סעילעסמען האט געשריבן:אפענע וועלט האט געשריבן:זענט איר אפשר אויך באקאנט אז קויפערס ווערן געטשארזדשט געלט אויב זיי קלאזן נישט ביז א געוויסע דאטום וואס דער מוכר באשליעסט?
זענט איר אפשר באקאנט אז א קונה דארף לאקן א רעיט און ס'האט אן עקפייערעישן דעיט?
זענט איר אפשר באקאנט וויפיל אלפים ורבבות אידיש געלט אן אינטערעסט דער מוכר האלט ביי זיך וואס דער קונה וויל שוין זעהן איינמאל פאר אלעמאל ?
עס וואלט געווען בענעפישל ווען איר זאלט אייך מאכן באקאנט מיט נאך אפאר דעטאלן. וועט דאס אייך ברענגען צו פארשטיין פארוואס א דאטום טראגט א ווערד ביי מענטשן,
א דאטום איז א סענסיטיווע זאך!
זינט וואנעט צאלט מען א טשארדזש אויב קלאוזט מען נישט די אנגעגעבענע דאטום? בפרט ווען דער סעלער איז דער וואס איז נישט גרייט
ס'שטייט אריין געשריבן אין די שטר, אז פון ווען די מוכר איז גרייט צו קלאזן, קאסט יעדע חודש $4000.00 פארן לוקח ביזן קלויזען, און אויך אויב מען האט נישט מצליח געווען ביז דריי חדשים צו קלאזן, דעמאלסט קען די מוכר פארקויפן די דירה פאר אן אנדערע מענטש, און ער קען האלטן פאר זיך $10,000 פון די דעפאזיט.
און צו ס'קאסט געלט פארן לוקח, זיכער אז יא, פאנג אהן, ווי וואונט ער יעצט, ער צאלט $1500.00 - $2000.00 א חודש רענט, וואס דאס צאלט ער פאר יענעם, אינדערצייט וואס מארטגעדטש צאלט מען פאר זיך.
און די DATE מאכט זייער אסאך אויס, ווייל מ'דארף האלטן געלט אין די באנק אקאונט, און אויך זיכער מאכן צו פארדינען גענוג אויף א W2 כדי צו קענען מאכן א MORTGAGE.
אבער מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז די מוכר איז אויך א מענטש, און ער איז אינטער משוגענע פרעישער, ממילא טוט ער זאכן וואס אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלט ער עס אויך נישט געטוהן. און אין א געוויסע זין אויב וויל מען צושטעלן דירות אויף אזא גרויסע פארנעם גייט עס אויף אזא מין אופן.
א. ב. א. מ.