מחותן האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:דערווייל ווארטן קרית יואל'ע תושבים בכליו עיניים אז מ'זאל אנהייבן בויען אויף די נייע שטחים, ס'וועט דורכגיין דער פראצעדור און מ'וועט זוכה זיין צו נאך טויזענטער דירות אין רבינ'ס הייליג שטעטיל, ס'וועט צוקומען הרחבת הדעת בעז"ה.
אויב איך מעג דיר פארעכטען, איך וואלט געשריבען אביסל אנדערש,
תושבי קר"י ווארטען אויף א אפציעלע הסברה פון די שטאט טאטעס וואס זיי גייען טיען אז דער עמך איד זאל אויך הנאה האבן פינעם אנעקסעשין צו האבן די מעגליכקייט צו קויפן א דירה פאר דורכשניטלכע נישט טייערע פרייז,
יעצט איז די צייט אז דער עולם זאל ווערן אינפאמירט צו זיי גייען איבער מאכען די עפארדעבאל געזעץ, אדער עס גייט זיין א נייע עפערדאבל געזעץ, אא"וו וואס די באהערדע גייען טיען צו פראבירען אראפצוברענגן די גאר טייערע דירות פרייזן.
ווילאנג די ווילידש אלעמענירט נישט די געזעץ וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אלע בילדער'ס, נעמליך, צו בעטן 200 דאללר א סקוועיר פיס פער דירה, ווי אויך זייער געזעץ אז מ'טאר נישט בויען די זעלבע צייט וואס א צווייטער בויעט. (אין צוגאב צו די אנדערע געזעצן ווי זיי האלטן די בילדער'ס ביים גענאק צו בעטן טייערע פרייזן) וועט קיין נארמאלע פרייז נישט זיין. ווי מחותן שרייבט שוין, עס איז צייט אז די שטאטישע טאטע'ס זאלן געבן אן אפציעלן הסברה וויזוי די בילדער'ס גייען אראפלאזן זייערע פרייזן.
דער אמת איז אבער אז מיר דא אין שטאט האבן די זעלבע פראבלעם. מעיאר דיבלאזיו האט אין א לעצטע געזעץ געצווינגען דושינסקי צו בעטן 500 דאללער פער סקוועיר פיס. א געזעץ פון וועלעכע יאקאבאוויטש האט זיך דערווייל ארויסגעדרייט, אבער גאט זאל אפהיטן אויב דיבלאזיו צווינגט ווייטער דושינסקי.