חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

ישוב הדעת האט געשריבן:נישט פאר מיר...

ערשטענס דארט איז נישט דא קיין יומידיטי , די דעגריס פילט זיך קילער ווי ניו יארק סיטי, אזוי ווי מען פארט אויף די בערג פון ניו יארק סיטי צו די קעסטקיללס, קענסטו דארט אויך פארן אויף א קילערע פלאץ פאר די צוויי זומער חדשים
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ליכא מידא
די רבי זיע איז דאכציך איין יאר געווען אויף אפרי און טוסאן אריזאנע, און ווי עס איז באקאנט האט ער עס נישט געגליכן דארט ער האט נאר שוין געוואלט אהיים פארן
מיר איז טאקע א חידש פארוואס זיי גייען נישט אויף טוסאן עס איז שוין דא דארט אידן וואס זענען דארט א גאנצץ יאר און ווינטער איז דא דארט היימישע משפחות וואס גייען אהין, אפשר נאכן הערן מער וואס זייער ציל איז וועל איך בעסער פארשטיין
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

אלט מאנרא האט געשריבן:ליכא מידא
די רבי זיע איז דאכציך איין יאר געווען אויף אפרי און אריזאנע, און ווי עס איז באקאנט האט ער עס נישט געגליכן דארט ער האט נאר שוין געוואלט אהיים פארן

איר זאלט לעבן ווילאנג איר ווילט אבער מישט נישט אריין דעם רבין דא
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

Browsing האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:ליכא מידא
די רבי זיע איז דאכציך איין יאר געווען אויף אפרי און אריזאנע, און ווי עס איז באקאנט האט ער עס נישט געגליכן דארט ער האט נאר שוין געוואלט אהיים פארן

איר זאלט לעבן ווילאנג איר ווילט אבער מישט נישט אריין דעם רבין דא

געהערט אמאל פון ר' זכרי' בראנער אז ווען די רבי זי"ע איז דארט געווען איז געקימען א גוי וואס האט געוואנט דארט וואס האט געקענט שיין מאלען, און ער האט זיך געשטעלט אינדרויסן און הויף ווי די רבי איז געזעצן און האט געמאכט א שיינע בילד דערפון, און ר' זכרי' האט דערציילט איז ער געווען ביים גוי אינדערהיים ווי ער האט עס געזעהן הענגן אויפן וואנט.

ווי אויכט איז דא דאכציך א קליפ פון אריזאנע ווי מען זעהט די רבי מיטן הויז בחור אהיים קימען צי די דירה ווי ער איז געווען

געהערט אמאל אז די סיבה פארוואס די רבי האט עס נישט געגליכן דארט צליב די טריקענע ליפט וואס עס איז דא דארט און עס האט אים געשטערט פאר די הכנות, מאי שאין כן און פלאדירע איז די ליפט א נאסע נישט אזוי טריקן
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דאס וועט נישט זיין קיין פראבלעם פאר די אידן וואס ווילן זיך אהין ציען?

וויפיל אזייגער איז חצות געווענליך דארט?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Programming האט געשריבן:דאס וועט נישט זיין קיין פראבלעם פאר די אידן וואס ווילן זיך אהין ציען?

וויפיל אזייגער איז חצות געווענליך דארט?

געווענדליך אינמיטן טאג :lol: :lol:
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אלט מאנרא האט געשריבן:ליכא מידא
די רבי זיע איז דאכציך איין יאר געווען אויף אפרי און טוסאן אריזאנע, און ווי עס איז באקאנט האט ער עס נישט געגליכן דארט ער האט נאר שוין געוואלט אהיים פארן

הא??? אין די אלע פלעצער וואס ער איז יא געווען? דער עיקר אז ער איז דארט געווען און עס מקדש געווען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

אלט מאנרא האט געשריבן:ליכא מידא
די רבי זיע איז דאכציך איין יאר געווען אויף אפרי און טוסאן אריזאנע, און ווי עס איז באקאנט האט ער עס נישט געגליכן דארט ער האט נאר שוין געוואלט אהיים פארן
מיר איז טאקע א חידש פארוואס זיי גייען נישט אויף טוסאן עס איז שוין דא דארט אידן וואס זענען דארט א גאנצץ יאר און ווינטער איז דא דארט היימישע משפחות וואס גייען אהין, אפשר נאכן הערן מער וואס זייער ציל איז וועל איך בעסער פארשטיין

וועגן נישט יעדער איז אויפגעוואקסן אין אלט מאנרא און טראכט יעדע זאך וועגן רבי זי"ע.. :lol: נאר א וויץ , אבער סיריעסלי גערעדט ווי קומט דא אריין רבי זי"ע?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אין אריזאנע איז דא אסאך אידישקייט. אבער נישט היימיש:
http://koshertravelinfo.com/listings/?l ... 11.0937311
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

אני הקטן האב ממש לעצטנ'ס געוויילט אויף אריבער א חודש איו טוסאן, דע וועטער איז געווען אריבער 100 פארענהייט, אין מיר האבן שפאצירט אנדערהאלבן שעה אויפן Sabino Canyon ווער עס איז שוין געווען אין טוסאן ווייסט וואס איך מיין, אין די העמד איז מיר נישט נאס געווען, יא מען מוז גאר גאר אסאך טרינקען, ווייל די לופט איז גאר טריקען דארט אין מען שפירט עס נישט אזוי שנעל וואס דאס קען ברענגען לידי סכנה, איך וואלט געזאגט אז אין ניו יארק 75 איז אזוי ווי דארט 105 איך רעדט שוין נישט פון די שיינע וועלט וואס איז דא דארט, אין נארמאלערע גוים וואס וואינען דאר,
בקיצור עס איז א מחי' ווען מען זאל ווען קענען וואינען דארט
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Idea האט געשריבן:איך גיי פאר דעם ווילאWOW

איך אויך...
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning האט געשריבן:
Idea האט געשריבן:איך גיי פאר דעם ווילאWOW

איך אויך...

גראדע אינעווייניג גארנישט ספעציעל זע איך יעצט
שויתי ה' לנגדי תמיד
נאך איינער

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

פארוואס גיין אזוי ווייט? איז נישט דא נענטערע סטעיטס וואס קענען צישטעלן די געברויכן פין די יודן וואס זיכן אהין צי מופן?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

קוקט אויס ווי א שיינע סטעיט, הלוואי זאלען יודען זיך צעשפרייטען לענגאויס דאס לאנד, סתם א הערה, אריזאנע האט אסאך שיינע קעקטוס ביימער, אבער אסאך געווענדליכע ביימער וואס אונז זעציר צוגעוואוינט טרעפט מען נישט דארטען, אויך גרינע גראז איז דארטען א זעלטענקייט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אלט מאנרא האט געשריבן:ליכא מידא
די רבי זיע איז דאכציך איין יאר געווען אויף אפרי און טוסאן אריזאנע, און ווי עס איז באקאנט האט ער עס נישט געגליכן דארט ער האט נאר שוין געוואלט אהיים פארן

משא"כ וומס"בג און ב"פ האט ער יא געגליכן?
פאר א סיבה האט ער געמאכט א שטעטל

יעצט קומטס מיר נישט אלע צום שטעטל, ווייל די שטעטל עקזעסטירט שוין נישט, ס'איז קיעה"ר א אידישע סיטי
אבער אויב ביסטו רבי ז"ל מיינדעד איז זייער קלאר וואס די רבי האט געוואלט, מאכטס נייע שטעטלעך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

טייערע חברים איך וואלט געוואלט האבן אביסל מער צייט יעצט צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגן און נייגעריגקייטן. אבער היות איך בין אביסל פארנומען אויף די מינוט וועל איך פראבירן ענטפערן וואס מער און די רעשטע ממשיך זיין שפעטער
ערשטענס כל ווי ערווענט זענען די ערשטע טייל נחשונים א געמיש פון עטליכע קרייזן בעיקר סאטמאר און יעדער איז א איד פאר זיך וואס גיבט די אפענקייט פאר יעדע סארט איד וואס זוכט דעם באשעפער. צווישן זיי זענען דא צוויי חשובע מורי הוראות (פריוואטע אינפארמעישן קען מען פרעגן אין אישי).
אויף דערווייל זענען נישטא צווישן די נחשונים אטעמען אדער הויט פראבלעמען סך הכל זענען דא צוויי וואס טענה'ן אז זיי האלטן נישט אויס די ווינטערדיגע קעלט אין ניו יורק און זיי האלטן סייווי אז מען ברויך אוועקמופן פון ניו יורק
לגבי די וועטער זעה איך ווי עטליכע האבן שוין מאיר געווען דעם ציבור און יעדער קען פרעגן פון א ידיד וואס איז שוין דארט געווען אדער אליין פארן אויספרובן אז ווען מען זעהט 105 אדער אפילו 110 דעגרי מיינט עס נישט און אדרבה קנאפע צוויי שעה צו פארן זענען דא פון די העכסטע און שענסטע בערג אין אמעריקא ווי די עסקנים ארבייטן צו אהערשטעלן א געשמאקע זומער פלאץ פאר זייער ביליג (נעמט אין אכט אז אריזאנע איז א שטארקע וואקאציע ארט און קומען אויף וואקאציע איז ביליגער ווי פלארידע אבער אויך טייער)
לגבי וואס אנדערע האבן ערווענט אז קריים איז נישט נידעריג. דארף מען מאכן א באזונדערע אשכול ווי אזוי אפצושאצן קריים. אין פאקט יעדער איינער שפירט זיך רואיגער אלץ קריים אין אריזאנע און אין קאסאגראנדע ווי אין ניו יורק אדער ניו זשערזי
לגבי כשרות און אנדערע אידישע צוגעהערן. אויף דערווייל זענען דא רעסטוראנטן אין פיניקס און סקוטסדעיל וואס זענען אויף א הויעכע כשרות סטאנדארד זייער שיין צוגעשטעלט און אויך ווייניגער פון האלב די פרייזן פון ניו יורק ווי אויך די פלייש געשעפט (גאר ערליכע איד מיט א היימישע וויזניץ'ע אינגערמאן פון מאנסי וואס ארבייט דארט) פארמאגט א אויסוואהל פון אלע פליישן אנגעהויבן פון התאחדות. סאלאמון'ס מיעל מארט און שור הבור וכו' אלעס פאר בערך א דריטל ביליגער פון ניו יורק (קען געעפענט ווערן באזונדערע אשכול פארוואס פלייש אין נ.י. איז טייערער). פיש איז אויך נישט קיין כשרות פראבלעמען און איז ביליגער ווי נ.י. פרוכט און גרינצייג איז דא פאר זייער ביליג אין אלע לאקאלע געשפעטן. אלע סארטן מילכיגס און אלע אנדערע פריזשידער אדער פריזער אייטעמס איז דא צו באקומען פאר ביליגער פון נ.י. צו פארדאנקן הרה"ק מטאהש זי"ע אלע אנדערע פראדוקטן וואס דארפן א הכשר איז דא א כשר'ע גראסערי וואס איז באמת טייער ווייל ער איז קליין און דארף זיך אויפהאלטן אבער די עסקנים ארבייטן און האלטן אויף א וועג צו האבן אויך די פראדוקטן פאר די זעלבע פרייזן ווי נ.י. - מקוואות איז אויך א זאך וואס מען ארבייט צו האבן ווי שנעלער א הערליכע מקוה ממש אין די נייע געגענט דערווייל זענען דא עטליכע מקוואות פאר טהרת המשפחה אין פיניקס אדער טוסון ווי אויך זענען אין ביידע מקומות פארהאן גאנצע וואך מענער מקוה פאר די וואס ווילן נישט גיין אין די סווימינג פול ביז די לאקאלע מקוה וועט זיין גרייט
די געגענט איז גאר א שטארקע מקום פאר פרנסות אפגערעדט פון איינער וואס קען ארבייטן ביי א פראפעסיונאלע קאמפאני זענען זיינע אפשעינס אומבאגרעיניצט מיט גאר הויעכע באצאלונג. פיניקס איז גאר א שטארקע מקום פרנסה נאך וואס ענדלאזע קאמפאניס רילאקעיטן אדער עפענען זיך אויף דיקא אין קאסאגראנדע אדער פיניקס. ווי אויך זענען אפען אסאך היימישע זשאבס וואס כל הקודם זכה ווי מלמדים. טיטשערס. שמש ביהמ"ד. אדמיניסטרעיטער. בייבי סיטינג. טעקסי (וואס איז אגב זייער א שטארקע זשאב וויבאלד עס קומען גאר אסאך טוריזם). גראסערי מאן. בעקערי. רעסטוראנט וכו' וכו' אפגערעדט פון די וואס האבן א אייגענע ביזנעס.
די קאסט אוו ליווינג איז אסאך ביליגער ווי נ.י. איך'על פארזעצן דעטאלן ביי אנדערע געלעדענהייט אבער עטליכע קליינע ביישפילן וואס ביים ענדע יאר נעמט שיך צוזאם צו גרויסע ציפירן. נישטא קיין ראוד טאלל'ס. גאזאלין איז ביליגער (נישט אין פיניקס נאר אין קאסאגראנדע) אויף די הויז הוצאות אליין שפארט מען זיך צווישן $20 און $50 טויזענט א יאר (ווענדט זיך אויב מען קומט פון וומ"ס. ב"פ. מאנסי. ק"י אדער לעיקוואוד)
שכר לימוד איז א באזונדערע שמועס וואס איך וויל פראבירן ממשיך צו זיין אין גיכן אבער די נקודה איז אז אריזאנע שטיצט זייער פריוואטע סקולינג. זיי גיבן נישט און דאך קען מען באקומען צווישן $600 און $800 פער קינד א חודש הסבר יבוא.
אויב האב איך עפעס אויסגעלאזט ביטע איבערפרעגן און איך'על פראבירן צו זיין עוועיליבעל אין גיכן
לעצט פארראכטן דורך טוהן צו די זאך אום זונטאג יוני 21, 2020 2:15 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פתחיה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פתחיה »

גוט באקאנט מען האט דעם רבין ארום געפירט אינעם ניי געבויעטן שטעטל קרית יואל בערוב ימיו מיט א קאר און געוויזן די שיינע נייע הייזער און גאסן און ער האט זיך אנגערופן "נישט דאס האב איך געמיינט".
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

האט די קראוד עפעס א ספעציעלע אגענדע? שאטס? קאמען קאור?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Programming האט געשריבן:דאס וועט נישט זיין קיין פראבלעם פאר די אידן וואס ווילן זיך אהין ציען?

וויפיל אזייגער איז חצות געווענליך דארט?

ברחבה -- דריי שעה שפעטער ווי ניו יארק...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

קלוגער האט געשריבן:קוקט אויס ווי א שיינע סטעיט, הלוואי זאלען יודען זיך צעשפרייטען לענגאויס דאס לאנד, סתם א הערה, אריזאנע האט אסאך שיינע קעקטוס ביימער, אבער אסאך געווענדליכע ביימער וואס אונז זעציר צוגעוואוינט טרעפט מען נישט דארטען, אויך גרינע גראז איז דארטען א זעלטענקייט

ווייניגער גראז ווי מאנסי מאנרא אדער לעיקוואוד אבער עטליכע מאל די גראז פון ניו יורק סיטי. ווי אויך אריזאנע פארמאגט די גרעסטע מייפל בוימער וואלד אין אמעריקא און ווי נאר מען גייט אביסל ארויס פון די וועלי איז עס אנגעפילט מיט הערליכע וועלדער און בערג כדומה צו שווייץ (פעקט טעשקער. אריזאנע פארמאגט מער בערג שפיצן פון שווייץ) ווי אויך פארמאגט אריזאנע א געוואלד מיט לעיקס און טייכן (פעקט טשעקער אריזאנע פארמאגט די מערסטע באוט'ס שיפן פון עני סטעיט אין אמעריקא מער פון פלארידע!!). אין די וועלי איז פארהאן אסאך סארטן ביימער גלייך צו ארץ ישראל ווי טייטלבוימער און כמעט אלע שבעת המינים ווי מילגרוים און איילבירטן
ווי אויך אלע דעוועלפאמענטס בויען אריין אילני סרק און עס קוקט אויס גאנץ אנדערש אזוי אויך אסאך מענטשן טוען דאס פריוואט ביי זיך אין בעק יארד
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

Goodmorning האט געשריבן:האט די קראוד עפעס א ספעציעלע אגענדע? שאטס? קאמען קאור?

אלע האבן איין כונה מיר מיינען נישט קיין כבוד. נישט קיין געלט. נאר דעם באשעפער....
yid
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

one way flight for $138
https://www.united.com/ual/en/us/flight ... Query=True

41 minutes from airport
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:האט די קראוד עפעס א ספעציעלע אגענדע? שאטס? קאמען קאור?

אלע האבן איין כונה מיר מיינען נישט קיין כבוד. נישט קיין געלט. נאר דעם באשעפער....

מער ספעציפיש?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

שמחתי באומרים לי אז א קבוצה היימישע אידן ציען זיך קיין אריזאנע.

האבענדיג באקאנטשאפט מיט עטליכע אידן וואס ליידן אויף הויט פראבלעמען, און וויינען שוין יארן אז זיי ווילן זיך ציען קיין אריזאנע, פארן קיין טוסאן/בראננער'ס קאסט אפ א הון תועפות:
טיקעטס פאר די גאנצע פאמיליע (צוליב דער פאקט אז געווענטליך פאר מען פאר היילונג פאר קנאפע 2 מאנאטן און עס איז שוין גרינגער מיטצונעמען דאס גאנצע געזינדל).
רענט פאר די ניו יארקער דירה .
עסן איז דארט ווי פארשטענדליך זייער טייער.
ווי אויך געווענטליך, וועלן טאטע /מאמע זיך אריבערכאפן- אין אזא לאנגע צייט אפשניט -כאטשיג 1 מאל קיין ניו יארק פאר ביזנעס, שמחות, וכדו'
אזא ישוב איז נישט נאר אן אויפטו אין "תחום המושב" , נאר פשוט א חסד פאר צענדליגע משפחות וואס דארפן די סארט קלימאט צום לעבן ממש.

פון מיין ערפארונג, האבנדיג געוויילט 2 פסחים דארט, (וואס איז ווערד א באשרייבונג פאר זיך), האב איך שטארקע קאנפידענס אין א נייע ישוב, הגם איך האב געווילט אין טוסאן וואס איז א קנאפע 3/4 שעה קיין קאסא גראנדע, איז עס אבער די זעלבע קלימאט.
עס איז טאקע זייער הייס דארט, אבער נישט האמיד, מיר האבן שפאצירט דארטן דעם ערשטן טאג פסח 6 מייל! און אויסער פארניצן עטליכע פלעשלעך וואסער האט עס גארנישט אויסגעמאכט ,נאך 2 מינוט זיצן אין אן עירקאנדישענד שטוב איז מען געווען געהעריג ביי זיך.

לגבי אידישקייט. אין טוסאן איז ווי באקאנט דא די חב"ד שול מיט שוואכערע סארט אידן. 90% זענען געקומען שבת און יו"ט מיט די קארס.
ווי אויך איז דא רב ישראל בעקער'ס שול, מער אן ערענסטע עולם, טאקע זייער אומוויסנד אבער ערליך. די פארקינג לאט ווערט פארשפארט אויף שבת ויו"ט. ווי אויך איז רב בעקער א תלמיד פון היגע ליטווישע ישיבות און א שטארקע בן תורה.

אין פיניקס איז דא א גרויסע (רעלאטיוו) אידישע באפעלקערונג ווי אויך אין סקאטסדעיל, מיט אידישע געשעפטן, שולן, און מקוואות, (אין טוסאן אליין איז אוך דא 3 מקוואות אין בראננערס,חב"ד, און בעקער.) אבער היבש ווייט פון טוסאן.
קאסא גראנדע איז געאגראפיש היבש א גוטער אויסוואל, ווי אנדערע האבן געשריבן, זייענדיג צווישן די 2 גרעסערע שטעט טוסאן און פיניקס.

און אריזאנע איז אויך דא פלעצער ווי צו פארן אין די שטארק הייסע זוממערס. אין פאקט דאס רוב טוסאן פארט אוועק אויף זוממער צוליב די היצן, און די יערליכע שטארקע רעגנס וואס פארפלייצן די שטאט, (עס זענען דא ספעציעלע אפלויפן לענג אויס די שטאט וואס זענען ספעציעל געמאכט פאר די פארפלייצונג סעזאן) אסאך פארן קיין פלעגסטעף, א 40 מינוט פארן צו די גרענד קעניאנס. וואס איז צוליב די עלעוועיטן פון דער שטאט, איז עס ממש א קלימאט פון צפון מזרח פאראיינינגטע שטאטן, א שטייגער ווי ווערמאנט, ניו העמפשעיר, און מעין.
עס איז דא דארט די נידל ביימער, פיין ביימער, עווערגרין ,און נאך. ווי אויך די בעלי חיים זענען דא דארט וואס מען קען טרעפן אין נארט איסט יו עס. פארהאן דארט א חב"ד סענטער וואס האט לעצטנס געבויט א ברענד ניו געביידע (דאס ערשטע מאל פסח האבן מיר דארט געדאוונט שחרית חוה"מ זייענדיג אויפן וועג צו די קעניאנס, איז געווען אן אפיל פון דעם רב פאר א מקווה ,נאך וואס די נענסטע מקווה איז געווען דאן אין פיניקס א 3 שעה וועג, דאס צווייטע מאל האבן געזעהן די בילדער פון דעם חנוכת הבית...) ווי אויך קען מען פארן קיין קאלאראדא צו די ראקיס באקאנט אלץ די שווייץ פון אמעריקע בקיצור גארנישט אנדערש ווי א זוממער דא אין ניו יארק

איך דעם נייעם ישוב אסאך הצלחה ישכון ה' באהליכם אמן
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”