סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2577
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:02 pm

הרב אלטר גלאנץ חתן האדמו"ר מהרי"י.

אויב איך בין איך
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

תגובהדורך אויב איך בין איך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:56 pm

ר' אלטר וואוינט שוין דארטן? אין ווער איז מוי"ץ ווען מען וויל פרעגן א שאלה?

חזקי פרידמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 4:19 pm

[attachment=0]IMG_20191108_161521.jpg[/attachment]
צוגעלייגטע
IMG_20191108_161521.jpg
IMG_20191108_161521.jpg (126.43 KiB) געזעהן 3641 מאל

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:09 pm

די קינדער פון לעיקוואוד זענען אריינגעקומען צום מעמד צאתכם לשלום?

דא זעט מען דעם נייעם מנהל.

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:38 pm

יא די עלטערע קינדער זענען אריין געפארן.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

NEW DEVELOPMENT APPROVED

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 1:37 pm

Sorry for writing in English, i don't have a Yiddish keyboard now.
Yesterday was a very happy day for anyone who hoped that Lakewood should provide affordable housing for the coming years, IY"H, (hopefully we shouldn't need as Moshiach will come)
The planning board approved a large development, very close to the Satmar area, the golf course, it will be a huge help to hold the prices stable for the next few years.
Its more than 500 duplexes, which is more than the Oak & Vine project, if that area gets populated by Heimeshe Chasidishe families, from there it is a small step to Toms River (Tallymawr area)/Jackson.
It will also include stores and Shuls, which will most likely also serve the Toms River/Jackson yiddishe families.
It will also has an impact on the nearby senior developments, as they will get sandwiched in between all the Chasidishe developments.

געהאפט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

תגובהדורך געהאפט » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:16 pm

לעיקוואד האט געשריבן:Sorry for writing in English, i don't have a Yiddish keyboard now.

This is only phase 1 they are bulding there over 1800 houses
http://theparkenj.com/

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:35 pm

געהאפט האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:Sorry for writing in English, i don't have a Yiddish keyboard now.
Yesterday was a very happy day for anyone who hoped that Lakewood should provide affordable housing for the coming years, IY"H, (hopefully we shouldn't need as Moshiach will come)
The planning board approved a large development, very close to the Satmar area, the golf course, it will be a huge help to hold the prices stable for the next few years.
Its more than 500 duplexes, which is more than the Oak & Vine project, if that area gets populated by Heimeshe Chasidishe families, from there it is a small step to Toms River (Tallymawr area)/Jackson.
It will also include stores and Shuls, which will most likely also serve the Toms River/Jackson yiddishe families.
It will also has an impact on the nearby senior developments, as they will get sandwiched in between all the Chasidishe developments.

This is only phase 1 they are bulding there over 1800 houses
http://theparkenj.com/

וואו אויף די מאפע איז דאס? ווי נאנט צו סאטמאר?
ווערט געבויעט דורך גוים (דוגמת היקערי פיינס)?

(ביז דאס וועט געבויעט ווערן וועלן נאך די פרייזן גאר אסאך שטייגן)

געהאפט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

תגובהדורך געהאפט » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:47 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
געהאפט האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:Sorry for writing in English, i don't have a Yiddish keyboard now.
Yesterday was a very happy day for anyone who hoped that Lakewood should provide affordable housing for the coming years, IY"H, (hopefully we shouldn't need as Moshiach will come)
The planning board approved a large development, very close to the Satmar area, the golf course, it will be a huge help to hold the prices stable for the next few years.
Its more than 500 duplexes, which is more than the Oak & Vine project, if that area gets populated by Heimeshe Chasidishe families, from there it is a small step to Toms River (Tallymawr area)/Jackson.
It will also include stores and Shuls, which will most likely also serve the Toms River/Jackson yiddishe families.
It will also has an impact on the nearby senior developments, as they will get sandwiched in between all the Chasidishe developments.

This is only phase 1 they are bulding there over 1800 houses
http://theparkenj.com/

וואו אויף די מאפע איז דאס? ווי נאנט צו סאטמאר?
ווערט געבויעט דורך גוים (דוגמת היקערי פיינס)?

(ביז דאס וועט געבויעט ווערן וועלן נאך די פרייזן גאר אסאך שטייגן)

https://www.google.com/maps/dir/56+Cros ... :0x2a7df0e

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
געהאפט האט געשריבן:http://theparkenj.com/

וואו אויף די מאפע איז דאס? ווי נאנט צו סאטמאר?
ווערט געבויעט דורך גוים (דוגמת היקערי פיינס)?

(ביז דאס וועט געבויעט ווערן וועלן נאך די פרייזן גאר אסאך שטייגן)

גאנץ נאנט צו סאטמאר, פונקטליך וויפיל מינוט ווענדט זיך ווי אינעם דעוועלעפמענט, מען רעדט דא פון א ריזיגע לאט/דעוועלעמענט, דאכט זיך מיר אויסגעשפרייט אויף 100 עיקער.
פארוואס איך האב געשריבן אז עס וועט גיין לכאורה פאר סאטמאר געשטימטע אינגעלייט, פשוט ווייל סאטמאר איז די נענטסטע חסידישע געגענט דערצו, מאכט סענס עס צו מארקעטען פאר סאטמאר'ע אינגעלייט, און זיי וועלן צאלן עפעס מער ווי א ליטווישע אינגערמאן (אבער איך גלייב אז דער בויער וועט נישט טשעקן די ציצית פארדעם...).

עס ווערט געבויעט דורך אידן, פון די בעסטע דעוועלעפארס אין שטאט.

איך בין נישט קיין נביא צו וויסן אויב פרייזן וועלן שטייגען צו נישט, אבער די מציאות איז, ווען עס איז דא א גרויסע סופליי גייט נישט ארויף קיין פרייזן, אוק און וויין איז נישט ארויף צו סאך פון אנפאנג ביז יעצט, עפעס דארף אייביג ארויפגיין, ספעציעל פון פאר'ן בויען ביז נאכן בויען.
אבער די מציאות איז געווען עטליכע יאר צוריק אז יעדע דעוועלעפמענט איז געשטיגן מיט איבער 100K פון פאר'ן בויען ביז נאכ'ן בויען, משא"כ אוק ענד וויין. אוודאי קאסט היינט מער ווי פינף יאר צוריק, ווען יענע געגענט איז געווען אן ארץ לא זרועה.

די דעוועלעפארס האבן נעכטען באקומען די לעצטע אפראוועל און דאס מיינט אז זיי קענען אנהייבן בויען בקרוב, און זיי האבן באקומען ווייניגער ווי זיי האבן געוואלט און גערעכנט, און יעדע טאג וואס זיי בויען נישט איז א שאדן.
לויט ווי איך שאץ וועט מען שוין קענען וואוינען דארט אין 3 יאר. (מען דארף פיינעלייזן, ציען אינפראסטראקשטער, קאורט קעיס אויב עס וועט זיין ועוד קליינע שטרויכלונגען וואס קען זיך אייביג מאכן)

חזקי פרידמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » מוצ"ש דעצמבער 14, 2019 8:39 pm

IMG_20191214_202606.jpg
IMG_20191214_202606.jpg (185.62 KiB) געזעהן 2090 מאל

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 2:46 pm

ר' הערץ פרענקל אין חדר לכבוד כ"א כסלו
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2019-12-18 at 12.27.15 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-12-18 at 12.27.15 PM.jpeg (208.69 KiB) געזעהן 1852 מאל

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:39 pm

וואו איז דאס, אין די נייע חדר?
קוקט אויס זייער בא'טעמ'ט פריש און גרויס
WOW

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

הרחבת גבולי הקדושה

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 8:21 pm

הרחבת גבולי הקדושה אין די סאטמארער מוסדות אין לעיקוואוד אויף א מאסשטאבליכן פארנעם
כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים צענטראלן סעודת הודאה "נאנט צו פינף הונדערט קינדער אויפן ניים זמן הבעל"ט" - באזוך פון לאנגיעריגער "פרינציפאל" אין בית רחל הרה"ח רבי הירץ פרענקל שליט"א אין די מוסדות, גייסטרייכע דרשה פאר מאמעס פון בית חינוך

סאטמאר לעיקוואוד - די הרחבת גבולי הקדושה אינעם היימישן ישוב פאר אנ"ש אין לעיקוואוד איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, און אין דעם איז נכלל די היימישע מוסדות וועלכע זענען נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אלס גרונדשטיין פאר דעם ישוב אז אנ"ש זאלן קענען ערציען די קינדער אויפן דרך המקובל והמסורה לנו פון רביה"ק זי"ע, די אויסטערלישע בליה און ואווקס וואס מען זעהט בחוש אין די מוסדות הק' איז העכער אלע ערווארטונגען, סיי באיכות, אז דער שטאפל פון חינוך הבנים והבנות איז אויף א גאר הויכן ניווא ב"ה, וואס די געקליבענע צאל מחנכים ומחנכות, וועלכע מען האט אויסגעוועלט אויף זייערע פאזיציעס צו מחנך זיין די קינדער שיחי' בדרך התורה והיראה, לייגן אריין אינטענסיווע כחות צו קענען אנהאלטן דעם שטאפל פון די לימודים און סטאנדארט פון חינוך צו מדות טובות און יראת שמים אויף א הויכע דרגא, אונטער דעם אויפזיכט פון די חשוב'ע מנהלים, ביי די תלמודת תורה איז דאס דער מנהל רוחני הרה"ג ר' שלום עוזר שפיץ שליט"א בהגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ב"פ שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ אבד"ק דושינסקיא זצ"ל, און ביי די מיידלעך איז דאס די באגאבטע מרת קלוגהויפט תחי', טאכטער פון הגה"צ נודע בשערים ר' יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' תו"י, און עס ווייזט זיך ארויס צו האבן געווען א גאר געלונגענער אויסוואל בעז"ה, ווען די עלטערן קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט מיט וואס די חשוב'ע מחנכים ומחנכות געבן זיך איבער פאר די צאן קדשים, ארויפברענגענדיג דעם מוסד אויף א ניווא וואס איז א חידוש.

דער כתר שם טוב פון די סאטמארע מוסדות אין לעיקוואוד האט זיך בליץ שנעל באקאנט געמאכט, און מערערע עלטערן האבן אנגעקלאפט אויף די טירן צו קענען אריינלייגן זייערע קינדער אין די מוסדות הק', דאס האט זיך אפגערופן גאנץ שנעל אויף דעם מספר התלמידים והתלמידות אין די מוסדות, ווען דער ציפער איז געשפרינגען דורכאויס די לעצטע יאר צייט מיט אריבער הונדערט פראצענט, און עס האלט אצינד ביי בערך פיר הונדערט תלמידים ותלמידות בלעה"ר און אלע פון חשוב'ע היימישע שטובער, וועלכע גייען און פירן זיך בדרכי אבותינו ורבוה"ק ווי אלע היימישע סאטמארע מוסדות בלי כחל ושרק, און מיט די פאראויסזעעהנדע וואוקס אויף די קומענדיגע יאר, אריינגערעכנט דעם פלייץ פון נייע דירות אין דעם היימישן ישוב און די אומגעגנט וועלכע ווערן פארטיג אויפן קומענדיגן שנת הלימודים, איז דער ציפער ערווארטעט צו שטייגן נאך מער.

ביי די צענטראלע סעודת הודאה פאר אנ"ש ביום ההצלה כ"א כסליו העעל"ט אינעם גיגאנטישן יוניאן לאט אין וויליאמסבורג, האט כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דערמאנט די הרחבת גבולי הקודשה אין די סאטמארע מוסדות איבער גרעיטער ניו יארק, האט דער רבי שליט"א מיט התרגשות פון פרייד מבשר געווען פאר די טויזנטער אנ"ש הנאספים אז די מוסדות הק' וועלן זיך עפענען צום קומענדיגן שנת הלימודים מיט קרוב צו פינף הונדערט קינדער בלעה"ר, כ"י, און דער רבי שליט"א האט באטאנט אז מען איז אקטיוו פארנומען מיטן זוכן נאך א בנין פאר די מוסדות, נאכדעם וואס דער נייער בנין וואס מען האט אפגעקויפט בלויז עטליכע חדשים צוריק, איז שוין אויסגעוואקסן און קען נישט נאכקומען דעם אויסטערלישן וואוקס בלעה"ר.

אויך איז הגה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א חדב"ן ואב"ד הקהלה והמוסדות אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט די מנהלי המוסדות, און קומט פערזענליך אראפ פארהערן די קינדער, און איבערגיין מיט די מחנכים ומנהלים די לימודים און פארשריט אינערהאלב די מוסדות הק', מיט אן עינא פקיחא צו פארזיכערן אז אלעס ווערט געפירט אויפן דרך הטוב והישר.

א באזונדערע אונטערנעמונג איז דאס אראפברענגען מגידים און דרשנים, סיי פאר די קינדער פון חדר און שולע, אריינצוגעבן דעם ווארימקייט און ערליכן חינוך בתורה ויראה על פי דרכו פון רביה"ק זי"ע המסורה לנו מדור דור, און סיי פאר די עלטערן מזממן לזמן, צו הערן און קולט זין די אויפגאבע פון עלטערן אין אזא שווערן דור, צו קענען ערציען ערליכע אידישע דורות, הצד השוה שבהן, צו קענען אנהאלטן א הויכן ניווא פון ערליכן חינוך, סיי אין די מוסדות און סיי אין די שטובער.

אין די פארגאנגאנע וואכן האט מען געהאט א חשוב'ן גאסט צווישן די מוסדות, ווען הרה"ח רבי הירץ פרענקל שליט"א, לאנגיעריגער מנהל פון לימודי חול אין בית רחל אין וויליאמסבורג, וועלכער איז נאך אויפגענומען געווארן אויף די פאזיציע דורך מרן רביה"ק זיע"א, און האט מקבל געווען מפיו הטהור אומצאליגע יסודות און הדרכות בחינוך הבנות, איז געקומען באזוכן אין די מוסדות הק', אין באגלייטונג פון זיין זוהן הרבני הנגיד עושה ומעשה לתורה ולתעודה רבי מנשה הי"ו, וועלכער איז זעלבסט א נאנטער מקורב צו בית סאטמאר, און האט ביישטייערט א ריזן סכום פאר די מוסדות הק' אין לעיקוואוד ביים באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין לעיקוואוד, פארגאנגאנעם חודש שבט העעל"ט.

רבי הירץ שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין ת"ת, ווי דער מנהל שליט"א האט אים אויפגענומען מיט ווארימע ווערטער, און פארציילט פאר די קינדער איבער זיין לאנגיעריגע קשר צו רביה"ק זי"ע ולכל קדשי בית סאטמאר, דאן האט רבי הירץ איבערגעגעבן פאר די קינדער ווארימע רייד פון הדרכה וחיזוק לתורה וירא"ש, במשנתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע.

שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען צו די תלמידות פון בית חינוך, וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט א לעגערע דרשה, און געשילדערט זיין היסטאריע אין בית רחל, ווי ער האט מקבל געווען פונקטליכע הדרכות און אנווייזונגען פון רביה"ק זי"ע על כל צעד ושעל, און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר די קינדער מיט א מקור ראשון ווארימקייט און ברען.

דעם פאלגענדן טאג האבן די חשוב'ע מאמעס פון די תלמידות זיך פארזאמלט צו א ספעציעלע דרשת חינוך, ווי ר' הירץ שליט"א האט אויפגעטרעטן און פארציילט איבער זיין קשר און די הוראות פון רביה"ק זי"ע, און פון זיין לאנגיעריגע עקספערטיז, איבערגעגעבן די הוראות וואס א אידישע מאמע דארף ויסן צו קענען ערציען ערליכע אידישע טעכטער, ווי עס פאסט פאר א סאטמארע תלמידה, און ווי רביה"ק האט פון אונז שטענדיג געפאדערט.

ילכו מחיל אל חיל.

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט