אייער מופן סטאטוס - אנקעטע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס איר צושטאנד/מיינונג בנוגע ארויסמופן פון ברוקלין?

איך האב מיך שוין ב"ה אוועקגעצויגן פון שטאט
49
37%
איך פלאן אי"ה צו מופן בקרוב
16
12%
איך האף נאך צו קענען אוועקמופן, אבער ס'איז נאכנישט געקומען די צייט דערצו
18
13%
איך וואלט געוואלט מופן, אבער כ'האב נאכנישט געטראפן א געגנט וואס איז פאסיג פאר מיר
9
7%
איך וואלט געוואלט מופן, אבער ס'זעט מיר נישט אויס אז דאס וועט צושטאנד קומען, מאיזה סיבה שהיא
19
14%
איך בין אנטשלאסן צו בלייבן וואוינען אין שטאט, יהי' מה שיהי'
6
4%
איך בין ב"ה מסודר מיט אן אייגענע אדער ביליגע דירה אין שטאט, און עס פעלט מיר נישט אויס צו מופן
17
13%
 
סך הכול שטימען: 134

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

אייער מופן סטאטוס - אנקעטע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 15, 2019 8:37 pm

מ'האט שוין גאר אסאך דעבאטירט און דיסקוטירט דעם נושא פון פארלאזן ברוקלין צוליב איר אויסטערלישע דירות מאנגל און אומדערטרעגליכע פרייזן, ובפרט יעצט נאכ'ן ערפאלגרייכן "VV עקספאו" פארגאנגענעם זונטאג. עס וואלט דעריבער געווען אינטערעסאנט צו זען וואו מ'האלט מיט'ן ציבור - להלכה און למעשה.

די אנקעטע איז פאר די וואס וואוינען - אדער האבן געוואוינט (נאך די חתונה) - אין ברוקלין.
מקום חותם הבד"ץ

עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » מיטוואך מאי 15, 2019 9:06 pm

לייג צו א אפציע אז איך האב א הויז/דירה אינדרויסן פון שטאט און האף צו מופן ווען עס וועט אויספעלן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 15, 2019 9:50 pm

דאס בערך איז די דריטע אפציע. אויב דארף מען אויסשמועסן יעדע "היכי תמצא" וואס קען זיך מאכן ביי א מענטש איז אין לדבר סוף.
מקום חותם הבד"ץ

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך מאי 15, 2019 11:36 pm

איך האב מיך אוועקגעצויגן פון שטאט אבער מיינע קאסטן זענען מער ווי איך וואלט געצאלט אין א דריי בעדרום דירה אין וויליאמסבורג.

דערווייל איז נישטא קיין געהעריגע עפארדעבל אפציעס פאר א אינגערמאן וואס שטופט קוים דורך די וואך. #חזרה #ס'איז נישט קיין מאמעס פארטוך ס'איז עפעס מער סיריעס ווי דעם

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:48 am

להודיע האט געשריבן:איך האב מיך אוועקגעצויגן פון שטאט אבער מיינע קאסטן זענען מער ווי איך וואלט געצאלט אין א דריי בעדרום דירה אין וויליאמסבורג.

אריינגערעכנט די קעמפ/קאנטרי הוצאות?

אויך שרייבסטו נישט צו דו האסט געקויפט אדער געדונגען, און אין וועלכע שטאט.
מקום חותם הבד"ץ

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 18289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:55 am

געשטימט מיטן רוב אויף די ערשטע אפציע
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:22 pm

געוועלט 5

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 16, 2019 6:59 pm

אינגאנצן %11 פלאנען צו מופן בקרוב? שוואכע רעזולט פונעם עקספאו

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:18 pm

אז 45% האבן שוין געמופט דאן איז געבליבן נאר 11% וואס וויל נאך מופן..

די אנקעטע איז א גוטע סעמפל איבער די קראנטקייט פון אייוועלט אנקעטעס.

קליין
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2016 7:02 pm

תגובהדורך קליין » פרייטאג מאי 17, 2019 4:53 pm

#1

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 17, 2019 5:09 pm

1#

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מאי 19, 2019 12:44 am

כאפצעם האט געשריבן:אינגאנצן %11 פלאנען צו מופן בקרוב? שוואכע רעזולט פונעם עקספאו

פארקערט, קוים עטליכע טעג נאך די עקספאו און 45% האבן שוין געמופט!...

אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » זונטאג מאי 19, 2019 8:37 am

דעפרעסט האט געשריבן:אז 45% האבן שוין געמופט דאן איז געבליבן נאר 11% וואס וויל נאך מופן..

די אנקעטע איז א גוטע סעמפל איבער די קראנטקייט פון אייוועלט אנקעטעס.


יא די מצב האלט שוין ביי דעם אז מען שעמט זיך צי זאגען אז מען האלט נישט ביים מופן
פאר צוויי יאר צריק האט מען זיך געשעמט צי זאגען אז מען טראכט צי מופען

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג מאי 19, 2019 11:19 am

ווינדערליך 45% וואס דרייען זיך דא זענען פון די ארויסגעמופטע... :lol: :lol:
זעהט אויס אז ס'נישטא געהעריג וואס צו טאן אין די געגענטער ..
נוגע לענינינו לאמיר קוקען אביסל אויף די גוטע זייט מטבע די חברה זיצען אויפן טאראסע מיט א אויסערגעווענליכען רואיגקייט די גרינע ביימער מד' כנפות געבען צו צי די הערליכע פאנעראמע ,נאכן זיצען אזוי פאר א שטיק צייט כאפט מען א בליק אויפן וועלטעלע אין מ'גיבט א וועל ,משא''כ אונז זעמיר אזוי פאריאגט אין דעם שטאטישען הוהא קוים האט מען אפאר מוניט צו כאפען א בליקעלע ווער רעדט נאך פון וועלן.ע''כ אומרים בפסח שני.
נעע דאס איז נישט גענוג יוניק, איך ברויך עפעס בעסער...

מקץ
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

אייער סטאטוס לגבי מופן צו נייע געגנטער

תגובהדורך מקץ » מיטוואך אפריל 07, 2021 5:31 pm

לאמיר באקומען א שטיקל אפשאצונג איבער דעם מצב ביים ציבור, סיי ביי די וועלכע האבן פאקטיש געמופט צו נייע געגנטער.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אייער סטאטוס לגבי מופן צו נייע געגנטער

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך אפריל 07, 2021 5:43 pm

הממ, כ'האב ארויסגעמאפט פון שטאט צו די מאנסי אומגעגענט, היפש א מהלך פון מאנסי (10 מינוט צו פארן צו עווערגרין אין מיטן די נאכט מיט 0 טרעפיק), הייסט דאס א נייע געגענט? אדער נישט (ווען כ'האב געמופט איז די נענסטע שול געווען 20 מינוט צו גיין צו פיס, און די נענסטע מקוה 40 מינוט צו פיס, די נענסטע וואכן ביהמ"ד מיט געהעריגע מנינים איז 5 מינוט צו פארן)

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: אייער סטאטוס לגבי מופן צו נייע געגנטער

תגובהדורך זיסע פיש » מיטוואך אפריל 07, 2021 6:10 pm

וואס מיינט ווילן? פשוט ווילן און גארנישט טיען דערצו, אדער זיי פלאנען צו מופן און די נעקסטע שטיק צייט?
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
sheetrock
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אייער סטאטוס לגבי מופן צו נייע געגנטער

תגובהדורך sheetrock » מיטוואך אפריל 07, 2021 6:15 pm

וואס טוט זיך מיט איינער וואס האט געמופט פון א נייע געגענט צו די שטאט?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אייער מופן סטאטוס - אנקעטע

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:23 pm

איך פארשטיי נישט פשט פון שמעלצן די צוויי אשכולות, איינס איז טאמער מען פלאנט צו מאפן, און איינס איז פאר די וואס האבן געמאפט צו זיי זענען צופרידן.

גדל
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: אייער מופן סטאטוס - אנקעטע

תגובהדורך גדל » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:34 pm

מיין אפציע פעלט איך וויל בלייבען אבער איך וועל לכורה בהמשך הזמן מוזן מופן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אייער מופן סטאטוס - אנקעטע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אפריל 07, 2021 10:37 pm

בבקשה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פשט פון שמעלצן די צוויי אשכולות, איינס איז טאמער מען פלאנט צו מאפן, און איינס איז פאר די וואס האבן געמאפט צו זיי זענען צופרידן.

ריכטיג.

אויסער דעם איז שוין אריבער גענוג צייט פון די פריערדיגע.
מקום חותם הבד"ץ


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רשת און 16 געסט