חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך שאשא »

וואס איז זיין אנגענדע... ?
הצלחה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קורקלענד האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
That's the price for new construction. The majority of houses in Linden are going for btwn 300k and 440k.
In my opinion is the vadd making a very good job.

אייביג געווען אזוי די פרייז אויף ניי קאנסטרוקציע? אדער ס'איז א פרישע רעקארד?

וויפיל הייזער זענען געגאנגען אין די לעצטע פיר חדשים פאר אונטער פיר? און אין וויפיל פון יענע הייזער (אויב ס'איז בכלל געווען) האט מען נישט געדארפט אריינלייגן נאך א מאה אלף?

די איגנארירסט די פאקט אז סאיז דא א נאציאנאלע הייזער קריזיס יעצט, און אז די פרייז פון בוי מאטריאל איז שטארק געשטיגן

ס'מאכט קנאפ א נ''מ 'פארוואס' די פרייזן זענען אזוי הויעך. וואס איז נוגע איז צו די אולטימאטע מטרה און סיבה אויף וואס די וועד איז אהערגעשטעלט געווארן איז עפעקטיוו צו נישט. צו איז די וועד א פלוס אדער א מיינוס? אויב מיט אלע ווערטשאפטן וואס זיי האבן אנגעדרייט האבן זיי נישט געקענט האלטן די גאול איז עס א אפענע באווייז אז ס'האט נישט געארבעט. דער תירוץ אז ס'איז ארויף פאר א סיבה וואס איז תלוי בדעת אחרים און האט גארנישט מיט זיי איז נישט קיין תירוץ,ַנאר ס'מאכט פיל שטערקער די קשיות און סקעפטיזים.

איר איגנארירט די אלטע באקאנטע שוין מיליאן מאלעדיגע אויפגעוויזענע פאקט אז פרייזן קען מען נישט קאנטראלירן. און אצינד אז די פרייזן זענען שוין טאקע פולקאם אינדערויסן פון סיי וועלכע מעטאדע פון קאנטראל איז אפשר שוין צייט צו הויבן הענט? קען מען דען זאגן אז ווען נישט די וועד וואלטן פרייזן (אויף נייע קאנסטרוקציע) געווען פיל העכער פון וויפיל ס'איז יעצט?

נ. ב. לויט ווי מען הערט איז 'דערווייל' די נייע וועד העיר טאקע מער אויפריכטיג און נישט קארופטירט ווי ס'פלעגט זיין ביז אהער. אבער ס'שטייט זיך נאך אלץ די פראגע צו מען דארף בכלל די גאנצע מעשה...
It's impossible for the vadd not to be affective. Simple common sense, look on the vadd like a buyers agent who is fighting for every individual, you are saying they aren't doing a good job like other buyers agents? I have news for u they are doing an even better job, I know people that the cut of 30k from the market price, I know this first hand.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

איך וואלט ג'עצה'ט הרב קורקלענד צו עפענען אן אייגענעם אשכול און אריינלייגן זיין תגובה וואס ער הערט נישט אויף איבערצוזאגן טעגליך (וואס ער האט 'קראנט' געהערט אין מקוה אין סטעטן איילענד...), און פשוט לייגן א לינק נאך יעדן'ס תגובה, ווי איידער אנצופילן אזויפיל בלעטער מיט די זעלבע פאר ווערטער...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך קורקלענד »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
It's impossible for the vadd not to be affective. Simple common sense, look on the vadd like a buyers agent who is fighting for every individual, you are saying they aren't doing a good job like other buyers agents? I have news for u they are doing an even better job, I know people that the cut of 30k from the market price, I know this first hand.

א קויפער'ס אגענט, איז א ספעציפישע סערוויס וואס האט אירע אייגנשאפטן, ס'איז צומאל א עפעקטיווע מעלה, און צומאל פארקערט. אבער השתא דאתית להכא, אז די גאנצער מוראדיגקייט פונעם וועד איז אז ס'איז פונקט ווי א רעגולארע קויפער'ס אגענט. איז טאקע שווער די שאלה פארוואס דארפן זיי א אויסשליסליכע מאנאפּאל? פארוואס זאלן זיי נישט מעגן האבן א קאנקורענט וואס שטעלט צו א בעסערע סערוויס פאר די קונה? אדער פארוואס זאל נישט די קונה מעגן פרובירן אליינס?

איך ווייס פון גאר געציילטע פעלער וואו די וועד האט ערמעגליכט א בעסערע פרייז אבער איך ווייס פון פיל מער פעלער וואו זיי האבן דירעקט גורם געווען די קונה זאל באצאלן טייערער.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

קורקלענד האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
That's the price for new construction. The majority of houses in Linden are going for btwn 300k and 440k.
In my opinion is the vadd making a very good job.

אייביג געווען אזוי די פרייז אויף ניי קאנסטרוקציע? אדער ס'איז א פרישע רעקארד?

וויפיל הייזער זענען געגאנגען אין די לעצטע פיר חדשים פאר אונטער פיר? און אין וויפיל פון יענע הייזער (אויב ס'איז בכלל געווען) האט מען נישט געדארפט אריינלייגן נאך א מאה אלף?

טאג טעגליך גייען הייזער אונטער פיר - לפי 'דיינע' נומערן אז 'טאג איין טאג אויס' ווערן פארקויפט הייזער פאר איבער 700K

ווייל ווען ס'דא צוויי קויפער'ס אגענטן, דאן 'מוזן' ביידע הייבן די פרייז בכדי צו באקומען דעם הויז און דער אנדערער זאל עס נישט צוכאפן.

נישט קלאר? אויב דארף מען מסביר זיין דעם טיפיקל שאלה, דאן האט איר נאך בכלל נישט געכאפט דעם קאנצעפט פונעם וועד.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

קורקלענד האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
That's the price for new construction. The majority of houses in Linden are going for btwn 300k and 440k.
In my opinion is the vadd making a very good job.

אייביג געווען אזוי די פרייז אויף ניי קאנסטרוקציע? אדער ס'איז א פרישע רעקארד?

וויפיל הייזער זענען געגאנגען אין די לעצטע פיר חדשים פאר אונטער פיר? און אין וויפיל פון יענע הייזער (אויב ס'איז בכלל געווען) האט מען נישט געדארפט אריינלייגן נאך א מאה אלף?

די איגנארירסט די פאקט אז סאיז דא א נאציאנאלע הייזער קריזיס יעצט, און אז די פרייז פון בוי מאטריאל איז שטארק געשטיגן

ס'מאכט קנאפ א נ''מ 'פארוואס' די פרייזן זענען אזוי הויעך. וואס איז נוגע איז צו די אולטימאטע מטרה און סיבה אויף וואס די וועד איז אהערגעשטעלט געווארן איז עפעקטיוו צו נישט. צו איז די וועד א פלוס אדער א מיינוס? אויב מיט אלע ווערטשאפטן וואס זיי האבן אנגעדרייט האבן זיי נישט געקענט האלטן די גאול איז עס א אפענע באווייז אז ס'האט נישט געארבעט. דער תירוץ אז ס'איז ארויף פאר א סיבה וואס איז תלוי בדעת אחרים און האט גארנישט מיט זיי איז נישט קיין תירוץ,ַנאר ס'מאכט פיל שטערקער די קשיות און סקעפטיזים.

איר איגנארירט די אלטע באקאנטע שוין מיליאן מאלעדיגע אויפגעוויזענע פאקט אז פרייזן קען מען נישט קאנטראלירן. און אצינד אז די פרייזן זענען שוין טאקע פולקאם אינדערויסן פון סיי וועלכע מעטאדע פון קאנטראל איז אפשר שוין צייט צו הויבן הענט? קען מען דען זאגן אז ווען נישט די וועד וואלטן פרייזן (אויף נייע קאנסטרוקציע) געווען פיל העכער פון וויפיל ס'איז יעצט?

נ. ב. לויט ווי מען הערט איז 'דערווייל' די נייע וועד העיר טאקע מער אויפריכטיג און נישט קארופטירט ווי ס'פלעגט זיין ביז אהער. אבער ס'שטייט זיך נאך אלץ די פראגע צו מען דארף בכלל די גאנצע מעשה...

איר קענט מיר ביטע מסביר זיין אין ווערטער וואס איר שרייבט דא?

דו טענה'סט אז די פרייזן פון הייזער זענען ארויף. ענטפערט מען דיר 'יא, ס'טאקע ארויף, אבער אויף א גלאבאלע וואוקס פארנעם'... שרייבסטו צוריק 'הע, כ'האב דיר געזאגט ס'איז ארויף... ס'מאכט נישט אויס פאר וועלכע סיבה ס'איז ארויף...'. ניין? פארוואס מאכט עס נישט אויס? ווען נישט די פעולות וואלט עס ארויף מיט 200K אנשטאט 100K (כ'מיין די געדאנק, נישט די נומער), איז פארוואס דארף מען פארמאכן דעם וועד?
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

Re:

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

קורקלענד האט געשריבן:דאס הייסט אז אויב א הויז איז אויף די מארקעט פאר מער ווי דריי וואכן, מעג מען עס קויפן אן די וועד? אויב נישט פארוואס נישט?

בכדי אז מען זאל נישט האבן נאך שלעגערייען מיט מענטשן צי ס'איז שוין אויפן מארקעט 2 וואכן מיט 6 טעג צי 2 וואכן מיט 7 טעג.... סימפל עס דעט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

Re:

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

קורקלענד האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אבער אז פונקט די אינגעלייט וואס ווייסן נישט וויאזוי מ'רוקט א מויזל אדער וויאזוי אויפצומאכן א אימעיל און אוודאי נישט וויאזוי צו נאוויגירן זילאו. פונקט זיי טרעפן עפעס זייער גרינג הייזער.......

וואס הייסט? דער עולם אין לינדען זענען אזעלכע וועלכע קענען נישט רוקן קיין מויזלעך? וויפיל פראצענט? ממש יעדער?
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7827
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

Anyone has the schedule from the shuttle to Williamsburg and Boro Park
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7827
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

איינער האט בלידער פון נייע שול?
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך Sprint »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
That's the price for new construction. The majority of houses in Linden are going for btwn 300k and 440k.
In my opinion is the vadd making a very good job.

אייביג געווען אזוי די פרייז אויף ניי קאנסטרוקציע? אדער ס'איז א פרישע רעקארד?

וויפיל הייזער זענען געגאנגען אין די לעצטע פיר חדשים פאר אונטער פיר? און אין וויפיל פון יענע הייזער (אויב ס'איז בכלל געווען) האט מען נישט געדארפט אריינלייגן נאך א מאה אלף?

טאג טעגליך גייען הייזער אונטער פיר - לפי 'דיינע' נומערן אז 'טאג איין טאג אויס' ווערן פארקויפט הייזער פאר איבער 700K

just now

Hi!

This house just came on to the market, please reply if you want to be added to the list and we'll try to get you an appointment asap.

https://www.realtor.com/realestateandho ... 3359-76292
3717741

Feel free to reach out to us with any questions.

Sincerely,
Linden Central Office
908-292-3888
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7827
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

Sprint האט געשריבן:

I also got Sam email
The are rushing you they need a answer right away because if not it will go for a not Jewish owners
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: Re:

תגובה דורך קורקלענד »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אבער אז פונקט די אינגעלייט וואס ווייסן נישט וויאזוי מ'רוקט א מויזל אדער וויאזוי אויפצומאכן א אימעיל און אוודאי נישט וויאזוי צו נאוויגירן זילאו. פונקט זיי טרעפן עפעס זייער גרינג הייזער.......

וואס הייסט? דער עולם אין לינדען זענען אזעלכע וועלכע קענען נישט רוקן קיין מויזלעך? וויפיל פראצענט? ממש יעדער?

ס'איז דא אידן אין לינדן (פונקט ווי אין בּ''פּ אדער וומסבּ''ג) וואס זענען מער אויסגעטוהן פון די וועלט און ווייסן זיך נישט וויאזוי צו באגיין מיט די סארט אפאראטן. ס'נישט קיין חסרון. ס'איז נאר אינטערסאנט אז פונקט אזעלכע זענען אנגעגעבלעך געווען גענוג פלינק און און שנעל אריינצוקומען ערשט אין די סיסטעם.

ס'מאכט נישט קיין נ''מ וויפיל פראצענט. אפי' ס'איז נאר א געציילטע מספר און ס'האט פאסירט דארף מען פארשטיין וויאזוי ס'האט פאסירט.

איר קענט נעמען מיינע ווערטער ארויס פון קאנטעקסט צו געבן א איינדרוק כאילו איך האלט אז די מענטשן אין לינדן (ממש יעדער) זענען אזעלכע צוריקגעשטאנענע. אבער וויסן זאלט איר איך האלט גאר שטארק פון די שטעטל און ס'דא דארט ב''ה טייערע און פיינע אידן. און ס'איז דא דארט ריזיגע פאטענציאל פאר אויסברייטערונג און סוקסעס. אבער כדי ס'זאל פאסירן פעלט אויס א א דראסטישע טויש אין די פירערשאפט צוגאנג.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קורקלענד האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אבער אז פונקט די אינגעלייט וואס ווייסן נישט וויאזוי מ'רוקט א מויזל אדער וויאזוי אויפצומאכן א אימעיל און אוודאי נישט וויאזוי צו נאוויגירן זילאו. פונקט זיי טרעפן עפעס זייער גרינג הייזער.......

וואס הייסט? דער עולם אין לינדען זענען אזעלכע וועלכע קענען נישט רוקן קיין מויזלעך? וויפיל פראצענט? ממש יעדער?

ס'איז דא אידן אין לינדן (פונקט ווי אין בּ''פּ אדער וומסבּ''ג) וואס זענען מער אויסגעטוהן פון די וועלט און ווייסן זיך נישט וויאזוי צו באגיין מיט די סארט אפאראטן. ס'נישט קיין חסרון. ס'איז נאר אינטערסאנט אז פונקט אזעלכע זענען אנגעגעבלעך געווען גענוג פלינק און און שנעל אריינצוקומען ערשט אין די סיסטעם.

ס'מאכט נישט קיין נ''מ וויפיל פראצענט. אפי' ס'איז נאר א געציילטע מספר און ס'האט פאסירט דארף מען פארשטיין וויאזוי ס'האט פאסירט.

איר קענט נעמען מיינע ווערטער ארויס פון קאנטעקסט צו געבן א איינדרוק כאילו איך האלט אז די מענטשן אין לינדן (ממש יעדער) זענען אזעלכע צוריקגעשטאנענע. אבער וויסן זאלט איר איך האלט גאר שטארק פון די שטעטל און ס'דא דארט ב''ה טייערע און פיינע אידן. און ס'איז דא דארט ריזיגע פאטענציאל פאר אויסברייטערונג און סוקסעס. אבער כדי ס'זאל פאסירן פעלט אויס א א דראסטישע טויש אין די פירערשאפט צוגאנג.
So interesting everything u asked was properly answered by many over here including myself and u still keep on pushing that change in leadership is needed. I'm thinking that it most be that u are upset on the vadd. One way can be because u bought without the vadd...
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

תגובה דורך קורקלענד »

רוב קריטיק איז נישט פארענטפערט געווארן. און איך האלט נישט אז די מענטשן וואס זענען בראש דארפן געטוישט ווערן. נאר די מעטאדעס דארף מען טוישן.

אזויווי אסאך אנדערע וואלט איך נישט געקויפט אין אזא פלאץ אן די וועד, מחמת כמה טעמים. און דערפאר האבן מיר זיך באזעצט אין סטעטן איילענד. אבער אזויווי איך האב אסאך משפּחה און גוטע פריינט וואס ווילן נאך יא גיין אהין האב איך געפילט א שטיקל חובת השעה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט אויף געוויסע פראבלעמען צו העלפן די מצב.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך ישרן »

מיט א דרויסנדיגע בליק (לע"ע איז לינדן נישט אין פלאן פאר מיר) איז נישט יושרדיג, נישט שכלדיג, און נישט מענטשליך אז ווער א ווער עס ענטפערט נישט אין די ערשטע פאר סעקונדן פון דעם אימעיל פארלירט זיין שאנס.
it just dosen't make sense
מען מוז אויפקומען מיט עפעס אנדערש אזוי ווי א גורל וכדומה.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7827
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

ליידער גויים קוקט איך אין לינדען וועגן דעם מיז מען שנעל ענטפערן נאר וועגן דעם!!!
פארגונער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:19 pm

Re:

תגובה דורך פארגונער »

קורקלענד האט געשריבן:רוב קריטיק איז נישט פארענטפערט געווארן. און איך האלט נישט אז די מענטשן וואס זענען בראש דארפן געטוישט ווערן. נאר די מעטאדעס דארף מען טוישן.

אזויווי אסאך אנדערע וואלט איך נישט געקויפט אין אזא פלאץ אן די וועד, מחמת כמה טעמים. און דערפאר האבן מיר זיך באזעצט אין סטעטן איילענד. אבער אזויווי איך האב אסאך משפּחה און גוטע פריינט וואס ווילן נאך יא גיין אהין האב איך געפילט א שטיקל חובת השעה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט אויף געוויסע פראבלעמען צו העלפן די מצב.

לע"ד וואינט איר אין לינדען נישט אין סטעטן איילענד און איהר זענט פשוט א שטיקל מחותן מיט בערל שמערל וואס פאר א לאנגע צייט האט ער נישט אויפגעהערט זיך אפצורעדן ביז......
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7827
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

שלום עליכם פארגונער איר קענט בערגן וואס איז ציך אין לינדען ישר כח
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך בבקשה »

די עיקר אויפטוה פון די וועד, איז אז עס ווערט נישט קיין בידדינג וואר ביי יעדע הויז, ס'איז דא איין אפפער מצד אלע אידן, און דאס האלט די פרייזן נידריג, דאס איז פשוט קאממען סענס, אויב די ווילסט וויסן וואס דאס מיינט ווען עס ווערט א בידדינג וואר, אין עירמאנט איז יעצט געווען א הויז, די הויז איז חרוב ונחרב, און די מוכר האט געבעטען דערפאר $309,000, די הויז דארף לכאורה 200 טויזענט דאללער ווערט פון ארבייט, ס'איז געווארען א בידדינג וואר, און די הויז איז פארקויפט געווארען פאר $450,000, דאס איז כמאט 1.5 מאל דאס וואס די מוכר האט געבעטען, און די מוכר האט נישט געבעטן קיין ביליגער פרייז (א איבערגעמאכטע הויז פון אזא סייז איז ווערט בערך 500-550 אלפים).

ריכטיג אז דאס איז אן עקסטרעם משל, אבער הויז נאך הויז אין עירמאנט וואס די גויים פארקויפן גייט אין די יעצטיגע טעג 50-60 אלפים העכער עסקינג פרייז, לעצטנעס איז געווארען א משוגעת ביי די גויים איז זיי העכערן די עסקינג פרייז, וויבאלד זיי ווייסן אז עס גייט ווערען א בידדינג וואר, און זיי גייען מעגליך באקומען וואס זיי פארלאנגען (אן עקסטרעם משל, א הויז וואס איז ווערט נישט מער פון 650 אלפים, האט א גוי געלייגט אן עסקינג פרייז פון 850 אלפים)

בנוסף לזה איז דא אין עירמאנט אינדערויסן פון די אידישע געגענט (נאך רידניק) א פראבלעם, אידן קויפן הייזער און זיי פארדינגען עס פאר גויים ביז די געגענט גייט ווערן אידיש, איך קען א גאס, וואס האלב גאס זענען די אידן בעה"ב, אבער בלויז איין איד וואוינט אויף די גאס, וועל מען "ווארט" אז די גאס זאל אידיש ווערן, איי שוטים שבעולם, ווי קען די גאס אידיש ווערן ווען יעדער פארדינגט פאר גויים? א קשיא אויף א מעשה. (איך ווארט נאך אז די אידישע בעה"ב זאלן זיך צוזאמזעצן און מחליט זיין אז זיי גייען אלע צוזאמען מופן, און די גאס וועט אידיש ווערען, איך ווארט שוין אזוי 2 יאר).

מילא זאג איך אלץ תושב עירמאנט, אז הלואי וואלט אין עירמאנט געווען א וועד, וואס וואלט פארזיכערט אז אידן קויפן נישט "ביז די געגענט וועט ווערן אידיש", און הלואי וואלט געווען א וועד וואס וואלט זיכער געמאכט אז ס'איז נישט דא קיין בידדינג ווארס אין עירמאנט, וואס דאס פירט אוטאמטיש אז די מארקעט פרייזן העכערן זיך.
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך קורקלענד »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:ווייל ווען ס'דא צוויי קויפער'ס אגענטן, דאן 'מוזן' ביידע הייבן די פרייז בכדי צו באקומען דעם הויז און דער אנדערער זאל עס נישט צוכאפן.

נישט קלאר? אויב דארף מען מסביר זיין דעם טיפיקל שאלה, דאן האט איר נאך בכלל נישט געכאפט דעם קאנצעפט פונעם וועד.

ס'איז א הערבארע תירוץ אין א מארקעט וואו ס'איז דא נאר איין קויפער'ס אגענט. אבער אין א מארקעט וואו ס'איז דא צענדליגע קויפער'ס אגענטן, אבער ס''ה נאר איין אידישע אגענט וועט עס ממילא נישט ארבעטן. און טאקע דערפאר פארלירט מען הייזער פאר גוים רעכטס און לינקס.

בבקשה האט געשריבן:די עיקר אויפטוה פון די וועד, איז אז עס ווערט נישט קיין בידדינג וואר ביי יעדע הויז, ס'איז דא איין אפפער מצד אלע אידן, און דאס האלט די פרייזן נידריג, דאס איז פשוט קאממען סענס, אויב די ווילסט וויסן וואס דאס מיינט ווען עס ווערט א בידדינג וואר, אין עירמאנט איז יעצט געווען א הויז, די הויז איז חרוב ונחרב, און די מוכר האט געבעטען דערפאר $309,000, די הויז דארף לכאורה 200 טויזענט דאללער ווערט פון ארבייט, ס'איז געווארען א בידדינג וואר, און די הויז איז פארקויפט געווארען פאר $450,000, דאס איז כמאט 1.5 מאל דאס וואס די מוכר האט געבעטען, און די מוכר האט נישט געבעטן קיין ביליגער פרייז (א איבערגעמאכטע הויז פון אזא סייז איז ווערט בערך 500-550 אלפים).

ס'זענען פאראן מענטשן אין לינדן וואס ווארטן שוין יארן אז זייער גאס זאל ווערן מער אידיש אדער בכלל אידיש. און יעדעס מאל ס'גייט א הויז אויף די גאס צום פארקויפן האפט מען ווידער פאר א אידישע שכן. אבער אדאנק די אלע שוועריקייטן גייט הויז נאך הויז פארן גוי.

אין עירמאנט גייען אויך הייזער פאר גויים, בנוסף לזה וואס ס'איז דא די אלע אנדערע פראבלעמען, מילא ווייס איך נישט פון ווי די נעמסט אז דוקא צוליב די שוועריקייטען פון די וועד גייען די הייזער אין לינדען פאר גויים, אין דיין סטעטען איילענד גייען דען אלע הייזער פאר אידן?

קורקלענד האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:ווייל ווען ס'דא צוויי קויפער'ס אגענטן, דאן 'מוזן' ביידע הייבן די פרייז בכדי צו באקומען דעם הויז און דער אנדערער זאל עס נישט צוכאפן.

נישט קלאר? אויב דארף מען מסביר זיין דעם טיפיקל שאלה, דאן האט איר נאך בכלל נישט געכאפט דעם קאנצעפט פונעם וועד.

ס'איז א הערבארע תירוץ אין א מארקעט וואו ס'איז דא נאר איין קויפער'ס אגענט. אבער אין א מארקעט וואו ס'איז דא צענדליגע קויפער'ס אגענטן, אבער ס''ה נאר איין אידישע אגענט וועט עס ממילא נישט ארבעטן. און טאקע דערפאר פארלירט מען הייזער פאר גוים רעכטס און לינקס.

איך מיין טאקע אז ס'איז נישט דא קיין חילוק ווען 10 מענטשען ווילן קויפן א הויז, צו ווען 20 מענטשען ווילן קויפן די הויז. באמת. חוץ מזה וואס א גוי זוכט א הויז אין א סאך אן אנדערע וועג ווי א איד, מילא איז נישט שייך באמת צוצגלייכען די ביידע.
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7827
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

I past by they new lot from the shul is moving very slowly the construction every there
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”