חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך מונאוויטש »

שמעתי אז דער קאסאניער רבי פון ב"פ 14 עוו, רבי מאיר יהוסף שליט"א (בן רבי מנחם ישראל ז"ל), צוזאמען מיט א חלק ניכר מחסידיו ומעריציו - וואס ציילן זיך צענדליגע משפחות - פלאנען אין די קומענדיגע חדשים זיך אריבערצוציען קיין לינדען, ניו זשערסי. א שיינע פאר משפחות זענען שוין אין קאנטראקט אויף הייזער.

לינדען איז א שפאן אריבער קיין סטעטן איילענד דורך דעם גאטעלס בריק, וואס ווערט איצט שיין אויסגעברייטערט און גענצליך איבערגעבויעט פון דאס ניי.

נאך א רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט פון ופרצך ימה וגו'.

Linden.jpg
Linden.jpg (243.35 KiB) געזען 52658 מאל
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דאנערשטאג יוני 22, 2017 6:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

הצלחה רבה! גלייך לעבן Elizabeth און Hillside. עס איז דא א ישיביש און מאדערען סטרוקטור אין פלאץ. בנוסף צו גאר אסאך היימישע ביזנעסעס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בן ישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:20 pm

תגובה דורך בן ישי »

על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב,
וממנו ילמדו וכן יעשו,
בעבר ווען א מנהיג רוחנו איז געשטאנען אונטער אזא אונטערנעמונג איז עס געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.
הלאוי זאלן נאך משפיעים אדמורים ראשי ישיבות אים נאכמאכן וואלט געווען א ישועה ציא דעם גלות בתוך גלות, אין אידישקייט וואלט געבליעט אין אלע נייע יישובים.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובה דורך ווערעצקי »

כה לחי!!!!!!!!
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

Kosher Travel האט געשריבן:הצלחה רבה! גלייך לעבן Elizabeth און Hillside. עס איז דא א ישיביש און מאדערען סטרוקטור אין פלאץ. בנוסף צו גאר אסאך היימישע ביזנעסעס.

אין היילענד פארק אויך דא א אידישע ישוב
.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

שמעתי אז דער קאסאנער רבי פאר זיך איז ב"ה מסודר אין ב"פ, אבער האבנדיג עטליכע קינדער און אייניקלעך וואס זוכן דירות און קענען נישט טרעפן אין ברוקלין, האט ער זיך אנגעטראגן אליינס ארויסצופארן קיין ניו דזשערזי כדי גרינגער צו מאכן פאר די קינדער און אייניקלעך.

אזא שריט דארף מען באגריסן מיט הילכיגע טענער! הלואי זאלן נאך ראשי משפחה טוהן אזא קלוגע שריט.

אגב, זאגען זיי אז אנדערש ווי די אנדערע געגנטער וואס האבן קעגנערשאפט פון גוים, האבן די קאסאניער זיך דערווייל אנגעשטויסן אין אביסל קעגנערשאפט פון די מאדערנע אידישע שכנים.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:הצלחה רבה! גלייך לעבן Elizabeth און Hillside. עס איז דא א ישיביש און מאדערען סטרוקטור אין פלאץ. בנוסף צו גאר אסאך היימישע ביזנעסעס.

אין היילענד פארק אויך דא א אידישע ישוב

איהר זענט גירעכט.
I stand corrected.
נאך בעסער...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
לחיים ולשלום
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

תגובה דורך לחיים ולשלום »

לכאורה האט געשריבן:שמעתי אז דער קאסאנער רבי פאר זיך איז ב"ה מסודר אין ב"פ, אבער האבנדיג עטליכע קינדער און אייניקלעך וואס זוכן דירות און קענען נישט טרעפן אין ברוקלין, האט ער זיך אנגעטראגן אליינס ארויסצופארן קיין ניו דזשערזי כדי גרינגער צו מאכן פאר די קינדער און אייניקלעך.

אזא שריט דארף מען באגריסן מיט הילכיגע טענער! הלואי זאלן נאך ראשי משפחה טוהן אזא קלוגע שריט.

אגב, זאגען זיי אז אנדערש ווי די אנדערע געגנטער וואס האבן קעגנערשאפט פון גוים, האבן די קאסאניער זיך דערווייל אנגעשטויסן אין אביסל קעגנערשאפט פון די מאדערנע אידישע שכנים.

זיך דרייענדיג עטליכע יארן צוריק אין קאסאנער ביהמ"ד אין בארא פארק, האב איך מיך נאנט באקענט מיט'ן היינטיגן קאסאנער רבין שליט"א (דעמאלטס געווען רבי מאיר יהוסף שליט"א דעם קאסאנער רבינ'ס עלטסטע זון), און כ'קען מיטשטימען מיט "לכאורה" אז דער רבי איז א זעלטן ערנסטער מענטש בינו לבין קונו, מיט זיין התמדה ועבודה, ברייטע ידיעות ברוחניות ובגשמיות און באזונדער אינעם פעלד פון כשרות, און אחריות פאר זיין ציבור חסידים און תלמידים, און אויב האט דער קאסאנער רבי אונטערגענומען דעם פראיעקט וועט ער עס בסייעתא דשמיא אויספירן עד הסוף.
עס איז באמת באגריסנסווערט זיין שריט און מ'דארף אים וואונטשן און בעטן פאר זיין הצלחה, וואס דאס וועט עווענטועל זיין נאך א שריט פאראויס אויפצוברעכן די פארמויערטע ברוקלינער געטאס און מ'וועט זיך האפנטליך ציען וואוינען איבער די לענג און ברייט פון אמעריקא, ויפוצו מעיינותינו חוצה, וואס וועט געוויס ברענגען אן הרמת קרן התורה והחסידות אומעטום, עד שמלאה הארץ דעה את ה' בביאת גואל צדק בעגלא ובזמן קריב.
לעצט פארראכטן דורך לחיים ולשלום אום מאנטאג יוני 19, 2017 5:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

ממנו יראו וכן יעשו! כ'וואונטש עם הצלחה גדולה און אסאך סייעתא דשמיא
דאס טייטשט א רועה נאמן לעדתו, זארגט זיך אויך אויף זיינע חסידים דאהי נישט נאר מעבר לים...
הלואי זאלן אלע רבי'ס אזוי טון
עמיר האבן שטעטלעך כחול הים, אזויפיל וויפיל רבי'ס ס'איז דא
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובה דורך קלוגער »

א גוטע בשורה! מער און מער מענטשען קומען צום שכל, נישט בלייבען אונטערגעטעניגט אונטער די משוגעת פון בלייבען וואוינען אין די שטיקעדיגע שטאט
מּשה ברים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:46 pm

תגובה דורך מּשה ברים »

שמעתי שקבוצה של חסידי סלאנים (שווארצע) מצטרפים ללינדען
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובה דורך מחנך »

ס'הייבט זיך אן מיט די ריכטיגע חברה, גוטע שענסעס צו מצליח זיין.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

איך גלייב אז מען האט געקליבן לינדען צוליב די נאנטקייט צו בארא פארק, סטעטן איילענד איז שוין מסתמא צו טייער און נישט אזויפיל עוועילעבל.
איך וואלט אבער מציע געווען מהיום והלאה, ווער ס'זוכט אזא שריט זאל גיין ווי נענטער קיין זשוירזי סיטי,
אז דו האסט אויך פיאניר בלוט, און גאטס, פארוואס זאל מען נישט העלפן איינער דעם צווייטן און הנאה האבן פון זאכן וואס זענען שוין דא אויפן פלאץ, חסידיש'ע מנינים אינדערוואכן, א מקוה, מקוה טהרה מיטן חסידיש'ן געשמאן, (א פולשטענדיגע גראסערי מיט אלעס כשר'ס בתכלית איז שוין דא אין היילענד מילס און אין עליזעביט)
לענ"ד ווען מען ארבעט אינאיינעם וועט מען אנקומען שנעלער און ווייטער, ווי איידער יעדער זאל מאכן טאטעל שבת פאר זיך.
כנלע"ד און כ'בעט מ'זאל פארשפרייטן די מיינונג צווישן פיאנירן. ארבעט צוזאמען!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

ווי ווייט איז לינדען פון דזשורסי סיטי?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

ראספשע האט געשריבן:ווי ווייט איז לינדען פון דזשורסי סיטי?

קוק אויפן מאפע דא אויפן שפיץ פונעם אשכול
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

ראספשע האט געשריבן:ווי ווייט איז לינדען פון דזשורסי סיטי?

15 מייל.
בעקך 25 מינוט דרייוון. כמעט נישטא קיין שווערע טרעפיק.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

בן ישי האט געשריבן:על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב,
וממנו ילמדו וכן יעשו,
בעבר ווען א מנהיג רוחנו איז געשטאנען אונטער אזא אונטערנעמונג איז עס געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.
הלאוי זאלן נאך משפיעים אדמורים ראשי ישיבות אים נאכמאכן וואלט געווען א ישועה ציא דעם גלות בתוך גלות, אין אידישקייט וואלט געבליעט אין אלע נייע יישובים.

למשל קאשוי, יוניאן סיטי, נייטרא, קרית פאפא, קרית ספינקא (ר' הערשעלע), וויזניץ קיאמישא, האט זיך אויסגעארבעט?

איך בין א שטארקע שטיצער פון אויסברייטונג אידישע ישובים, אבער לאמיר זיך נישט פאפן אז א מנהיג רוחני איז די דיעל ברעיקער. ס'איז בלויז איינע פון אסאך זאכן וואס מאכן אויס אז א ישוב זאל מצליח זיין
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

תגובה דורך בשבילי נברא »

דריידל האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב,
וממנו ילמדו וכן יעשו,
בעבר ווען א מנהיג רוחנו איז געשטאנען אונטער אזא אונטערנעמונג איז עס געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.
הלאוי זאלן נאך משפיעים אדמורים ראשי ישיבות אים נאכמאכן וואלט געווען א ישועה ציא דעם גלות בתוך גלות, אין אידישקייט וואלט געבליעט אין אלע נייע יישובים.

למשל קאשוי, יוניאן סיטי, נייטרא, קרית פאפא, קרית ספינקא (ר' הערשעלע), וויזניץ קיאמישא, האט זיך אויסגעארבעט?

איך בין א שטארקע שטיצער פון אויסברייטונג אידישע ישובים, אבער לאמיר זיך נישט פאפן אז א מנהיג רוחני איז די דיעל ברעיקער. ס'איז בלויז איינע פון אסאך זאכן וואס מאכן אויס אז א ישוב זאל מצליח זיין

ס'איז אוודאי טאקע נישט די איינציגסטע זאך פאר די הצלחה פון א שטעטל אבער עס איז זיכער אז עס קען זיין איינע פון די שטארקסטע פאקטארן.

גראדע איז טאקע אינטערעסאנט אז איה"נ בכלליות זענען די אלע דערמאנטע פלעצער טאקע נישט געקרוינט געווארן אלץ סוקסעס,
אבער אז מען קוקט בפרטיות ביי יעדע איינס פון די שטעטלעך וואס דו האסט אויסגערעכנט איז דא א שטארקע סיבה וואס איז דער גורם אז ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, צו ווייל דער מייסד\ים האבן נישט געוואלט עכט אז ס'זאל ווערן א נחלת הכלל, אדער ווייל ס'האט זיך געמאכט אינערליכע סיבות (רייבערייען?) וואס האט געשטערט פארן אויסברייטערונג פונעם פלאץ, צו ווייל ס'איז נישט געמאכט פארן ברייטן ציבור וכדו'.
---
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובה דורך רחש לבי »

ס׳איז קלאר אז היינט איז גאר א אנדערע תקופה ווי אמאל און ס׳איז נישט קיין ראי׳ פון די אלע שטעטלעך וואס זענען געגרינדעט געווארן ווען ס׳איז נישט געווען די יעצטיגע דירות קאטאסראפע.

כדי מצליח צו זיין אינעם איצטיגן מצב פעלט זיך בעיקר אויס אז א עסטעבלישט קהילה און מנהיג זאל שטיין אונטער א פראיעקט כדי מענטשן זאלן שפירן סעקיורט מיט די רוחניות׳דיגע צרכים. און דער עיקר אסאך סיעתא דשמיא.
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

תגובה דורך להוסיף »

דריידל האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:על בשורות טובות אומר ברוך הטוב ומטיב,
וממנו ילמדו וכן יעשו,
בעבר ווען א מנהיג רוחנו איז געשטאנען אונטער אזא אונטערנעמונג איז עס געקרוינט געווארן מיט סוקסעס.
הלאוי זאלן נאך משפיעים אדמורים ראשי ישיבות אים נאכמאכן וואלט געווען א ישועה ציא דעם גלות בתוך גלות, אין אידישקייט וואלט געבליעט אין אלע נייע יישובים.

למשל קאשוי, יוניאן סיטי, נייטרא, קרית פאפא, קרית ספינקא (ר' הערשעלע), וויזניץ קיאמישא, האט זיך אויסגעארבעט?

איך בין א שטארקע שטיצער פון אויסברייטונג אידישע ישובים, אבער לאמיר זיך נישט פאפן אז א מנהיג רוחני איז די דיעל ברעיקער. ס'איז בלויז איינע פון אסאך זאכן וואס מאכן אויס אז א ישוב זאל מצליח זיין

יעדע שטעטל פאר זיך איז א פרשה פאר זיך. מען קען עס נישט ציזאמען באטראכטן.

קאשוי. יוניאן סיטי. נייטרא - זיי האבן זיך יא אויסגיארבייט. ד.מ. עס איז נאכגעקומען די ציהל. עס דינט זייערע קהילות. זיי האבן קיינמאל נישט געזוכט א גרעסערן ישוב.

פאפא און ספינקא. דארט האט דער מנהיג זיך נישט ארויסגעצויגען אהין. אויב יא. וואלט זיכער אנדערש געווען.

וויזניץ קיאמישע ווייס איך נישט צו עס הייסט א סוקסעס. ווייל איך בין אומבאקאנט וואס די ציהל איז געווען.

אויב אזא אנגיזעענע רבי ווי דער קאסאניער רבי שליט"א וועט זיך אליין ארויסציען מיט זיין עולם. וועט עס אוודאי האבן הצלחה. דאס מיינט נישט אז עס דארפן דארט וואוינען הונדערטער מענטשן. עס איז גענוג נאענט צי בארא פארק. מען מוז נישט מאכן אייגענע מוסדות. הלוואי וואלטן אנדערע רבי'ס דאס געטון.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

להוסיף האט געשריבן:

נישט מעגליך אין דע לאנג ראן צו פארן יעדן טאג קיין בארא פארק, דער סטעטן איילענד עקספרעסוועי קריכט יעדן צופרי, דער גאטהעלס איז א דיזעסטער קיין נ.י. סיטי, סאיז דאמירן בעלמא, ער קען אפשר שיקן קיין יוניאן סיטי, כ'ווייס נישט דער מצב דארט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פאליש'ל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 7:40 pm

תגובה דורך פאליש'ל »

lebediger berel האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:נישט מעגליך אין דע לאנג ראן צו פארן יעדן טאג קיין בארא פארק, דער סטעטן איילענד עקספרעסוועי קריכט יעדן צופרי, דער גאטהעלס איז א דיזעסטער קיין נ.י. סיטי, סאיז דאמירן בעלמא, ער קען אפשר שיקן קיין יוניאן סיטי, כ'ווייס נישט דער מצב דארט.

די נייע גאטהעלס האט 3 לעינס, און טאמער פארט מען בענעזאם, קען מען גיין אין HOV ליניע, און דאס קריכט נישט.
איך וויל זיך אנטשולדיגן בעפאר - היות איך בין בטבע א בעל בכי, בוכה איך אפט.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

קענסט מיר זאגן ווילאנג עס דארף נעמען 8:30 אינדערפרי און 5:30 נאכמיטאג פון 13 ביי 50 אין בארא פארק צו דעם אדרעס ווי ער גייט וואוינען אין לינדען?
הבהרה: איך וויל נישט אראפרייסן, פארקערט, איך וויל מעורר זיין מ'זאל טון צו דער זאך און פארשטיין אז אויב איז עס א לאנג טערם פלאן דארף זיין מוסדות אויפן פלאץ, און מ'זאל עס צושטעלן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

תגובה דורך מונאוויטש »

lebediger berel האט געשריבן:קענסט מיר זאגן ווילאנג עס דארף נעמען 8:30 אינדערפרי און 5:30 נאכמיטאג פון 13 ביי 50 אין בארא פארק צו דעם אדרעס ווי ער גייט וואוינען אין לינדען?
הבהרה: איך וויל נישט אראפרייסן, פארקערט, איך וויל מעורר זיין מ'זאל טון צו דער זאך און פארשטיין אז אויב איז עס א לאנג טערם פלאן דארף זיין מוסדות אויפן פלאץ, און מ'זאל עס צושטעלן.

קענסט מיר זאגן ווילאנג עס דארף נעמען 8:30 אינדערפרי און 5:30 נאכמיטאג פון 13 ביי 50 צו 19 ביי 60?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

מונאוויטש האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:קענסט מיר זאגן ווילאנג עס דארף נעמען 8:30 אינדערפרי און 5:30 נאכמיטאג פון 13 ביי 50 אין בארא פארק צו דעם אדרעס ווי ער גייט וואוינען אין לינדען?
הבהרה: איך וויל נישט אראפרייסן, פארקערט, איך וויל מעורר זיין מ'זאל טון צו דער זאך און פארשטיין אז אויב איז עס א לאנג טערם פלאן דארף זיין מוסדות אויפן פלאץ, און מ'זאל עס צושטעלן.

קענסט מיר זאגן ווילאנג עס דארף נעמען 8:30 אינדערפרי און 5:30 נאכמיטאג פון 13 ביי 50 צו 19 ביי 60?

יעצט קענסטו דאס צולייגן, פאר דעם זאג איך אויב לערנט מען אין בארא פארק, דויערט קודם א האלבע שעה זיך אריין/ארויס צו זען פון בארא פארק, נאכדעם גייט מען קריכן אויפן "עקספרעסוועי"
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”