בלאט 4 פון 139

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:46 pm
דורך ראשון לציון
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
מ'ברענגט פון א בלוג און מ' רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט וואס גייט פאר און אויף דעם האט מען שוין טענות הלמאי גייט מען מען נישט אויף א פלאץ אן קריים ועוד כיד הקיבארד טובה עליכם.

קודם כל, איז אין די ערגסטע געגנט פון לינדען איז דא בערך 70 פערצענט ווייניגער קריים ווי אין ניו יורק סיטי.

די סאניסייד געגנט אין לינדען דארט ווי קאסאן קויפט איז נישט דא קיין קריים פינטל.

די סאניפילד געגנט וואס איז אויף דער אנדירע זייט סעינט גורגעס גאס פון סאניסייד, ווי טייל קאסאנער האבן געקויפט, איז אביסעל ביליגיר און נישט אזוי שיין ווי סאניסייד אבער האט אויך די נידעריגסטע קריים ראטעס אין אמריקה.

די וועג צו קויפען אויף ביליג איז טאקע אזוי ווי קאסאן טוט, מ'נעמט א שיינע געגנט אין א שטאט וואס האט נישט די בעסטע סקולס פאר גויים און האט געגענטער וואס האבן קריים אבער וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דער געגנט ווי די אידען קויפען, און אזוי האט מען א שיינע געגנט מיט שיינע הייזער פאר א גאר ביליגער פרייז.
פאר מ' רעדט ברויך מען קודם קענען די געגענטער און וויסן אלע פרטים, ודי בזה.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:35 am
דורך מתון מתון
רבנו ראשון לציון, שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב.
גראדע מיין לעצטע תגובה האט זיך באצויגן צו שאינו יודע אז לינדען איז אסאך בעסער ווי עליזעבעט.
איך האב טאקע געזען אין מיין ריסערטש אז סאניסייד איז דאס בעסטע, זיי זאגן אז עס איז גלייך מיט די שכנותדיגען ראווהא.
איך האב נישט געוויסט אז קאסאן גיייט אהין.
סאניסייד איז אויך די ווייטסטע פון די פאלושען און רעפיינעריס ביים ברעג טייך.
איך מיין נאר צו דעבאטירן און מוטיגן די בעסטע אויסוואלן לאנשים כערכי.
איך בין ביי די מיינונג אז אויף די מינוט קוקט לינדען אויס ווי דאס בעסטע אויסוואל פאר מענטשן וואס קומען און ווילן בלייבען נאנט צו ברוקלין.

לגבי די קריים סטאטיסטיקס אז עס איז 70 פראצענט בעסער, האב איך געזען אנדערש. מארגן וועליך ברענגען מקורות. ויקוב הדין את ההר.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:43 am
דורך נודה לך
מתון מתון האט געשריבן:איך בין ביי די מיינונג אז אויף די מינוט קוקט לינדען אויס ווי דאס בעסטע אויסוואל פאר מענטשן וואס קומען און ווילן בלייבען נאנט צו ברוקלין.


אשריך!! דאס איז די מדות פון א איד!! הודה ולא בוש!!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:50 am
דורך מתון מתון
נודה לך האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:איך בין ביי די מיינונג אז אויף די מינוט קוקט לינדען אויס ווי דאס בעסטע אויסוואל פאר מענטשן וואס קומען און ווילן בלייבען נאנט צו ברוקלין.


אשריך!! דאס איז די מדות פון א איד!! הודה ולא בוש!!


איך האב קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, קוק מיינע תגובות. איך זע אז דער עולם טאנצט שנעל ארויף אויף א שרייבער און מען טרייט אנצוטון א נאסע ליילעך אויב דריקט ער אויס א אנדערע פוינט אוו וויו.

איך האב זיך גענומען מאכן ריסערטש לתועלת שלי ולאנשים כמוני, א גוי מסיח לפי תמו האט א נאמנות ביי די וועי. סאו חוזק'ן אז מען נעמט אינפא פון א בלוג איז נישט אין פלאץ. בתוך הדברים האב איך באדויערט דעם פאקט אז קריים איז הויך, אויב איז עס נישט הויך, אדרבא, איך וועל מיך פרייען צו הערן. אויב איז יא הויך האביך דען עפעס דערפון? איך זוך דען ניצחון מיט אן אנינאמען ניק?
עניוועי, איך בין דא פאר איין סיבה "תשועה ברוב יועץ", ויבא הנס מכל מקום.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:56 am
דורך נודה לך
יא יא איך האף אסאך היזיגע וועלן זיך אפלערנען...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:11 am
דורך maybeeynot
וואס איז די פראבלעם פון קריים מ'דארף דיך האבן א סיבה פארוואס צו גרינדן א חברה שומרים ?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:55 pm
דורך חוקר
ווי עס זעהט מיר אויס זענען די הייזער בילגער ווי גרינוויל (איך בין נישט אין די ליין קען דאס איינער קאנפורמען?)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:30 pm
דורך מונאוויטש
מונאוויטש האט געשריבן:עפעס שמעקט דא פון אגענדע.


מתון מתון האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:איך בין ביי די מיינונג אז אויף די מינוט קוקט לינדען אויס ווי דאס בעסטע אויסוואל פאר מענטשן וואס קומען און ווילן בלייבען נאנט צו ברוקלין.


אשריך!! דאס איז די מדות פון א איד!! הודה ולא בוש!!


איך האב קיינמאל נישט געזאגט אנדערש, קוק מיינע תגובות. איך זע אז דער עולם טאנצט שנעל ארויף אויף א שרייבער און מען טרייט אנצוטון א נאסע ליילעך אויב דריקט ער אויס א אנדערע פוינט אוו וויו.

איך האב זיך גענומען מאכן ריסערטש לתועלת שלי ולאנשים כמוני, א גוי מסיח לפי תמו האט א נאמנות ביי די וועי. סאו חוזק'ן אז מען נעמט אינפא פון א בלוג איז נישט אין פלאץ. בתוך הדברים האב איך באדויערט דעם פאקט אז קריים איז הויך, אויב איז עס נישט הויך, אדרבא, איך וועל מיך פרייען צו הערן. אויב איז יא הויך האביך דען עפעס דערפון? איך זוך דען ניצחון מיט אן אנינאמען ניק?
עניוועי, איך בין דא פאר איין סיבה "תשועה ברוב יועץ", ויבא הנס מכל מקום.

שלום 'מתון מתון'. איך האב געעפנט דעם דאזיגן אשכול נאכדעם וואס איך האב געהערט איבער דעם נייעם ישוב פון אנדערע אידן. איך האב נישט אין פלאן זיך אריבערצוציען קיין לינדען, און איר סוקסעס אדער דורכפאל גייט מיר נישט פערזענליך עפעקטירן. אבער ווען עמיצער עפענט א נייע ניק און פון די סאמע ערשטע תגובות גיסן זיך גלייך א טוץ מיט פראבלעמען, טראגט עס א פנים פון אן אנאנימער פערזאן מיט אן אגענדע. איר שרייבט אז נישט דאס איז געוועהן אייער ציהל, און איך גלייב אייך אויפן ווארט. איך וואונטש אייך הצלחה רבה אז מען זאל בקרוב געפונען א שיינע רחבת'דיגע היים.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:29 am
דורך חוקר
געהערט איש מפי איש אז מען האלט שוין ביי דרייסיג משפחות (בערך צען ממשפחת ר"ב)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:46 am
דורך פאליש'ל
קאסאן באשטייט פון בערך 350 ראשי בית אב

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:55 am
דורך שטיגליץ
פאליש'ל האט געשריבן:קאסאן באשטייט פון בערך 350 ראשי בית אב

אייער קאלקולעיטער איז ווארשיינליך צובראכן, צייט זיך איינצוהאנדלען א נייע באטעריע

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:09 am
דורך חוקר
ער האט טאקע א קליין בית המדרש אבער די הייליגע טעג איז עס צו קליין און מען דארך דינגען א זאל, איך מיין אויך אז 350 איז אביסל איבערגעטריבן, אבער ער האט א שטיקל עולם,

אזא רבי ווי קאסאן איז לפע"ד דאס בעסטע אז אן אומפארטיישע ישוב זאל האבן א קאלירפול הצלחה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:38 am
דורך חמרא טבא
חוקר האט געשריבן:ער האט טאקע א קליין בית המדרש אבער די הייליגע טעג איז עס צו קליין און מען דארך דינגען א זאל, איך מיין אויך אז 350 איז אביסל איבערגעטריבן, אבער ער האט א שטיקל עולם,

אזא רבי ווי קאסאן איז לפע"ד דאס בעסטע אז אן אומפארטיישע ישוב זאל האבן א קאלירפול הצלחה

קוים א קליינע ביהמ"ד ס'קעמען אריינפיטן דארט אפשר פופציג קעפ

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:47 am
דורך שמן
חמרא טבא האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:ער האט טאקע א קליין בית המדרש אבער די הייליגע טעג איז עס צו קליין און מען דארך דינגען א זאל, איך מיין אויך אז 350 איז אביסל איבערגעטריבן, אבער ער האט א שטיקל עולם,

אזא רבי ווי קאסאן איז לפע"ד דאס בעסטע אז אן אומפארטיישע ישוב זאל האבן א קאלירפול הצלחה

קוים א קליינע ביהמ"ד ס'קעמען אריינפיטן דארט אפשר פופציג קעפ

אבער יום טוב האט ער לכאורה איבער הונדערט אידען אפשר האלב איז משפחה, אבער וואס איז א נפק"מ

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:50 am
דורך חמרא טבא
שמן האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:ער האט טאקע א קליין בית המדרש אבער די הייליגע טעג איז עס צו קליין און מען דארך דינגען א זאל, איך מיין אויך אז 350 איז אביסל איבערגעטריבן, אבער ער האט א שטיקל עולם,

אזא רבי ווי קאסאן איז לפע"ד דאס בעסטע אז אן אומפארטיישע ישוב זאל האבן א קאלירפול הצלחה

קוים א קליינע ביהמ"ד ס'קעמען אריינפיטן דארט אפשר פופציג קעפ

אבער יום טוב האט ער לכאורה איבער הונדערט אידען אפשר האלב איז משפחה, אבער וואס איז א נפק"מ

פון הונדערט אידן וואס איז כולל בחורים ביז 350 בתי אב איז א שטיקל מהלך

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:01 pm
דורך פאליש'ל
איך רעכן די אידן וואס זענען אוהדים, און ווילן אהינמופן.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:19 pm
דורך אוהב ספרים
עס האלט ביי בערך 10 12 משפחות וואס זענען ערענסט, דער אדמור כפי מה ששמעתי ווארט אויף 50, אבער לדעתי זה טעות, מען דארף טוען למעשה און נאכדעם הייבט אהן די באן צו פארען

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:13 pm
דורך lebediger berel
פאליש'ל האט געשריבן:איך רעכן די אידן וואס זענען אוהדים, און ווילן אהינמופן.

סא, ס'איז דא א חשבון פון ארום 350 אידן וואס ווילן אהינמופן, דאס איז ריזיגע נייעס, אויב דו האסט קראנטע אינפארמאציע ביטע ברענג אהער

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:30 pm
דורך lebediger berel
Capture.JPG
Capture.JPG (44.74 KiB) געזען 9266 מאל

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:53 pm
דורך קום ועשה
אוהב ספרים האט געשריבן:עס האלט ביי בערך 10 12 משפחות וואס זענען ערענסט, דער אדמור כפי מה ששמעתי ווארט אויף 50, אבער לדעתי זה טעות, מען דארף טוען למעשה און נאכדעם הייבט אהן די באן צו פארען

טעות גמור ו׳יאנקערס יוכיח.

די פאקט האט געוויזן אז די וועג ארבייט נישט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:59 pm
דורך אוהב ספרים
אין יאנקרס איז געווען א אדמור?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:20 am
דורך maybeeynot
איך גלייב נישט אז א אדמו"ר מאכט אויס ביי די פרט. סאיז פשוט אז מהייבט אן צו שלעפן די צייט אין ווארטן ביז סאיז דא 50 משפחות. ביי די טיים וואס די וועסט האבן א 47סטע משפחה גיין שוין אפאר פון די ערשטע ארויסבעקן אין וחוזר חלילה

בערך ווען מקראצט צוזאם מנין 12:00 אזייגער ווען די האסט שוין א 9טער האט זיך שוין איינער גישטעלט בידידות

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:33 pm
דורך ראשון לציון
חוקר האט געשריבן:געהערט איש מפי איש אז מען האלט שוין ביי דרייסיג משפחות (בערך צען ממשפחת ר"ב)

ביידע נישט אמת, נישט דרייסיג איז אמת און נישט צען ממשפחת ר"ב


פאליש'ל האט געשריבן:קאסאן באשטייט פון בערך 350 ראשי בית אב

קצת קשה ויש ליישב עם זה
חוקר האט געשריבן:ער האט טאקע א קליין בית המדרש אבער די הייליגע טעג איז עס צו קליין און מען דארך דינגען א זאל, איך מיין אויך אז 350 איז אביסל איבערגעטריבן, אבער ער האט א שטיקל עולם,

אזא רבי ווי קאסאן איז לפע"ד דאס בעסטע אז אן אומפארטיישע ישוב זאל האבן א קאלירפול הצלחה

ועם זה
פאליש'ל האט געשריבן:איך רעכן די אידן וואס זענען אוהדים, און ווילן אהינמופן.
ושתיהם אמת



אוהב ספרים האט געשריבן:עס האלט ביי בערך 10 12 משפחות וואס זענען ערענסט, דער אדמור כפי מה ששמעתי ווארט אויף 50, אבער לדעתי זה טעות, מען דארף טוען למעשה און נאכדעם הייבט אהן די באן צו פארען

נישט די נאמבערס איז אמת און נישט אז דער רבי ווארט איז אמת.
maybeeynot האט געשריבן:איך גלייב נישט אז א אדמו"ר מאכט אויס ביי די פרט. סאיז פשוט אז מהייבט אן צו שלעפן די צייט אין ווארטן ביז סאיז דא 50 משפחות. ביי די טיים וואס די וועסט האבן א 47סטע משפחה גיין שוין אפאר פון די ערשטע ארויסבעקן אין וחוזר חלילה

קיינער ווארט נישט

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:00 pm
דורך מתון מתון
רבנו הראש"ל יחי', ביטע זאגט אונז וואס איז יא אמת. דער עולם דורשט אויף פאזיטיווע אנטוויקלונגען.

שנית, די רענט דארט קוקט אויס 11 -12 טויזענט. וויאזוי איז דאס רעלאטיוו צו אנדערע נייע ישובים?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:07 am
דורך שאינו יודע
איך בין דארט געווען איין טאג

די געגענט איז א חלום שיין

די פרייזן איז ביליג

מען זעט נישט קיין נברא אין די גאס אינמיטן טאג.

דער ערשטער תושב ציעט זיך אריין בקרוב ממש