"וואקסענדע דירות סופליי" אין קר"י, איז א לעזונג פאר וויפיל פראצענט?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

בעזרת הבורא האט געשריבן:
טייערע הארציגע ברודערלעך רוב אדער אלע מארגעדזש בראוקערס וועלן זיך גערן אראפזעצן מיט אייך ארויס ציהעלפן מיט אייערע נומערן,



יא, עס איז ריכטיג אז די מארגעדזש בראוקערס קענען ארויסהעלפן מיט די נומערן.

די מעשה איז נאר, איך קוק צו וואו מיינע ברודערלעך זענען אנגקומען מיט די בראוקערס... מ'ברעכט אונטער ל"ע! דער בראוקער וועט דאך נישט מאכן דעם טיי אווענט.. יא, ער וועט קומען, און אפשר זיך משתתף זיין מיט א צוואנציגער.. ס'איז אבער נישט זיין עול און רעספאנסעביליטי אז דער קונה זאל באמת טון נאר וואס ער מעג.

און ח"ו איך באשולדיג נישט די בראוקערס, זיי טוען זייער ארבעט. די מציאות איז אבער, ווען א מענטש קומט אריין אין די Mode פון קויפן א דירה, ווערט ער עקסיידעט, ס'הייסט, די חלום ווערט א ריעליטי! ער דערזעט זיך שוין ארויס פון זיין יעצטיגע ענגע דירה, מ'גייט מער נישט דארפן צאלן רענט פאר יענעם, און ער פאלירט דעם שכל צו טראכטן גראד.

דער מוכר שמירט די רעדער פון איין זייט, און דער מארגעדש בראוקער וואס וויל דאך אויך אז די סעיל זאל געשען שטייט פון די צווייטע זייט, די שכל שרייט פון די דריטע זייט, ר' איד, וויאזוי גייט מען דאס באצאלן??

געט מען א שלינג און מ'זאגט "אחרי רבים להטות", און מ'איז זיך מחזק אז למעשה איז דאך נישט דא קיין אנדערע אפציעס. און שוין, מקח געשלאסן!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

לעיני דו ווילסט יעדעם באשולדיגען אויזער דעם קונה

פארוואס דארף דער ריעל עסטעיט בראוקער אדער מארטגעטש בראוקער מאכן דעם מענטשנס חשבונות

יעדער אינגערמאן דארף אליינס מאכן זיין חשבון וועלכע הויז און וויפיל מארטגעטש ער קען עפארדען

נישט אזוי?
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

אין די גוישע /בענק וועלט איז אנגענומען אז ביז א דריטל פון די אינקאם מעג גיין פאר מארגעדש/טעקס, אבער ביי אידן איז די כלל נישט שייך, ביי אונז וואלט מען געקענט זאגן אז א פערטל פון די אינקאם איז שוין אויך אסאך פאר דירה געלט, נאך וואס מיר צאלן גרויסע שכר לימוד ביללס + הוצאות הבית קעי"ה הוצאות שב"יוט, שמחות ועוד אידישע הוצאות,
איז פאר א מארגעדש פון 2500 +א חודש "דארף מען ווען" פארדינען 10,000 'צען טויזענט דולר א חודש' אז מען זאל נישט זיין אין א חודש'ליכע דעפיציט......
די לעזונג,? ווייסט איין באשעפער , ,
'ומאתים לנוטרים את פריו'
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

א געדאנק פון יובל. קרקע. די וואך אין די סדרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

א געדאנק פון די וואך אז מען האט געלערנט פון שמיטה און יובל, בנוגע דירות
א גיטע וואך
איך האב מיך שבת מתבונן געווען. די אידן זענען אריין אין ארץ ישראל. יעדע שבט האט באקומען א אחוזה אין קרקע אין ארץ ישראל. יעדע איד פון א שבט האט באקומען א פראצענט פון די שבט'ס נחלה
סא וואס געשעט אבער אז א איד ווערט ארים און ער דארף פארקויפן זיין פראפעטי וועלן די אייניקלעך נישט האבן ווי צי וואוינען פאר קאסט פרייז( די פראפעטי חלק) אדער אז עס קימט א עושר און קויפט אפ אין א הינגער יאר פראפעטיס וועלן די אייניקלעך נישט האבן קיין קרקע ווי צי וואוינען און וועלן דארפן ארבעטן איבער די כוחות האט די תורה געזאגט אז מען קען נישט פארקויפן קיינע פראפעטיס, מען קען נאר ארויסנעמען א ליעס פאר ביז יובל אזוי וועלן אלע אידן האבן די מעגליכקייט צו האבן א קרקע א אחוזת עולם לו ולזרעו אחריו בחינם צי קענען האבן רואיג א דאך איבערן קאפ

יושר איז דערווייל געשטארבן, ביז משיח וועט קומען בקרוב ממש
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

לעיני כל הקהל האט געשריבן:
בעזרת הבורא האט געשריבן:
טייערע הארציגע ברודערלעך רוב אדער אלע מארגעדזש בראוקערס וועלן זיך גערן אראפזעצן מיט אייך ארויס ציהעלפן מיט אייערע נומערן,



יא, עס איז ריכטיג אז די מארגעדזש בראוקערס קענען ארויסהעלפן מיט די נומערן.

די מעשה איז נאר, איך קוק צו וואו מיינע ברודערלעך זענען אנגקומען מיט די בראוקערס... מ'ברעכט אונטער ל"ע! דער בראוקער וועט דאך נישט מאכן דעם טיי אווענט.. יא, ער וועט קומען, און אפשר זיך משתתף זיין מיט א צוואנציגער.. ס'איז אבער נישט זיין עול און רעספאנסעביליטי אז דער קונה זאל באמת טון נאר וואס ער מעג.

און ח"ו איך באשולדיג נישט די בראוקערס, זיי טוען זייער ארבעט. די מציאות איז אבער, ווען א מענטש קומט אריין אין די Mode פון קויפן א דירה, ווערט ער עקסיידעט, ס'הייסט, די חלום ווערט א ריעליטי! ער דערזעט זיך שוין ארויס פון זיין יעצטיגע ענגע דירה, מ'גייט מער נישט דארפן צאלן רענט פאר יענעם, און ער פאלירט דעם שכל צו טראכטן גראד.

דער מוכר שמירט די רעדער פון איין זייט, און דער מארגעדש בראוקער וואס וויל דאך אויך אז די סעיל זאל געשען שטייט פון די צווייטע זייט, די שכל שרייט פון די דריטע זייט, ר' איד, וויאזוי גייט מען דאס באצאלן??

געט מען א שלינג און מ'זאגט "אחרי רבים להטות", און מ'איז זיך מחזק אז למעשה איז דאך נישט דא קיין אנדערע אפציעס. און שוין, מקח געשלאסן!


האלאו,
ווען דער עני לויפט קיין קערעסטיר / מירון / מעזבוז / ראדאשיץ נסיעות און פאר׳חובות׳ט זיך, ווער דרייט אין דעמאלט דעם קאפ?

ווען דער אביון גייט אין קאנטרי און צאלט 8 אלפים אדער מער א זומער, ווער איז דעמאלט שולדיג? אויף וועמען טייטלט מען דעם גרויסן אצבע!

ווען דער דל מאכט א וואך-נאכט פאר $3000, ווייל ער מוז געפעלן זיינע חבירים... ווער איז דעמאלט עובר אויף יעצנו רע!

סטאפ רחמנות האבן ביים קויפן א דירה.

האב רחמנות אויף דעם דל, ווען ער רייסט זיך אויף מיט זיין שיינע יוקאָן וואס ער קען ליידער נישט באצאלן...
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

ווייזער האט געשריבן:
האלאו,
ווען דער עני לויפט קיין קערעסטיר / מירון / מעזבוז / ראדאשיץ נסיעות און פאר׳חובות׳ט זיך, ווער דרייט אין דעמאלט דעם קאפ?

ווען דער אביון גייט אין קאנטרי און צאלט 8 אלפים אדער מער א זומער, ווער איז דעמאלט שולדיג? אויף וועמען טייטלט מען דעם גרויסן אצבע!

ווען דער דל מאכט א וואך-נאכט פאר $3000, ווייל ער מוז געפעלן זיינע חבירים... ווער איז דעמאלט עובר אויף יעצנו רע!

סטאפ רחמנות האבן ביים קויפן א דירה.

האב רחמנות אויף דעם דל, ווען ער רייסט זיך אויף מיט זיין שיינע יוקאָן וואס ער קען ליידער נישט באצאלן...

אנטשולדיג מיר רוב רובם מאחינו בני ישראל וואס ארבעטן שווער פאר פרנסה מאכן 'נישט' וואך-נאכטס פאר דריי אלפים, און פארן נישט פינף מאל א יאר אויף נסיעות און האבן נישט קיין יוקאן'ס,
אבער צאלן יא גאר גרויסע דירה געלט, און צאלן יא גרויסע שכ"ל בילסס און מיטשען זיך דורך צושטיפן נאך א חודש,

יא, פאר א דירה געקלויסט 15 יאר צוריק צאלט מען " צוויי טויזענט" דולער מארגעדש ווייניגער א חודש, ווי א דירה היינט צוטאגס,

און אז די דעמאלטסדיגע קלאזערס - היינטיגע מחותנים, האבן נישט חתונה צומאכן, וואס זאל מען זאגן אויף די היינטיגע קויפערס וואס צאלן 25,000 דולער מארגעדש מער א יאר,
אם בארזים נפלו, מה יענו אזובי קיר...
'ומאתים לנוטרים את פריו'
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פארוואס מען קען נישט גענצליך באשולדיגן דעם קונה אז ער מאכט נישט קיין ריכטיגן חשבון, ווייל מענטשן זענען דריגענד אנגעוויזן אויף א דירה, און דא באקומט ער עס צוגעטיילט אויף א גאלדערנעם טאץ. ער דארף בלויז אראפלייגן די דאון פעימענט און סיינען עטליכע פאפירן. איי וויאזוי וועט ער דאס באצאלן? דער תירוץ איז, אז מענטשן קוקן נישט אן א מארגעדזש ווי א הלואה. מען באטראכט דאס ווי אן הוצאה. גענוי ווי חתונה מאכן אדער שכ"ל. נו מ'עט זיך שוין אן עצה געבן. עס וועט דאך זיין מיט די יארן הכנסות אויך.

די מצב וואס איז אנטשטאנען די לעצטערע יארן אז דאס קויפן א דירה איז די פיינאנציעלע אינוועסטמענט פון לעבן, די איידיע אז א דירה איז נישט קיין לעבנס-געברויך נאר אן "עסעט", האט אויך פאראורזאכט אז די פרייזן זאלן דראסטיש שטייגן.
אוועטאר
ארבעטער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 9:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטער »

בבל האט געשריבן:
לעיני כל הקהל האט געשריבן:די נישט אידישע פינאנציעלע עקספערטן זאגן אז א מענטש טאר נישט ספענדן מער 28 פראצענט פון זיין גראוס אינקאם, פאר זיין הויז. איר קענט עס זען דא https://www.bankrate.com/calculators/mo ... lator.aspx

!

איך האב אריינגעלייגט אידישע עקספענס פין שכ'' ל 1200$ א חודש( ביי די קאר עקספענס ), אריינגעלייגט אז מען מאכט זייער שיין 2000 א וואך, אריינגעלייגט אז מען האט נישט קיין קאר.אריינגעלייגט אז מען האט 50 טויזענט פאר די דאון פעימענט.
ער לאזט נישט קויפן העכער 305.000 $
אז איך לייג צי א קאר 400 $ א חודש( אינשורענס געז טאלל ליעס פעימענט ) לאזט ער נישט קויפן העכער $200,256.53


ערעב איד, האסט נישט אריינגעלייגט וויפול קינדער די האסט, ווי מער קינדער מען האט צאלט מען ווייניגער אינקאם טעקס,

ביי א גוי גייט רוב וועידזעס פאר אינקאם טעקס, ביי א איד גייט רוב וועידזעס פאר די קינדער ( שכ"ל אד"ג) סוי באדעם ליין איז עס בערך די זעלבע, זוי מיין איך.
לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

מצב כללי האט געשריבן:לעיני דו ווילסט יעדעם באשולדיגען אויזער דעם קונה

פארוואס דארף דער ריעל עסטעיט בראוקער אדער מארטגעטש בראוקער מאכן דעם מענטשנס חשבונות

יעדער אינגערמאן דארף אליינס מאכן זיין חשבון וועלכע הויז און וויפיל מארטגעטש ער קען עפארדען

נישט אזוי?


ח"ו, כ'וויל קיינעם נישט באשולדיגן. און אזוי ווי דו זאגט, דער ריעל עסטעיט אדער מארטגעדש בראוקער זאלן נישט מאכן די חשבונות, נאר יעדער יונגערמאן זאל אליינס מאכן דעם חשבון.

לויט די מצב פון וויפיל אידן ברעכן ליידער אונטער ל"ע, זעט אויס אז מענטשן מאכן נישט דעם ריכטיגן חשבון בעפארן אריינשפרינגן.

ועל זה אנו דנין: לויט די פארדינסטן פון רוב ציבור, איז דער "וואקסנדע דירות סופליי" אין קר"י א לעזונג? און אויב יא, וויפיל דארף מען פארדינען א וואך, צו פארעכנט ווערן צווישן די וואס פאר זיי איז עס די לעזונג?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

די וואקסענדע דירות סופליי געפינט זיך נאר אינעם ראם פון הקריה.
די מינוט וואס איר פארמאכט די בלעטער און איר גייט ארויס אויף די גאס זעהט איר. אז דאס איז אילוזיעס
איר זאלט אייך פרעגן די פאר פראגען.
איך וויל היינט קויפן א דירה צו קענען מאפען אין א האלב יאר ארום ווי איז דא צו געפינען?
און וויפיל קאסט עס
שכונת ויואל משה ווערט כמעט דריי יאר פון ווען מהאט עס אנאנסירט. און קיינער ווייסט נישט ווען די ערשטע פאזע גייט זיין פארטיג.
עיקערס אינקלעיוו דאס זעלבע פלאס זיי בעטן 250 א סקווער פיס. רעכנט אויב וויפיל גייט אייך קאסטען א אכט רומיגע דירה.
וויפיל גייט שכונת ווערצבערגער בעטן
וויפיל בעט ר' יחזקאל בראך
איך וויל קענען נישט באשילדיגן אבער הערט אויף צו לעבן אינעם באבל. און גלייבען וואס פינאנציעלע אינטערעסן פארקויפן אייך.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

ווייזער האט געשריבן:
האלאו,
ווען דער עני לויפט קיין קערעסטיר / מירון / מעזבוז / ראדאשיץ נסיעות און פאר׳חובות׳ט זיך, ווער דרייט אין דעמאלט דעם קאפ?

ווען דער אביון גייט אין קאנטרי און צאלט 8 אלפים אדער מער א זומער, ווער איז דעמאלט שולדיג? אויף וועמען טייטלט מען דעם גרויסן אצבע!

ווען דער דל מאכט א וואך-נאכט פאר $3000, ווייל ער מוז געפעלן זיינע חבירים... ווער איז דעמאלט עובר אויף יעצנו רע!

סטאפ רחמנות האבן ביים קויפן א דירה.

האב רחמנות אויף דעם דל, ווען ער רייסט זיך אויף מיט זיין שיינע יוקאָן וואס ער קען ליידער נישט באצאלן...


הרב ווייזער, איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט אז פאר עני אדער אביון וואס פירט א ברייט לעבן, קען מען קיינעם נישט באשולדיגן נאר אים אליין.

אונז רעדן דא נישט פון קיין עניים, און נישט פון קיין אביונים, פאר זיי איז די "וואקסענדע דירות סופליי" ווייט נישט קיין לעזונג.

אונזער פראגע איז דא פאר די "גוטע" פארדינערס, איז די יעצטיגע דירות סופליי א לעזונג פאר זיי?

לאמיר איינגיין אז 10 פראצענט ציבור מאכט א וואך מער ווי 2500, וואס טוט זיך מיט די איבריגע 90 פראצענט? א יונגערמאן וואס מאכט 2 אלפים א וואך און קויפט יעצט א דירה אין סיי וועלכע פון די נייע דעוועלעפמענטס (אפשר חוץ שכונת ויואל משה), דארף ער אוועקגעבן פארן מארגעדש מער ווי 28 פראצענט פון זיין חודש'ליכע פארדינסט, וואס לויט די גוי'אישע עקספערטן איז דאס אבסורד, וכל שכן לויט אונזער לעבנס שטייגער.

און לאמיר זאגן, אז יעצט אויף די מינוט קען ער מער אראפציפן פון זיין געהאלט כדי צו קענען קאווערן זיין מארגעדש, וואס גייט געשען אין 5 אדער 10 יאר ארום? די מארגעדש גייט נאך די זעלבע הויערן אויפן קאפ, און דער יונגערמאן גייט האבן א היבש ביסל מער עקספענסעס ווי יעצט, וויאזוי גייט ער דאס איבערטראגן?

און באמת, איך בין היבש שאקירט, כ'האב געקלערט אז מ'גייט מיר דא פארשרייען, אז דער עולם האט גענוג געלט.. דערווייל זעט אויס אז אלעס מאכט מיט דעם זעלבן פראבלעם.

סאו, כ'קום צוריק צו די מעין פראגע:

פאר וועם פונקטליך איז די יעצטיגע דירות סופליי? די 10 פראצענט וואס דער רבוש"ע האט זיי געבענטשט מיט גרויס שפע, בויען זיך דאך פריוואטע ווילאס, איז דאס געמאכט פארן אלגעמיינעם ציבור? וויאזוי גייט מע קענען אטעמען אין עטליכע יאר ארום?

אדרבא, זאגט מיר אז איך בין נישט גערעכט!
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

ווי כאב טאקע געהערט פון איינעם אז די ווילעזש מאכט ספעציעל אזא פומבי מיט די איבערפלוס פון דעוועפלמענטס אז די פרייז זאל מוזן טראסקענען , ימים ידברו וואס עס גייט טאקע געשען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לעיני כל הקהל האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
האלאו,
ווען דער עני לויפט קיין קערעסטיר / מירון / מעזבוז / ראדאשיץ נסיעות און פאר׳חובות׳ט זיך, ווער דרייט אין דעמאלט דעם קאפ?

ווען דער אביון גייט אין קאנטרי און צאלט 8 אלפים אדער מער א זומער, ווער איז דעמאלט שולדיג? אויף וועמען טייטלט מען דעם גרויסן אצבע!

ווען דער דל מאכט א וואך-נאכט פאר $3000, ווייל ער מוז געפעלן זיינע חבירים... ווער איז דעמאלט עובר אויף יעצנו רע!

סטאפ רחמנות האבן ביים קויפן א דירה.

האב רחמנות אויף דעם דל, ווען ער רייסט זיך אויף מיט זיין שיינע יוקאָן וואס ער קען ליידער נישט באצאלן...


הרב ווייזער, איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט אז פאר עני אדער אביון וואס פירט א ברייט לעבן, קען מען קיינעם נישט באשולדיגן נאר אים אליין.

אונז רעדן דא נישט פון קיין עניים, און נישט פון קיין אביונים, פאר זיי איז די "וואקסענדע דירות סופליי" ווייט נישט קיין לעזונג.

אונזער פראגע איז דא פאר די "גוטע" פארדינערס, איז די יעצטיגע דירות סופליי א לעזונג פאר זיי?

לאמיר איינגיין אז 10 פראצענט ציבור מאכט א וואך מער ווי 2500, וואס טוט זיך מיט די איבריגע 90 פראצענט? א יונגערמאן וואס מאכט 2 אלפים א וואך און קויפט יעצט א דירה אין סיי וועלכע פון די נייע דעוועלעפמענטס (אפשר חוץ שכונת ויואל משה), דארף ער אוועקגעבן פארן מארגעדש מער ווי 28 פראצענט פון זיין חודש'ליכע פארדינסט, וואס לויט די גוי'אישע עקספערטן איז דאס אבסורד, וכל שכן לויט אונזער לעבנס שטייגער.

און לאמיר זאגן, אז יעצט אויף די מינוט קען ער מער אראפציפן פון זיין געהאלט כדי צו קענען קאווערן זיין מארגעדש, וואס גייט געשען אין 5 אדער 10 יאר ארום? די מארגעדש גייט נאך די זעלבע הויערן אויפן קאפ, און דער יונגערמאן גייט האבן א היבש ביסל מער עקספענסעס ווי יעצט, וויאזוי גייט ער דאס איבערטראגן?

און באמת, איך בין היבש שאקירט, כ'האב געקלערט אז מ'גייט מיר דא פארשרייען, אז דער עולם האט גענוג געלט.. דערווייל זעט אויס אז אלעס מאכט מיט דעם זעלבן פראבלעם.

סאו, כ'קום צוריק צו די מעין פראגע:

פאר וועם פונקטליך איז די יעצטיגע דירות סופליי? די 10 פראצענט וואס דער רבוש"ע האט זיי געבענטשט מיט גרויס שפע, בויען זיך דאך פריוואטע ווילאס, איז דאס געמאכט פארן אלגעמיינעם ציבור? וויאזוי גייט מע קענען אטעמען אין עטליכע יאר ארום?

אדרבא, זאגט מיר אז איך בין נישט גערעכט!


קום אריין קלאר, סאיז נישטא גענוג סופליי, די סופליי איז נישט אמת, ס'וואלט בעסער געווען סאיז גארנישט דא? וואו פארסטו, כ'כאפ באמת נישט, דירות פעלט נישט אויס? ס'יז א חסרון די גאנצע מעשה? אדער אז מ'טוט צו ווייניג ? נו קום אריין מיט א בעסערע עצה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

:
פרנס היום האט געשריבן:ווי כאב טאקע געהערט פון איינעם אז די ווילעזש מאכט ספעציעל אזא פומבי מיט די איבערפלוס פון דעוועפלמענטס אז די פרייז זאל מוזן טראסקענען , ימים ידברו וואס עס גייט טאקע געשען

:lol: א גיטע ספין
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

סארקאזי האט געשריבן:די וואקסענדע דירות סופליי געפינט זיך נאר אינעם ראם פון הקריה.
די מינוט וואס איר פארמאכט די בלעטער און איר גייט ארויס אויף די גאס זעהט איר. אז דאס איז אילוזיעס
איר זאלט אייך פרעגן די פאר פראגען.
איך וויל היינט קויפן א דירה צו קענען מאפען אין א האלב יאר ארום ווי איז דא צו געפינען?

איך וויל קענען נישט באשילדיגן אבער הערט אויף צו לעבן אינעם באבל. און גלייבען וואס פינאנציעלע אינטערעסן פארקויפן אייך.

ווער ס'האט דורכגעליינט די הקרי' בעיון האט זייער קלאר געזען אז זיי זאגן בכלל נישט אז די דירות סופליי איז שוין אויף 'יעצט'.
די אפהאנדלונג איז געועון ווי ווייט מיר האלטן שוין אריין אינ'ם דירות מאנגל, ד.ה. וויפיל דירות וואלט ווען געדארפט זיין אין די פריערדיגע יארן לויט'ן וואוקס, און וויפיל דירות זענען פאקטיש צוגעקומען.
אויסרעכענענדיג מיט א קאלקולעיטער איז דער חשבון געווען אז יעצט איז דא סך הכל א מאנגל פון ארום 300 דירות. די 'יעצטיגע' פרייד איז אז דער דירות מאנגל שטייגט כאטש נישט, נאר בלייבט אויף איין פלאץ און ווערט צוביסלעך קלענער. א מאנגל איז אבער נאך אלץ דא אויף די קומענדיגע יאר- צוויי כאטשיג.
די 'וואקסענדע דירות סופליי' וועט אי"ה זיין אין די קומענדיגע צוויי דריי יאר, ווען עס וועלן פארטיג ווערן איבער 1500 דירות און דאס וועט לעזן דעם מאנגל.
און אין די קומענדיגע יארן (ד.ה. דירות וואס זענען יעצט אין די פלענס) איז אין פלאן צוצוקומען נאך 3-4000 דירות (הלואי, הלואי...)
דאס איז אין קורצן וואס די הקרי' האט ארויסגעברענגט
לעצט פארראכטן דורך געשמאקע ווינטל אום מאנטאג מאי 27, 2019 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

לעיני איך כאפ נישט פונקטליך צו וואס דו צילסט אויף וועם האסטו טענות?

קום אריין קלארער
לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

מצב כללי האט געשריבן:לעיני איך כאפ נישט פונקטליך צו וואס דו צילסט אויף וועם האסטו טענות?

קום אריין קלארער


חס וחלילה! כ'האב נישט קיין טענות צו קיינעם! יעדער מוכר און יעדער בראוקער ארבעטן שווער אויף זייער דאלער, און זיי טוען וואס זיי דארפן צו טון.

כ'פרעג נאר א פשוט'ע פראגע, וואס עס קוועטשט מיר שוין לאנג, און כ'וויל הערן צו איינער האט א ענטפער דערצו, וואס דערווייל איז עס נישט צום באקומען, און ווי עס זעט אויס האט עס פשוט נישט.

"צו וואס און פאר וועם טוט מען יובולירן אז ס'קומט א שפע פון דירות? ווער אין קר"י גייט בענעפעטירן דערפון?"

אין וומ"ס איז נאך אויך דא דירות צו קויפן, נאר יעדער פארשטייט, אז מ'קען אזוי נישט לעבן.

אין קר"י איז טאקע ביליגער, קען מען אבער אזוי לעבן? אויב יא, וויפיל פראצענט?

איינער פרעגט דא וואס איז די עצה?

כ'בין נישט דער גרויסער עקספערט, אבער לענ"ד, אויב איז טאקע ריכטיג, אז 90 פראצענט קען זיך דאס נישט ערלויבן, און מ'קויפט אן טראכטן, אדער ווייל מ'האט נישט קיין ברירה, איז דא איין עצה:

"ווארטן און נישט קויפן".

די גמ' זאגט שוין, "לאו עכברא גנב, אלא חורא גנב", ווען יעדער קונה זאל זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין, נישט צו קויפן דאס וואס ער קען נישט, וואלטן שוין די פרייזן געטראסקעט.

דא איז נישט וומ"ס, אדער מאנהעטן, וואס די שוויות איז באמת ווערט דאס וואס מ'בעט, ס'איז פשוט די מציאות אז מ'איז עס גרייט צו צאלן, בעט מען עס.

ווען קיינער וועט נישט קויפן, וועט עס פאלן. אויב וועט מען יא קויפן, וועט עס ארויפגיין.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

לעיני כל הקהל האט געשריבן:ווען קיינער וועט נישט קויפן, וועט עס פאלן. אויב וועט מען יא קויפן, וועט עס ארויפגיין.

נו גוט!!! דאס איז דאך די פוינט. נישטא קיין דיוועלעפערס וואס הייבן פרייזן, עס איז דא מענטשען וואס זענען גרייט צי באצאלן פאר די ק''י מאמעס פארטוך קריזיס, צי קויפן נעבן די עלטערן, אין געגענט, במילא קאסט עס א פרייז.

א נייע עפאכע, מען צאלט טאפ דאלער פאר א סלייס פון א סענדאוויטש צווישן די דריטע און פיפטע שטאק וואס איז געבויט פון עצים אנלי, און קיינער האט נאכנישט געפראווט אז דער געבוי'אכץ פון 6 שטאק עצים האט א קיום מער פון 50 יאר.
בעיסיקלי ווען דו ענדיגסט צאלן דיין מארטגעטש הייבט שוין אן דער בנין צי קראכן ביי יעדע טריט וואס מען וואקט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך זעה אז עטליכע מייל ארום קרית יואל איז נישט דא כמעט קיין דירות פאר אינטער 180.000 $. א זאך וואס א יאר 2 צוריק איז געווען אסאך אינטער 20 טויזנט דאלער, אין א געגנט אין בלומינג גראוו ווי עס איז דא א גאנצע ריזן קאמפלעקס אויף די 208 ווייטער ווי די אידן וואוינען יעצט מיט 100 ער הייזער אין א ארימע געגענט וואס די ראוד'ס איז ניטעמאל אויסגעפלאסטערט דארט איז געווען צענדליגער הייזער( מיט א פראפעטי )פאר פרייזן צווישן 10 און 100 טויזנט דאלאר איך האב יעצט געקיקט אויף זילאו מען קען שוין מער נישט באקומען די מציאות
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לעיני כל הקהל האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:לעיני איך כאפ נישט פונקטליך צו וואס דו צילסט אויף וועם האסטו טענות?

קום אריין קלארער


חס וחלילה! כ'האב נישט קיין טענות צו קיינעם! יעדער מוכר און יעדער בראוקער ארבעטן שווער אויף זייער דאלער, און זיי טוען וואס זיי דארפן צו טון.

כ'פרעג נאר א פשוט'ע פראגע, וואס עס קוועטשט מיר שוין לאנג, און כ'וויל הערן צו איינער האט א ענטפער דערצו, וואס דערווייל איז עס נישט צום באקומען, און ווי עס זעט אויס האט עס פשוט נישט.

"צו וואס און פאר וועם טוט מען יובולירן אז ס'קומט א שפע פון דירות? ווער אין קר"י גייט בענעפעטירן דערפון?"

אין וומ"ס איז נאך אויך דא דירות צו קויפן, נאר יעדער פארשטייט, אז מ'קען אזוי נישט לעבן.

אין קר"י איז טאקע ביליגער, קען מען אבער אזוי לעבן? אויב יא, וויפיל פראצענט?

איינער פרעגט דא וואס איז די עצה?

כ'בין נישט דער גרויסער עקספערט, אבער לענ"ד, אויב איז טאקע ריכטיג, אז 90 פראצענט קען זיך דאס נישט ערלויבן, און מ'קויפט אן טראכטן, אדער ווייל מ'האט נישט קיין ברירה, איז דא איין עצה:

"ווארטן און נישט קויפן".

די גמ' זאגט שוין, "לאו עכברא גנב, אלא חורא גנב", ווען יעדער קונה זאל זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין, נישט צו קויפן דאס וואס ער קען נישט, וואלטן שוין די פרייזן געטראסקעט.

דא איז נישט וומ"ס, אדער מאנהעטן, וואס די שוויות איז באמת ווערט דאס וואס מ'בעט, ס'איז פשוט די מציאות אז מ'איז עס גרייט צו צאלן, בעט מען עס.

ווען קיינער וועט נישט קויפן, וועט עס פאלן. אויב וועט מען יא קויפן, וועט עס ארויפגיין.


יעצט הער איך וואס דו זאגסט, אבער די גאנצע רעדע דא איז דאך נאר אויף להבא, כולי עלמא מודי אז יעצט איז נאך דא א מאנגל, סא וואס טענה'סטו כלל פון איצטיגע פרייזן, זאל דער אויבערשטער העלפן אז די אלע פראיעקטן און די שפע זאל צושטאנד קומען, און מען וועט דעמאלטס זען וואס די פרייזן זענען.
נאך איין ווארט, רעבלעזער קרויס האט עס דערמאנט אין איינע פון זיינע שמועסן אין די דירותקריזיס סעריע, א שיין חלק, ערגעץ ארום 50 ביז 75 אלפים אין יעדע דורכשניטליכע וויליאמסבורג קרית יואל'ע דירה גייט פאר עקסטער קרעדיט עקספענסעס צב"ש גרעניט, פול טיילס, בעסערע היטינג וכו' וכו' אודאי יעדע זאך פאר זיך האט א קראנטע פארענטפערונג, אבער ווען ס'איז א שאלה פון מעיק איט אר ברעיק איט, איז דאס אויך א נקודה למחשבה.
בערעלע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דא קען מען זען אז טאמער פראפערטי קאסט פעניס קען מען פארקויפן הייזער פאר שפאט ביליג

נישט ווייט פון קרית יואל און דאס איז די פרייז פאר ברענד ניו הייזער
אטעטשמענטס
Screenshot_20190526-000927_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20190526-000927_Samsung Internet.jpg (737.69 KiB) געזען 3033 מאל
Screenshot_20190526-000907_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20190526-000907_Samsung Internet.jpg (677.63 KiB) געזען 3033 מאל
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דא האט איר נאך א ביישפיל
אטעטשמענטס
Screenshot_20190526-000944_Samsung Internet-810x1665.jpg
Screenshot_20190526-000944_Samsung Internet-810x1665.jpg (259.66 KiB) געזען 3028 מאל
Screenshot_20190526-001001_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20190526-001001_Samsung Internet.jpg (491.69 KiB) געזען 3028 מאל
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

רעסטאראנט האט געשריבן:דא קען מען זען אז טאמער פראפערטי קאסט פעניס קען מען פארקויפן הייזער פאר שפאט ביליג

נישט ווייט פון קרית יואל און דאס איז די פרייז פאר ברענד ניו הייזער

דאס איז שוין גאנץ טייער פאר פארט דשערוויס, א אלטע סינגל פעמילי הויז קענסטו האבן פאר אונטער פופציג אלפים, אבער דאס איז נאר אין פארט דשערוויס אדער ניובורג
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איש האשכולות האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:דא קען מען זען אז טאמער פראפערטי קאסט פעניס קען מען פארקויפן הייזער פאר שפאט ביליג

נישט ווייט פון קרית יואל און דאס איז די פרייז פאר ברענד ניו הייזער

דאס איז שוין גאנץ טייער פאר פארט דשערוויס, א אלטע סינגל פעמילי הויז קענסטו האבן פאר אונטער פופציג אלפים, אבער דאס איז נאר אין פארט דשערוויס אדער ניובורג

דאס איז ברענד ניו נייע הייזער קאסטום געבויעט
לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

רעסטאראנט האט געשריבן:דא קען מען זען אז טאמער פראפערטי קאסט פעניס קען מען פארקויפן הייזער פאר שפאט ביליג

נישט ווייט פון קרית יואל און דאס איז די פרייז פאר ברענד ניו הייזער


הוא הדבר אשר דברנו,

קוק אן דעם סעלער פון 'פארט דשערוויס', ער האט נישט די חכמה אז פאר אזא הויז קען מען בעטן 700-800 אלפים? נאר וואס'זשע דען, ער קען פרובירן, ער קען דאס נישט באקומען, ווייל קיינער וועט אים דאס נישט געבן.

די ריזן פראפערטי אויף פארעסט קארנער מאונטען האט געקאסט גאנצע 3 מיליאן דאלער, און די סיבה פארוואס מ'קען יעצט פארקויפן א סקווער פוס פאר 275, איז נאר, ווייל ס'איז דא געוויסע וואס זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו ספענדן 60-70 פראצענט פון זייער מאנטלי אינקאם פארן מארגעדש.

אז דער עולם וועט זיך אויפוועקן און זאגן, מ'קען נישט און מ'טאר נישט צאלן אזויפיל פאר א דירה, וועלן די פרייזן בעז"ה אראפקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”