אריין צושטעלן מיין פאטעיטא קאפ ציווישען אזעלעכע גרויסע בערג
אבער I-שישאק איז ציקער מיט א קלארקייט
אפשר עפענסטו א אשכול מיט דיינע געדאנקען
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6432
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איישישאק האט געשריבן:א מענטש איז א גרויסע מציאות, ער האט ביי זיך א סאך רצונות און עניינים. איין קליינע חלק איז זיין פאליטיק. בויען א שטעטל, און גייען וואוינען ערגעץ, נעמן די גאנצע מענטש אהין מיט אלע זיין עניינים און פרטים, נאכצוגיין איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט, און מיטשלעפן דער גאנצע מענטש, איז זינלאז און עס וועט נישט געלונגן. עס איז אזוי ווי א מענטש מופט זיין גאנצע משפחה צו א שטאט, ווייל די פיצה געשעפט דארט האט א באזונדערע רעצעפט פאר קעטשאפ. מענטשן האבן ליב קעטשאפ, אבער דער גאנצע לעבן איז נישט קעטשאפ.

חינוך=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
ברית מילה=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
דאווענען אין שוהל=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
און דעס איז נאך פאר גשמיותדיגע פראבלעמען וואס זיי ברענגען אן אין נאמען פון קליימעט טשזעינטשז, ראסיזים, עידזשוקעישאן וכו'.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א מין מאדנע פאלעמיק דא.

גיי פארשטיי..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

יעדער אינדיווידואלער פארזאן איז בארעכטיגט צו קלויבן זיין וואוינונג וואו עס שמעקט אים, יעדער זאל מאכן זיין אויסוואל און גיין וואו ס'שמעקט אים בעסער, איישישאק האט ליב די ליבעראלן ווייל ס'איז נאר נוגע פאר פיצא, און גיי פארשטיי זאגט אז אים איז עס נוגע בציפור נפשו, דעריבער איז ראטזאם אז איישיאק זאל למען ה' בלייבן אין די ניו יארקער סיטי, און גיי פארשטיי זאל גיין וואוינען אין די רויטע שטאטן, והכל על מקומו יבא בשלום..
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

מיר גייט נישט אן די רעכטע אדער די לינקע, ביידער זענען נישט מיין נושא.
אבער א שטאט דארף מער ווי א שנאה צו א געוויסע פאליטישיע גלויבונג.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:א מענטש איז א גרויסע מציאות, ער האט ביי זיך א סאך רצונות און עניינים. איין קליינע חלק איז זיין פאליטיק. בויען א שטעטל, און גייען וואוינען ערגעץ, נעמן די גאנצע מענטש אהין מיט אלע זיין עניינים און פרטים, נאכצוגיין איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט, און מיטשלעפן דער גאנצע מענטש, איז זינלאז און עס וועט נישט געלונגן. עס איז אזוי ווי א מענטש מופט זיין גאנצע משפחה צו א שטאט, ווייל די פיצה געשעפט דארט האט א באזונדערע רעצעפט פאר קעטשאפ. מענטשן האבן ליב קעטשאפ, אבער דער גאנצע לעבן איז נישט קעטשאפ.

חינוך=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
ברית מילה=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
דאווענען אין שוהל=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
און דעס איז נאך פאר גשמיותדיגע פראבלעמען וואס זיי ברענגען אן אין נאמען פון קליימעט טשזעינטשז, ראסיזים, עידזשוקעישאן וכו'.

וואס איז טאקע למעשה דער מצב אין ניו יארק סיטי, מען קען באקומען א אידישן חינוך?
מען מאכט ברית'ן כהלכה פאר 8 טאגיגע קינדער?
מען דאווענט אין שוהלן?
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

גליטשעדיג האט געשריבן:וואס איז טאקע למעשה דער מצב אין ניו יארק סיטי, מען קען באקומען א אידישן חינוך?
מען מאכט ברית'ן כהלכה פאר 8 טאגיגע קינדער? איך ווייס פון פעלער וואס מהאט עס נישט געמאכט די 8טע טאג
מען דאווענט אין שוהלן?
ליידער נישט יעדער. אסאך דאווענען מנחה אין אפיסעס ליידער
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

maybeeynot האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:וואס איז טאקע למעשה דער מצב אין ניו יארק סיטי, מען קען באקומען א אידישן חינוך?
מען מאכט ברית'ן כהלכה פאר 8 טאגיגע קינדער? איך ווייס פון פעלער וואס מהאט עס נישט געמאכט די 8טע טאג
מען דאווענט אין שוהלן?
ליידער נישט יעדער. אסאך דאווענען מנחה אין אפיסעס ליידער

אסאך קינדער פארען מיט צוויי רעדלדיגע בייקס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6432
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

גליטשעדיג האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:א מענטש איז א גרויסע מציאות, ער האט ביי זיך א סאך רצונות און עניינים. איין קליינע חלק איז זיין פאליטיק. בויען א שטעטל, און גייען וואוינען ערגעץ, נעמן די גאנצע מענטש אהין מיט אלע זיין עניינים און פרטים, נאכצוגיין איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט, און מיטשלעפן דער גאנצע מענטש, איז זינלאז און עס וועט נישט געלונגן. עס איז אזוי ווי א מענטש מופט זיין גאנצע משפחה צו א שטאט, ווייל די פיצה געשעפט דארט האט א באזונדערע רעצעפט פאר קעטשאפ. מענטשן האבן ליב קעטשאפ, אבער דער גאנצע לעבן איז נישט קעטשאפ.

חינוך=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
ברית מילה=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
דאווענען אין שוהל=איין קליינע חלק פון זיין מענטשהייט
און דעס איז נאך פאר גשמיותדיגע פראבלעמען וואס זיי ברענגען אן אין נאמען פון קליימעט טשזעינטשז, ראסיזים, עידזשוקעישאן וכו'.

וואס איז טאקע למעשה דער מצב אין ניו יארק סיטי, מען קען באקומען א אידישן חינוך?
מען מאכט ברית'ן כהלכה פאר 8 טאגיגע קינדער?
מען דאווענט אין שוהלן?

משוגע א גוטע ענטפער כאילו דו ווייסט נישט ווער עס ווערן וואס א טאג שטערקער אין ניו יארק!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דרייסטקייט האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:אין עמי מאגאזין האט מען אויך געזאגט קלאר אז די תכלית פון די ישוב איז צו אנטלויפן פון די דעמאקראטן אין נ.י..
איך מיין אז די גאנצע זאך איז שוין גארנישט ווערט. סתם נאך א צודרייטע פאליטישע שטות, ווי מ'ווערט פארגויישט און מ'גלויבט אין איין גוי איבער די צווייטע.

איך האב אויך געליינט דעם ארטיקל. קאם אן... אויב דאס איז די גאנצע וואס דו האסט ארויסגענומען פון דעם ארטיקל, האסטו פארזען דעם עיקר. איך געדענק אפילו נישט אזא שורה און איך האב געזען אין דעם ארטיקל גאנץ אן אנדערן בילד וואס דער עיקר ציל זייערע איז, א ביליגע לעבן ווי א בעלעבאטישע איד.

כ'דרייסטקייט ועוד, אין דעם ארטיקל איז אפשר בד"א דערמאנט געווארן דער ענין פון ליבעראלן/רעכטע/לינקע וכו'.

ער ברענגט דאך דארט ארויס אז ער האט געהאנדעלט אין אלע 48 סטעיטס, און אריזאנע איז איהם אויסגעקומען די געשמאקסטע.

צו אלע מעלות פארדינט ער נאך אויך רעכטס/לינקס וואטעווער.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

איישישאק האט געשריבן:אבער א שטאט דארף מער ווי א שנאה צו א געוויסע פאליטישיע גלויבונג.

פארוואס כאפט איר זיך ארויף אויף איין איינצעלע פאראגראף?
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

די שבתדיגע ביהמ"ד פארגרעסערט אין איילעניש לכבוד פסח צו קענען אקעמאדירן די גרויסע ציבור כ"י
אטעטשמענטס
IMG_20210407_204154.jpg
IMG_20210407_204154.jpg (496.42 KiB) געזען 2926 מאל
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

אגוטן זומער טייערע ברודער. א גריס פון קאסעגראנדע. איך האף אונזערע ברודער אין ניו יורק ודי בכל אתר ואתר וועלעכע האבן אויפגעהערט בעטן ותן טל ומטר האבן טאקע שוין באקומען די שיינע זומער וועטערס אזוי ווי ביי אונז אין אריזאנע.
צום ענין צו איך האב שוין גאנץ לאנג נישט באזוכט דאהי עס איז ב"ה געווען א שטארק פארנומענע ערב פסח אויפצונעמען הסבר פנים יפות און צושטעלן אלע געברויכן פאר די נייע תושבים און פילע געסט וועלעכע האבן אונז באלויכטן דעם יום טוב. ברוך השם עס איז גוט געלונגען. געווען א יום טוב מיט אלע מפרשים. ב"ה באקומען 3 נייע תושבים און די 42 זיצן אין ביהמ"ד געווען איבערגעפילט אזש נישט יעדער האט געהאט א געהעריגע זיץ ביים טיש נאר מען האט געברויכט זיצן ביי די זייטן.
אנגעהויבן פון מאנטאג בעפאר פסח ווען די עולם האט געלאנדעט און באוואונדערט די הערליכע פסח געשעפט וואס איז געווען צוגעשטעלט מיט א שפע כל מילי דמיטב אנגעהויבן פון גראסערי אייטעםס. פיש. פלייש און ברייטע סעלעקציע פון מצות. אזוי אויך אלע פסח זשודעיקא אייטעםס און פסח ספרים וכו' דאס אלעס אויסער די געווענטליכע גראסערי.
די וועלעכע זענען אנגעקומען עטליכע טעג בעפאר פסח האבן נאך מיטגעהאלטן די מוסדות התורה ווי מען האט מכין געווען די צאן קדשים ווי אזוי אויפצונעמען דעם הייליגן יום טוב פסח.
די עולם איז געווען ממש בצויבערט פון די הערליכע דירות די רחבות און רואיג'קייט פון די דירות און די געגענט און די באנעמונג פון די נישט אידישע שכנים יעדער איז געווען באצויבערט פון די באנעמונג וואס די גויים האבן מקבל געווען די אידישע נייע שכנים אדער געסט און געברענגט מתנות (צוויי אידן האבן באקומען חמץ מתנות און פסח און געדארפט מאכן די גוי א שליח עס צו האלטן ביז נאך יום טוב). ערב פסח איז געווען א שיינע מעמד ביי שריפת חמץ די ערשטע מאל על אדמת קאסעגראנדע און שבת הגדול איז געווען א מחזה הוד ווען די גאסן זענען און די פריע פארטאגס שעה'ן פיל געווארן מיט אידן מיט שטריימלעך בעקיטשע באצירענדיג די גאסן גייענדיג צום דאווענען און אריינכאפן די חמצ'דיגע סעודת שבת.
חול המועד איז די עולם ארומגעפארן און נתפעל געווארן פון די אויסנאםהערליכע בריאה פון דעם בורא'ס וועלט. יעדער פה אחד איז ארויס פון התפעלות
א טאג נאך דעם הערליכן פסח איידער די געסט זענען אהיימגעפארן האבן צוויי אידן נאך אריינגעכאפט צו אינטערשרייבן קאנטראקטן אויף הייזער צום קומען וואוינען בס"ד און א וויזניץ'ע משפחה האט בהוראות זייער רבי'ן אפילו נישט צוריק אהיימגעפארן נאר געבליבן וואוינען און קאסעגראנדע.
חסדי ה' כלל ישראל עפענט זיך די אויגן ובשם השם נעשה ונצליח און די שווער הארעוואניע זאל זיך אויסצאלן און מיר זאלן אלע זוכה זיין בקרוב ממש צו אהיימגיין צו אונזער ריכטיגע וואוינארט און ארץ ישראל מיט משיח צדקנו במהרה בימינו אמן
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:אגוטן זומער טייערע ברודער. א גריס פון קאסעגראנדע. איך האף אונזערע ברודער אין ניו יורק ודי בכל אתר ואתר וועלעכע האבן אויפגעהערט בעטן ותן טל ומטר האבן טאקע שוין באקומען די שיינע זומער וועטערס אזוי ווי ביי אונז אין אריזאנע.

וועלכע וויזניצע רבי?
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

א ליכטיגע איד האט געשריבן:

לאנדאן
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שיינע באריכט הרב טוהן צו די זאך!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

בחסדי ה' היינט האט זיך אריבערגעצויגן צום נייע ישוב די פערטע תושב אין איין חודש קע"ה כן ירבו
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:בחסדי ה' היינט האט זיך אריבערגעצויגן צום נייע ישוב די פערטע תושב אין איין חודש קע"ה כן ירבו

ווי האלט די ס"ה משפחות וואס ווינען שוין דארט?
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

ווען וועט זיין מנין פון בלויז תושבים (אן געסט)?
אוועטאר
שלאמקע
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 4:26 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאמקע »

קלוגער האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:א. איך קום נישט דא שטעלן א נידון וועגן פאליטיק. איך האב נאר געמיינט אז דאס גיין בויען א ישוב פאר פאליטישע סבות איז א שטארקע גויישקייט, והיא לא תצלח.

ב. עס איז בכלל נישט דא קיין קאנצענזוס אין די נושא צווישן גדולי ישראל. עס איז נאר איין צד וואס רעדט די העכסטע דערוועגן. ועוד, די אלע גדולי ישראל וואס זענען געווען אריינגעמישט אין די הנהגת הכלל האבן בדרך כלל גערעדט פראגמאטיש אין דעם, וועלכע צד איז גוט פאר אונז יעצט, און זיי האבן בכלל נישט געקוקט אויף די רעליגיעזער שטאנדפונקט פון די קאנדידאט.

ר' אביגדור מילער ז"ל?
קאשוי רבי ז"ל?

צוויי נעמן איז נישט קיין קאנצענזוס. און זיי זענען נישט געווען אריינגעמישט אין די טאג טעגליכע לעבן פון אידן אין אמעריקא. די ערשטע איז געווען א רב אין א קליין שטעטל און א ראש ישיבה פון בחורים, די צווייטע איז געווען א משפיע און מחנך אין השקפה, נישט קיין מנהיג פון א ציבור.
ביידע חשוב'ע הייליגע אידן, אבער צו שטעלן א הכרעה סופית על פי צוויי אויסנאמס, ווען אלע אנדערע האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די לינק\רעכט עניינים, איז נישט אין פלאטץ. און רוב פון די וואס זענען היינט פארנומן מיט די עניינים, איז עס אבער פון אן איבער מאס פון גויישקייט, אדער פון ליידיגייען, פוק חזי.

איך בין מיט דיר בנוגע די מענשטען וואס זענען נאר ביזי מיט דעמעקראטישע שמוץ, איך בין עבסאלוטלי נישט מיט דיר בנוגע די צוויי גדולי ישראל, אדער האסטו זיי נישט געקענט, אדער איז דא א אגענדע אונטער דיין סטעיטמענט

בעצם איבריג צו קאמענטירן, אבער פאר אינטערסאנטקייט, אפשר קענט איר מיר מסביר זיין וויאזוי איר האט געקענט אט די צוויי גדולי ישראל?
אוועטאר
קאנטרי
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי »

באקסער בוים האט געשריבן:שיינע באריכט הרב טוהן צו די זאך!
https://capital.one/3Ly0pb9
פארדין 200 טאלער פארן עפענען קעפעטל וואן קרעדיט קארט
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

אייגנארטיג האט געשריבן:ווען וועט זיין מנין פון בלויז תושבים (אן געסט)?

שוין ב"ה פארהאן א מנין תושבים. נאר נאך נישט פולקאם סטאביליזירט. איינער איז זייער שווער זיך צוצושטעלן צו די זמנים א צווייטער איז פינקט צוריקגעפארן צאמפאקן זיין אלטע דירה אבער ב"ה מיט דעם אלעם איז שוין דא מנין יעדע טאג און בעזה"ש ביז א צוויי וואכן וועט אלעס זיין מסודר פון תושבים אליין
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”