ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אהער און אהין האט געשריבן:דער חרדישער ווילעדזש אוו סעווען ס

עס איז צום האפן אז דער ריזן שטח פון טויזענט אקער לאנד גרייט צו צומאלן ווערן אונטער די בולדאזער'ס צו געבן פלאץ פאר צענדליגער טויזענטער פרישע קאנדאס און פריוואטע הייזער, זאל ווי אמשנעלסטן טאקע קענען געזאגט ווערן דארט 'דא וואוינט א איד'!


גוטע נייעס ב"ה.

אבער אויף די לעצטע פאראגראף בין איך שטארק מחולק, צענדליגער הייזער אויף יעדע עיקער איז זייער נישט קיין געוואונטשענע זאך.
עס איז צום האפן אז די לאנד אייגענטומער זאלן נישט אנשטאפן די פראפערטיס מיט וואלקענקראצער געביידעס, נאר ענדערש בויען שיינע סינגעל פאמיליע הייזער אדער דופלעקס געביידעס, נישט מער ווי פיר פינף הייזער אויף א עיקער.
אפסטעיט טאר נישט אויסזעהן ווי קיין סיטי, און אידן דארפן האבן עפעס גראז צו שמעקן כדאי צו האבן אביסעל הרחבת הדעת, אז נישט דארף מען ליידער אנקומען צו אנדערע ערליי געווירצן.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

בר דעת האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דער חרדישער ווילעדזש אוו סעווען ס

עס איז צום האפן אז דער ריזן שטח פון טויזענט אקער לאנד גרייט צו צומאלן ווערן אונטער די בולדאזער'ס צו געבן פלאץ פאר צענדליגער טויזענטער פרישע קאנדאס און פריוואטע הייזער, זאל ווי אמשנעלסטן טאקע קענען געזאגט ווערן דארט 'דא וואוינט א איד'!


גוטע נייעס ב"ה.

אבער אויף די לעצטע פאראגראף בין איך שטארק מחולק, צענדליגער הייזער אויף יעדע עיקער איז זייער נישט קיין געוואונטשענע זאך.
עס איז צום האפן אז די לאנד אייגענטומער זאלן נישט אנשטאפן די פראפערטיס מיט וואלקענקראצער געביידעס, נאר ענדערש בויען שיינע סינגעל פאמיליע הייזער אדער דופלעקס געביידעס, נישט מער ווי פיר פינף הייזער אויף א עיקער.
אפסטעיט טאר נישט אויסזעהן ווי קיין סיטי, און אידן דארפן האבן עפעס גראז צו שמעקן כדאי צו האבן אביסעל הרחבת הדעת, אז נישט דארף מען ליידער אנקומען צו אנדערע ערליי געווירצן.

דארפסט פארשטיין אז די גאנצע ווילעדזש מעשה האט נאר איין מטרה. צו קענען בויען און מאכן (אסאך) געלט.
אויב ווילן זיי בויען פריוואטע הייזער צושפרייט קענען זיי עס טוען אהן א אייגענע ווילידזש אויך. די זאונינג ערלויבט עס.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

פעטער שמואל האט געשריבן:דארפסט פארשטיין אז די גאנצע ווילעדזש מעשה האט נאר איין מטרה. צו קענען בויען און מאכן (אסאך) געלט.
אויב ווילן זיי בויען פריוואטע הייזער צושפרייט קענען זיי עס טוען אהן א אייגענע ווילידזש אויך. די זאונינג ערלויבט עס.


די זאונינג ערלויבט עס נישט, און אפילו וואס יא איז א שווערע דורכגאנג, זינט די געשלעג מיט די פאלם-טרי ענעקסעישאן זענען זיי געווארן זייער שטרענג און איינגעצוימט.

נאכן אריינגעבן די פעטיציע, זענען די טאון באאמטע געקומען צולויפן אז זיי וועלן גרינגער מאכן די זאונינג, אבער דער לויער האט 'קלאר געזאגט' אז מיר זוכן נישט קיין זאונינג טוישן, מיר ווילן בלויז קענען קאנטראלירן אונזערע שטחים.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

די איצטיגע זאויניג ערלויבט נישט גארנישט. אפילו די אנגענומענע מאדער ענד דאדער. איז אויך זייער שווער
פון די אנדערע זייט האף איך אז עס וועט זיין א מיטל וועג. נישט קיין פיר שטאקיגע וואלקען קראצער. נאר פיר פינעף הייזער אויף א ענקער.
אחוץ דעם די ראוידס דארט. פארטראגען אפילו דאס אויך נישט. סעווען ספרינג ראוד און מאונטען ראוד זענען געבויעט פאר איין הויז אויף פינעף עיקער. אפשר
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

זיסע חלומות ,טאמער עס וועט דורעכגיין וועט זיין אדער איין פאמיליע הייזער אויף א פערטעל עיקער פאר א מעלאונע אדער 30 קליינע קאנדאס אויף א עיקער ווי שכונות ויואל משה, איך וועל נישט זיין סופרייזט טאמער כאב אינטערגעשאצט
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די פרייז פון קרית יואל וועט לכאורה פארבלייבן הויך, אבער די קאמפעטישן צווישן אנשי פאלם-טרי און אנשי סעווען ספרינגס קען אפשר ברענגן עפעס סטאביליטעט.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

סווענט זיך אלעס.אין וואספארא זאונינג די נייע פראפאזעד ווילידש וועט דורך פירען.
און יואליש'ל.ווען סווערט אוועיליבל איבער טויזענט עיקער. קען מען נישט בויען אזוי
און אודאי נישט בעטן דעם פרייז...
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אויב די טאון אפעלירט עס נישט גייט עס ווארשיינליך ווערן באשטעטיגט אדער ס'איז בילל נישט זיכער?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

לערענטס ענק שוין אויס פון פלאנען צו ווערן עפראווד און ביזן זען דירות צו וואינען איז פאלג מיך א גאנג , יעצט ווען ארענזש קאונטי מישט זיך שוין עמטליך אריין לאקאל מיט סוער און וואסער , וועט דאס נעמען יארן יארן לאנג מילד גערעדט,פשוט קוקטס היסטאריע די לעצטע 10 יאר פון אלע גרויסע דעוועלעפמענטס אין קרית יואל
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

סארקאזי האט געשריבן:סווענט זיך אלעס.אין וואספארא זאונינג די נייע פראפאזעד ווילידש וועט דורך פירען.
און יואליש'ל.ווען סווערט אוועיליבל איבער טויזענט עיקער. קען מען נישט בויען אזוי
און אודאי נישט בעטן דעם פרייז...

וואס איז אנדערש אז מען בויעט יעצט די הינער שטייגען אויפן סטעיט פאליס ראוד ? וואס יעדער איז מודה אז דאס זעט נישט אויס צו גוט , ווען די קענסט מופן אין בלומינגראוו וואס איז שוין היינט צוטאגס נישט קיין דארף און וואינען ווי א מענטש פאר די זעלבע פרייז כמעט
נאר וואס דען עס איז דא גענוג פאר ביידע ,אייביג וועלן מענטשן ווילן וואינען ברייט און געשמאק און אנדערע אין א טשולענט
פארגעס נישט קרית יואל אליינס דארף 400 נייע דירות יערליך , מיט צווייטע היימען און פון די שטאט , איז 500 מיט א שמוץ אריבער
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

אין די שארט טערם איז ממש נישט מעגליך צו בויען גרויסע קאנדאמיניומס אין די נייע ווילעדזש. קודם כל, זיי האבן נישט קיין סוער און שווערליך וואסער. ממילא גרויס געלט איז נישט מעגליך צו מאכן אין די שארט טערם. ממילא צו מאכן געלט אין די שארט טערם קען מען נאר מיט קליינע פראדזשעקטס וואס קענען ניצן קוועלער און סעפטיקס. צווייטנס, עס איז נישט דא גענוג מענטשן אנצופילן אסאך ריזיגע קאנדאמיניומס אין די שארט טערם. דריטנס, לו יהא זיי זאלן האבן וואסער און סוער, פאר אן עסטעבלישד ווילידזש דארט צווישן 5 און צען יאר צו פערטיגן א פראדזשעקט, כל שכן פאר א ווילידזש וואס האט נאך גארנישט.

אין די לאנג טערם, אין קרית יואל, אריינגערעכנט אלע מוסדות, האבן זיי כמעט 500 מיידלעך פער גרעיד, כ"י, אין די קלענערע קלאסן, אויב נישט מער. די אלע וועלן דארפן דירות אי"ה. דאס איז אן רעכענען די אלע וואס וועלן קומען פון שטאט ווייל עס איז נישטא גענוג דירות דארט. ממילא, ווי פיל מען וועט בויען וועט נישט זיין גענוג.
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

א סוער פלענט קענען זיי בויען,אדער וועלן זיי זיך קאננעקטען צו פאלם טרי פאר בוער און וואסער און אויסהאמערן א דיעל צום סוף
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

ווילעדזש אוו מאנראו האט גענוג און נאך וואסער צו פארקויפן
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די אייגנטומער פון די שטחים האבן שוין געקויפט די פראפערטיס פאר דרייסיג-פערציג יאר צוריק פאר ניסלעך, אין אנדערע ווערטער זיי האבן נישט אינוועסטירט געלט וואס זיי דארפן צוריק מאכן ווי למשל אין קעי זשעי האבן בראך-ווערצבערגער געקויפט אכט עיקערס פון לעפקאוויטש פאר כאמן שלימים! און זיי דארפן צוריק מאכן זייער געלט פלאס פלאס

מיין פוינט זי אז פאר די אייגנטומער איז עס הכל ריווח וויפיל זיי מאכן און אפילו מיט די מינימאלסטע זאונונג ווי עס איז דא אין טאון אוו מאנרא קענען זיי שארן מיליאנען און וועט האבן ווייניגער קאפ וויי וועגן סוער און וואסער

צא ובדוק די זאונונג וואס די אינוועסטערס האבן פארגעשלאגן אין בלומינג גראוו

איינע פון די פאזיטיווע אפעקטן וואס די נייע וויליזש קען האבן איז אז מוסדות ויואל משה האט אירע מוסדות שטחים אין די נייע וויליזש און זייער שווער בויען דארטן נאך בנינים צוליב די זאונינג און האפענטליך וועט מען בקרוב קענען ימין ושמאל תפרוצו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

לויט די יעצטיגע זאונינג אין די טאון וויפיל קען מען בויען אויף א עיקער? איך רעד ווען איינער האט א קליינע שטח פון 2-3 עיקער.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

קרייסלער האט געשריבן:די אייגנטומער פון די שטחים האבן שוין געקויפט די פראפערטיס פאר דרייסיג-פערציג יאר צוריק פאר ניסלעך, אין אנדערע ווערטער זיי האבן נישט אינוועסטירט געלט וואס זיי דארפן צוריק מאכן ווי למשל אין קעי זשעי האבן בראך-ווערצבערגער געקויפט אכט עיקערס פון לעפקאוויטש פאר כאמן שלימים! און זיי דארפן צוריק מאכן זייער געלט פלאס פלאס

מיין פוינט זי אז פאר די אייגנטומער איז עס הכל ריווח וויפיל זיי מאכן און אפילו מיט די מינימאלסטע זאונונג ווי עס איז דא אין טאון אוו מאנרא קענען זיי שארן מיליאנען און וועט האבן ווייניגער קאפ וויי וועגן סוער און וואסער

צא ובדוק די זאונונג וואס די אינוועסטערס האבן פארגעשלאגן אין בלומינג גראוו

איינע פון די פאזיטיווע אפעקטן וואס די נייע וויליזש קען האבן איז אז מוסדות ויואל משה האט אירע מוסדות שטחים אין די נייע וויליזש און זייער שווער בויען דארטן נאך בנינים צוליב די זאונינג און האפענטליך וועט מען בקרוב קענען ימין ושמאל תפרוצו

זייער א ריכטיגע סברה אבער שתי תשובות בדבר.
1) יעדער וויל ארויסנעמען די מאקסימום וואס ער קען. אפגעזעהן צו ער קען זיין צופרידען מיט ווייניגער. ביי עשירים און ביזנעסלייט וועסטו קיינמאל נישט הערן אזא סברה אז סאיז מיר גענונ ווייניגער.
2) די צוויי דריי עשירים וואס באזוצען רוב פון די פראפערטי.
זיי פינאנצירען די אלע ליגאלע קאסטען פון די לויערס וכדומ.' ממילא ווענט זיך לויט וויפיל געלט זיי וועלן דארפען אריינבאכענען ביז זיי וועלן קענען בויען.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בר דעת האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:אפסטעיט טאר נישט אויסזעהן ווי קיין סיטי, און אידן דארפן האבן עפעס גראז צו שמעקן כדאי צו האבן אביסעל הרחבת הדעת, אז נישט דארף מען ליידער אנקומען צו אנדערע ערליי געווירצן.

:lol:
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

ווער טאקע זענען די בעל בתים פון די פראפערטיס דארט?
איז אינקלודעט פראפערטיס אין בלומינגראוו אויך? ווי למשל די פראפערטי פון יוסף פנחס סטרוליוויטש קאנעקטעד צו זשמיגראד בית המדרש אין בלומינגראוו איז אויך אין די נייע ווילעזש למשל ? און די פראפערטי פון אברהם בער יאקאבאוויטש קאנעקטעד צו די בית המדרש חסידי מהר"יי אין בלומינגראוו איז למשל אין די נייע ווילעזש?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

עה בכלל נישט.
סענדיגט זיך אינמיטען מאונטען ראוד ביי דשאן עלעגראוי.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

סא וועלכע פראפערטיס רעדט מען פון? ווי זענען די גרויסע און ווער?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

סארקאזי האט געשריבן:1) יעדער וויל ארויסנעמען די מאקסימום וואס ער קען. אפגעזעהן צו ער קען זיין צופרידען מיט ווייניגער. ביי עשירים און ביזנעסלייט וועסטו קיינמאל נישט הערן אזא סברה אז סאיז מיר גענונ ווייניגער.


גערעכט, אבער פאר טייערע דירות ברויך מען נישט קריכן אזוי ווייט, אויב זיי ווילן קענען ארויסנעמען זייער געלט שנעל וועלן זיי נישט אינוועסטירן צייט און געלט אין ריזאנונג און אין ענדלאע לעגאלע פראצעדורן מיט די שכינים אדער קאונטי וכו׳ נאר בויען לויט די יעצטיגע טאון זאונונג, און פאר א בעסערע פרייז אדער עכ״פ די זעלבע ווי אין שטעטעל,דאס מיינט אז מבאקומט אסאך מער אין וועליו

מיין פוינט איז אז זיי זענען זייער פלעקסיביל וויבאלד זיי דארפן נישט קאווערן די קאסט פון די פראפערטי

2) די צוויי דריי עשירים וואס באזוצען רוב פון די פראפערטי.
זיי פינאנצירען די אלע ליגאלע קאסטען פון די לויערס וכדומ.' ממילא ווענט זיך לויט וויפיל געלט זיי וועלן דארפען אריינבאכענען ביז זיי וועלן קענען בויען.

די גאנצע לעגאלע קאסטן קומט נישט צו א שיבוש וויפיל די פראפערטי פרייזן לויפן אין שטעטל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

http://blogs.hudsonvalley.com/fray/2020 ... -villages/



A new bill by state Sen. James Skoufis would raise the threshold and add new requirements for incorporating new villages in New York, a consequential step that can be done with little more than 500 inhabitants and a vote by the adults in that area under state law.

A proposal introduced last week by the Cornwall Democrat would lift the minimum population to 2,500 and remove a provision enabling the owners of at least 50 percent of the property value to petition for the new village. Striking that language leaves only one path to a legal petition: by getting at least 20 percent of the area’s voters to sign it.

Skoufis’ bill also would require petitioners to submit a proposed operating budget and capital plan for the municipality they’re seeking to create; a description of the municipal services their village would provide and how it would do so; and five years of property-tax projections for both the proposed village and the rest of the town in which it’s formed.

The state comptroller would review those documents to certify the “financial feasibility” of the proposed village, and could reject the petition if the village would pose an “undue burden.”

Skoufis and several other lawmakers in the Senate and Assembly had made various other proposals last year to raise the low bar for forming a village, none of which made it into law. In Skoufis’ case, the impetus was the push to establish a 1.9-square-mile village in northern Monroe that had only about 600 inhabitants. That petition for the Village of Seven Springs is still pending, awaiting appeals-court rulings in two separate lawsuits.

If approved by the Legislature and signed into law, the Skoufis bill would apply to Seven Springs and any other village petitions that haven’t advanced to a referendum when the law takes effect.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איז דאך שוין געווען אזא ביל וואס האט דורך געמאכט אלע שטאפלען פונעם געזעץ. און איז געווארען געוויטאויט ביים גאווערנער.
איז מיט וואס איז דער ביל אנדערש. פשוט נאך א פארצווייפעלטע פראוו.?
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

סארקאזי האט געשריבן:איז דאך שוין געווען אזא ביל וואס האט דורך געמאכט אלע שטאפלען פונעם געזעץ. און איז געווארען געוויטאויט ביים גאווערנער.
איז מיט וואס איז דער ביל אנדערש. פשוט נאך א פארצווייפעלטע פראוו.?


איך גלייב אז אויב סגייט אדורך סענאט סעמבלי וועטעס אויך וועטאירט ווערן און עקסטער געשלעפט ווערן אין געריכט פעדעראל.
אבער שאטן קען א קאץ אויך
הלואי ווען מע'קען ווען נעגאשיעטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

lebediger berel האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:איז דאך שוין געווען אזא ביל וואס האט דורך געמאכט אלע שטאפלען פונעם געזעץ. און איז געווארען געוויטאויט ביים גאווערנער.
איז מיט וואס איז דער ביל אנדערש. פשוט נאך א פארצווייפעלטע פראוו.?


איך גלייב אז אויב סגייט אדורך סענאט סעמבלי וועטעס אויך וועטאירט ווערן און עקסטער געשלעפט ווערן אין געריכט פעדעראל.
אבער שאטן קען א קאץ אויך
הלואי ווען מע'קען ווען נעגאשיעטן

מיט א וויסטע שונא ישראל וואס זאגט עס אפען איז נישדא וואס צו פארהאנדלען, (איך פלעג אמאל זיך רעגן ווען איינער שרייבט אזוי ווען אנטעסעמיטיזים ,אבער סאיז א פאקט ,סקאופיס איז א וויסטע שונא ישראל און ער באהאלט עס נישט ,נישדא וואס צוטין מיט אים)
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”