לעיקוואד והגלילות - ישובים און דעוועלאפמענטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

לעיקוואד והגלילות - ישובים און דעוועלאפמענטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

לעיקוואד - די לעזונג צום דירות קריזיס:

נאך פארלאנג פון טויזנטער פאראינטערסירטע איבער דירות פראיעקטן אין לעיקוואד, וועט פארקומען א טאג פון הסברה און קלארשטעלונג איבער דירות און לעבנסשטייגער אין לעיקוואד

אימפעריאל ריעל עסטעיט וואס בויעט נייע חסידישע יישובים אין לעיקוואד שטעלט פאר א טאג פון "וועלקאם צו לעיקוואד" ווי מען וועט זיך טרעפן מיט נייע תושבים, שטאט פירער, מוסדות פארשטייער, פינאנציעלע יועצים און ריעל עסטעיט מומחים, צו פארשטיין איבער די אקט פון זיך ציען צו לעיקוואד.

לעיקוואד ניו דזשורזי.

אויף די גאסן אין די נייע הערליכע גלילות פון לעיקווואד זעהט זיך אן פרישקייט און לעבן. ארום די נייע שיינע הרחבה'דיגע הייזער, זעהט זיך אן פרייליכע חסידישע קינדער מיט לאנגע פאות שפילן און טאנצן ארום, די שמייכל אויף זייער פנים דערציילט דעם סוד: זיי זענען נארוואס ארויס מאפילה לאור גדול, פון א קליינטשיגע דירה אין אפארטמענט בילדינג, צו א הערליכע הויז אין לעיקוואד.

עס איז א שאד יעדע ווארט צו שילדערן איבער די שרעקליכע דירות קריזיס וואס מוטשעט און פלאגט דאס יהדות החרדית. אידן אין ניו יארק, הויפטזעכליך אין ברוקלין מוטשען זיך אין די צונויפגעפרעסטע עקזיסטירנדע געגענטער און מען זעהט נישט די ליכטיגקייט ביים ענדע טונעל. פארשידענע מעגליכע לעזונגען זענען שוין צערינען ווי זייפנבלאזן, און אידן, לעכצענדיג נאך אביסל הרחבת הדעת און א לייטישע דאך איבערן קאפ, זוכן דעם ישועת ה'.

מבינים, און אייגענטליך ווער עס עפענט די אויגן און קוקט לאגיש, זעהט אז די עתיד איז בעזר ה' אין לעיקוואד. די קלארע לעזונג צום דירות קריזיס איז אין לעיקוואד. לעיקוואד איז נישט א פלאן, נישט א געדאנק, נישט א פראיעקט, נאר א פאקט. אן עיר ואם בישראל, עיר התורה והחסידות, וואס האט פלאץ פאר נאך טויזנטער משפחות און עס ציען זיך אריין הונדערטער חסידישע משפחות אין נייע געגענטער ארום און ארום לעיקוואד.

ארום לעיקוואד ווערן געבויעט הונדערטער הערליכע דירות אין גאר שיינע דירות פראיעקטן, פאר גאר צוגענגליכע פרייזן. א הערליכע הויז אין לעיקוואד איז ביליגער ווי א צעקוועטשטע קאנדימיניום אין ברוקלין. עס איז ווייט פון אן ארץ לא זרועה, עס איז א פעסטע אידישע שטאט מיט פופצן טויזנט ערליכע פרומע אידישע איינוואוינער, עטליכע טויזנט פון זיי חסידישע. ריזיגע חסידישע מוסדות און ארגענאזאציעס, גענוג און נאך שאפינג, דאקטורים, כשר'ס, רוחניות און גשמיות. די שטייערן אין לעיקוואד זענען פארהעלטנסמעסיג רוהיג, די וועטער איז ווי אין ברוקלין, די וועג פון ברוקלין איז זייער קורץ, קורצער ווי ביז מאנסי, און אלע מעלות זענען ב"ה ריין פון סיי וועלכע חסרונות.

מען דארף נישט משכנע זיין קיין מענטשן, ווייל די נאכפראגע איז גאר גרויס. גאנצע ריזיגע גאסן ווערן פיל אין אומגעגענטער ארום לעיקוואד פון נייע חסידישע געגענטער. די נייע "קרית בעלזא" לעיקוואד, באשטייט פון צוויי הונדערט נייע משפחות און נייע מוסדות, און יעצט בויען זיך נייע געגענטער פאר חסידי סאטמאר און אנדערע קרייזן. יעדן טאג זעהט מען מערערע מואווינג טראקס ברענגען משפחות, און די נייע געגענטער ברייטערן זיך אויס ב"ה יעדן טאג.

ווי גרויס עס איז די פאקטישע אויסברייטערונג, איז פיל גרעסער די נאכפראגע. טויזנטער אידן וואס זוכן צו קענען איין טאג קויפן א מענטשליכע דירה, קוקן שטארק ארויס צו לעיקוואד און האפן צו קענען איין טאג אהינקומען. די פירמע "אימפעריאל" וועלכע שטייט אונטער אסאך נייע דעוועלאפמענטס אין לעיקוואד און די גלילות, באקומט הונדערטער שאלות פון מענטשן וואס זוכן צו הערן דעטאלן און פארשטיין וואס דאס באדייט וואוינען אין לעיקוואד און זיך גוט דערגרונטעווען פאר מען טוט א גרויסן שריט פון מופן צו א נייע געגנט.

דעריבער שטעלט "אימפעריאל" צו א גאר וויכטיגע סערוויס פארן ציבור, דעם קומענדן זונטאג שמות, י"ג טבת, א פולע טאג פון הסברה און קלארשטעלונג מיטן נאמען "וועלקאם צו לעיקוואד" ווי א ריזן ציבור פאראינטערסירטע וועלן באקומען אלע וויכטיגע אינפארמאציע און זיך באקענען מיטן לעזונג צום דירות קריזיס.

די טאג וועט ארייננעמען א בליק איבער די הערליכע עיר התורה והחסידות לעיקוואד, מיט אירע הערליכע מקומות התורה, אידישע גאסן און שאפינג צענטערן, און מער ספעציפיש טורס אין די נייע געגענטער, גרונטליך באטראכטן די נייע הייזער, שמועסן מיט נייע געקומענע תושבים איבער זייער טראנזיציע, עצות והדרכות איבער די נייע שטאט. שמועסן איבער די שטאטישע פראגראמען אין שטאט, איבער די לאקאלע רעגירונג, די שטייערן און אזוי ווייטער.

ווי אויך וועט מען שמועסן איבער די רוחניות פון די נייע געגענטער, איבער די מוסדות פון שטאט ווי מען קען שיקן די קינדער. פלענער איבער נייע מוסדות און בתי מדרשים אין די נייע געגענטער. נייע שאפינג צענטערן און נאך. אלעס כדי צו מאכן זיכער זיך גוט צו באקענען מיטן שטאט און קענען מאכן די בעסטע החלטה צו מופן, באזירט אויף וויסן אלע דעטאלן און מאכן די החלטה מיט א קלארן ניכטערן קאפ און אסאך יישוב הדעת.

במשך דעם טאג וועט מען בע"ה באגריסן דעם מעיאר פון לעיקוואד, וועלכער וועט אויסדרוקן די פרייד פון די שטאט פאר נייע ערליכע תושבים. מען וועט באגריסן מעדיצינישע רעפרעזענטארן וואס וועלן דערציילן איבער די מעדיקעל צענטערס אין די געגנט און נאנטע שפיטעלער. עס וועלן זיין אדוואקאטן, מערערע ריעל עסטעיט לייט און מארגעדזש בראוקער וואס וועלן ארויסהעלפן מיט וויכטיגע אינפארמאציע פון וויאזוי צו קלויבן די ריכטיגע דירה, וויאזוי טוט מען די לעגאלע קנין און וויאזוי באקומט מען די בעסטער מארגעדזש.

אויך וועלן אנוועזנד זיין מומחים אין פינאנץ און אקטיוויסטן אין לעיקוואד'ס פרנסה וועלט, וואס וועלן שמועסן מיט די יונגעלייט איבער פרנסה מעגליכקייטן אין שטאט און וויאזוי די לאקאלע עקאנאמיע ארבעט.

די אלע שאלות וואס יונגעלייט פרעגן ווי א שטייגער "קומט טאקע, סוף טאג, אויס אז עס איז ביליגער צו וואוינען אין לעיקוואד" אדער "וויפיל געלט דארף איך פאר א דאון פעימענט" צו אזא שאלה "ווי וועל איך טרעפן א מוסד פאר מיינע קינדער" אדער די אפט געפרעגטע "ווי וועל איך טרעפן א דזשאב" די אלע שאלות וועלן בע"ה געקלארט ווערן ביי דעם טאג פון הסברה. ווי די עקספערטן אויף יעדע געביט, לויערס, אינשורענס אגענטן, ריעל עסטעיט דעוועלאפער, מארגעדזש בראוקער, און ביזנעס אדווייזערס וועלן עלאקוואנט ענטפערן און ערקלערן יעדע שאלה בע"ה.

צו הערן איבער די טאג פון זיך באקענען מיט לעיקוואד, אדער סיי וואס איבער זיך ציען קיין לעיקוואד, ביטע רופט די עקספערטן פון אימפעריאל: יחזקאל שטיינער 347.870.9968 אדער אימעילט צו [email protected]

עס פילט אן מיט פרייד צו מיטהאלטן די הערליכע וואוקס און בליה פון לעיקוואד, און זעהן אז נאכן טאטאל אויסוואקסן ברוקלין, איז דא א מקום ווי מען קען קומען אל המנוחה ואל הנחלה און קויפן א דירה בהרחבת הדעת און דינען הקב"ה אומגעשטערט.
אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

בילד
בילד
בילד
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

מאכסט מיר זייער פרייליך, איינס אז דער ארענדער איז צוריק דא (נישט נאר מציץ מן...), צווייטנס אז ס'ריקט זיך די נייע ישובים ב"ה, זאל דער בוכ"ע העלפן אויף ווייטער

שכח פארן באריכט - עד
למעשה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעשה »

באקומען אין אימעיל פון איינעם

Imperial Real Estate will be hosting a huge event in
Lakewood this Sunday, January 4
This event is for existing and potential buyers that would like to be more educated about Lakewood

Below is a complete itinerary detailing the schedule for the day

Doors open at 11:00 at Chemed
The address there is 1771 Madison Ave, Lakewood NJ 08701

At Chemed there will be refreshments and booths with different companies presenting information. You will be able to meet with realtors and get materials, brochures and maps to use throughout the day

Following that until 1:00 attendees will be able tour Lakewood and see key landmarks. We will be handing out a thorough map showing a route that will take you through Lakewood all the way to the south side of town. You will be able to visit existing developments and meet people that made the move. On the way you will pass Yeshivas, schools, supermarkets and shopping centers that will marked on the map

At 1:00 the seminar begins with lunch at Bnos Orchos chaim
The address there is 388 Chestnut Street, Lakewood NJ 08701

Please reply by email if you would like to register for this event. If you have any potential concerns that you would like us to discuss you can respond with that as well. If you are emailing to register and you are currently in contract already please specify in the email which project bought in
Thank you

We look forward to seeing you!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קרעטשמער האט געשריבן: די וועג פון ברוקלין איז זייער קורץ, קורצער ווי ביז מאנסי,

איך פארשטיי נישט דיזע ווערטער
לויט די אדרעסע פון די ענגלישע תגובה העכער מיינס, זאגט גוגעל מאפעס אז א וועג פון מיין דירה ביז די אנגעגעבענע אדרעסע געדויערט 1 שעה מיט 24 מינוט. איז דאס קורצער ווי ביז מאנסי?
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ארענדער,
די בילדער לאודען זיך עפעס זייער שטייט, און ביי מאנכע לאוד עס בכלל נישט.

פליז טשעק איט אוט.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

די פילטערס שאלד טשעק איט אוט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

די וואס נוצן עד בלאקער קענען עס נישט זעהן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

לכאורה האט געשריבן:
קרעטשמער האט געשריבן: די וועג פון ברוקלין איז זייער קורץ, קורצער ווי ביז מאנסי,

איך פארשטיי נישט דיזע ווערטער
לויט די אדרעסע פון די ענגלישע תגובה העכער מיינס, זאגט גוגעל מאפעס אז א וועג פון מיין דירה ביז די אנגעגעבענע אדרעסע געדויערט 1 שעה מיט 24 מינוט. איז דאס קורצער ווי ביז מאנסי?

לאמיר לערנען פשט:
פון בארא פארק קיין מאנסי אין די נאכמיטאג שטונדען איז לענגער ווי קיין לעיקוואד...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ס'גייט זיין נאר פאר מענער אדער אויך פאר פרויען? כ'האב חשק צו גיין.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

פיר אויס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב א צווייטע שאלה, איך פארמאג נישט קיין אויטא, וויאזוי קום איך אן אהין?
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

א היטש, כגלייב אז א שיינע פאר ניקים דא וועלן זיך אהינכאפן, אישי דיר מיט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויב מען פארט פארפעלקערווייז איז אביסל שווערליך צו היטשן
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די פרויען אין איין קאר און די מענער אין ס'אנדערע.

#מנהג המקום
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

נישט געכאפט פונקנטליך וויאזוי די טאג גייט אויסקוקן, גייט מען ארומשפרייזן אין לעיקוואוד מיט א עסקארד פון איין אפיס צום צווייטן? פון איין דעוועלאפמענט צום אנדערן?

איז עס א מיטינג אין א זאל? אדער קברים סטייל נסיעה?
לעצט פארראכטן דורך א איד אין גלות אום מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

green האט געשריבן:פיר אויס

און איך וויל וויסן אויב מ'קען מיטנעמען ס'ווייב, און אויב יא מיינט דאס אז מ'דארף מיטנעמען אויך די קינדער...
לעצט פארראכטן דורך זאכליך אום מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

To register & for more information please email
Yecheskel shteiner
Cell 347.870.9968
[email protected] / [email protected]
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

ער ענטפערט גערן אויף אלעם
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

אטאטשירט פאר די וואס קענען נישט זען די בילדער

Lakewood_01.jpg


Lakewood_02.jpg


Lakewood_03.jpg
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

ממנו ילמדו וכן יעשו די אלע וואס קומען אויף מיט פראיעקטן פארן ציבור זאלן מאכן א עפנטליכער טאג פאר די פובליק ווי אלע פרטים זאלען ווערן אויסגעקלארט, אנשטאט ברויכען הערן אויף קו"מ אדער שרייבן תגובות דא אויף אייוועלט.
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

עס איז דא צוגעשטעלטע טראנספעטציע?
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

א איד אין גלות האט געשריבן:נישט געכאפט פונקנטליך וויאזוי די טאג גייט אויסקוקן, גייט מען ארומשפרייזן אין לעיקוואוד מיט א עסקארד פון איין אפיס צום צווייטן? פון איין דעוועלאפמענט צום אנדערן?

איז עס א מיטינג אין א זאל? אדער קברים סטייל נסיעה?

אויב נעמסטו מיט דיין ווייב איז עס א קברים סטייל נסיעה...
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

די הייזער וואס מען גייט בויען זענען די עלבע ווי אויף די אדווערטיימענט (סינגל פעמעלי) אדער אזוי ווי די בעלזא דעוועלאפמענט (עטעטשד)?
למעשה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעשה »

עס זעהט אויס ווי עפעס זאכליך. לויט ווי דער שטיינער שרייבט און זיינע אימעילס איז עס נישט בלויז איין דעוועלאפמענט וואס זיי גייען פראקלאמירן דארט, סיז אן איבערבליק איבער די גאנצע שטאט מיט פארשידענע אפשינס פון הייזער וואס זיי ווילן אפערן דארט פארן היימישן ציבור וואס וועלן ווערן פרעזענטירט דארט. איך האף מיטן אייבערשטנב הילף זיך צו באטייליגן דארט און מיטיילן מיטן עולם די אוטקאם כ'האף מעט אהיימקומען פון דארט מיט א קלארקייט.
סטעי טונד...
Thank you for your interest in our event that we are hosting in
Lakewood this Sunday, January 4

The Lakewood market currently offers a wide verity of different houses, prices etc
The event taking place this Sunday is a general informational seminar to educate people on what's available and everything else that's important on making the move

The program will be a full day schedule in Lakewood, giving potential home buyers an eye opening experience of what this town is all about
WELCOME TO LAKEWOOD

Below is a complete itinerary detailing the schedule for the day

Doors open at 11:00 at Chemed
The address there is 1771 Madison Ave, Lakewood NJ 08701

At Chemed there will be refreshments and booths with different companies presenting information. You will be able to meet with many government program advisers, and get materials, brochures and maps to use throughout the day

Following that until 1:00 attendees will be able tour Lakewood and see key landmarks. We will be handing out a thorough map showing a route that will take you through Lakewood all the way to the south side of town. You will be able to visit existing developments and meet people that made the move. On the way you will pass Yeshivas, schools, supermarkets and shopping centers that will marked on the map

At 1:00 the seminar begins with lunch at the hall of Bnos Orchos Chaim
The address there is 388 Chestnut Street, Lakewood NJ 08701

It is important for everyone to bring along their spouse so all their concerns are being addressed and they can go home with a clear understanding
​If you are planning to attend please reply with full name and phone number

We look forward to seeing you

Yechezkel Steiner
Licensed Realtor Associate
Imperial Real Estate Agency
Cell: 347.870.9968
Office: 732.905.5511 | Fax: 732.942.6658
Address: 212 Second Street, Suite 405
Lakewood, NJ 08701
[email protected]
http://www.ImperialNJ.com/csteiner
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”