בלאט 110 פון 347

געשריבן: מאנטאג מארטש 21, 2016 9:01 pm
דורך זשערסיסיטי עסקן
זאכן רוקן זיך מיט א מוראדיגע שנעלקייט, אזש אפילו די עסקנים אליין קענען קוים מיטהאלטען די פראגרעס.

מיין פרעזענליכע אבזערוואציע, זשערסי סיטי האט אין די לעצטע וואכן אריינגעטרעטן אין פאזע צוויי. לאמיך מסביר זיין וואס איך מיין מיט פאזע 2.

בדרך כלל א יעדע נייע שטעטל גייט אדורך 3 פאזעס.

1. א פרישע שטעטעל. מענטשען הערען דערפון צום ערשטען מאל, יעדעם נייעם איינוואוינער רעדט איבער 20 מאל מיט די עסקנים צו עס איז טאקע כדאי צו מופען.
2. שטעטעל איז שוין באקאנט. מענטשען הערען שוין די גוטע גריסן, און מענטשען הייבן אן אויף די אייגענע האנט ארויסצומופן אן בכלל אינוואלווען די עסקנים.
3. די היץ. איינמאל דער שטעטעל ווערט געהעריג אוועקגעשטעלט מיט א באדייטענדע צאל צופרידענע איינוואוינער, קומען צו לויפן די אלע מענטשען וואס זענען געשטאנען אויף די סיידליינס און הייבן אן צו קויפען אין די מאסן.

א לעבעדיגע דוגמא איז די שטאט לעיקוואד וואס איז דורך אלע דריי פאזעס, און די לעצטע 10-15 יאר איז מען דארט שוין אנגעקומען צו פאזע 3.

אין נארמאלע צייטן קען נעמען יארן יארן פון מען ריקט זיך פון איין פאזע צום צוויטען, אבער צוליב דעם געפערליכען דירות קריזיס איז קלקלתו זו תקנתו, און זאכן ריקן זיך הונדערט מאל שנעלער ווי געראכטן, און זשערסי סיטי אין איר קורצע עקזיסטענץ האלט שוין יעצט ביי פאזע 2.

איך וועל געבן צוויי דוגמאות וואס האט מיך איבערגעצייגט אז מען האלט שוין טאקע ביי פאזע צוויי. פאר א 2 וואכן צוריק האט אן עסקן באקומען א טעלעפאון רוף פון א איד וועמענס נאמען יעזורו האט קיינמאל נישט געהערט בעפאר, דער רופער פארציילט אז ער מיט א חבר האבן געקויפט הייזער אין זשערסי סיטי ווי זיי פלאנען זיך ארייצוציען גאר בקרוב, און זיי ווילן פאר דינגען דעם אויבערשטען שטאק.

דוגמא נאמבער 2, א גרופע פון בערך 10 אינגעלייט האבן זיך אליינס צוזאמגענומען אז זיי ווילן מופן אינאיינעם, און האבן פארגאנגענע וואך ארויפגערופען איינע פון די עסקנים פאר א מיטינג דורכצושמועסן פארשידענע פרטים.

דער שפיץ פון ביידע עובדות איז, אז מענטשען האבן געארבעט אליינס מיט אן אתערותא דלתתא. דאס ווייזט קלארדעם אומגלויבליכער פאקט אז זשערסי סיטי האלט שוין ביי פאזע 2

געשריבן: מאנטאג מארטש 21, 2016 9:13 pm
דורך כאפצעם
ב"ה. כן יעזור ה' להלאה

געשריבן: דינסטאג מארטש 22, 2016 11:18 am
דורך ציקוועטשט
זשערסיסיטי עסקן האט געשריבן:[quote="זשע

מען האלט שוין ב"ה ביי 63 נותנים. לאמיר פראבירן אנצוקומען צו 100. עס וואלט גווען א דבר גדול מאוד.


מען האלט שוין ב"ה איבער הינדרעט נותנים

געשריבן: דינסטאג מארטש 22, 2016 1:54 pm
דורך דריידל
ווייסט איינער ווען ס'איז מנחה היינט?

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:18 pm
דורך babaganush
יעזורו מעלדט:

"גרינוויל שאטעל אריין אין קראפט"

מיט גרויס פרייד קומט אן די בשורה אז דער ’גרינוויל שאטעל‘ איז ברוך ה‘ שוין אריין אין קראפט, און עס מאכט שוין טעגליכע טריפס פון זשערסי סיטי דער שאטעל דינט סיי צו טראגן די תינוקת של בית רבן אין חדר אריין, און סיי פאר אידן העוברים ושבים קיין גרינוויל. עטליכע טריפס ווערן געמאכט טעגליך צום באקוועמליכקייט פונעם ציבור קיין וויליאמסבורג און צוריק.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך.

רבותי כאפטס אריין א געוואלדיגע זכות פאר פורים !

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:40 pm
דורך יצחקי
https://www.gofundme.com/thejc-community
לכאורה נאך קיינמאל נישט געווען אזא סארט צדקה.
שיקטס ארום דעם לינק פאר אלע באקאנטע

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2016 4:25 pm
דורך Jersey
דריידל האט געשריבן:ווייסט איינער ווען ס'איז מנחה היינט?

7:40

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 24, 2016 12:32 pm
דורך היימישער אינגערמאן
יצחקי האט געשריבן:https://www.gofundme.com/thejc-community
לכאורה נאך קיינמאל נישט געווען אזא סארט צדקה.
שיקטס ארום דעם לינק פאר אלע באקאנטע

און אזוי אויך אויב קענט איר מחזק זיין, צורעדען, צושטופען, זאגן א גוט ווארט, אז א איד וואס מוטשעט זיך זאל זיך אוועקציען פון וויליאמסבורג צו איינע פון די נייע יישובים, האט איר אים נישט געגעבן א צוואנציגער מתנות לאביונים...... נאר 20,000 יעדעס איינציגע יאר פאר די קומענדיגע 50 יאר.

די זכות איז מוראדיג

געשריבן: פרייטאג מארטש 25, 2016 8:25 am
דורך שאינו יודע
די ווארימקייט פונעם עולם און די נדבות שטח עם עפעס נישט, איך האב ערווארטעט מער נדבות

געשריבן: פרייטאג מארטש 25, 2016 3:04 pm
דורך וואדקע
האט איינער קליפס פון פורים אין גרינוויל?

געשריבן: פרייטאג מארטש 25, 2016 3:42 pm
דורך בן נון
שאינו יודע האט געשריבן:די ווארימקייט פונעם עולם און די נדבות שטח עם עפעס נישט, איך האב ערווארטעט מער נדבות

קוקט אויס אז נאכן צאלן אזויפיל רענט בלייבט שוין נישט איבער צו געבן צדקה...

געשריבן: פרייטאג מארטש 25, 2016 3:42 pm
דורך יצחקי
זעה איך אז דער עולם דא פארשטייט בכלל נישט צו די חשיבות פון דעם צדקה מ'גיבט ענדערש פאר עפעס וואס האט לעקטערלעך אין האלב גייט פאר די וואס זיצן ביים שיסל

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 3:14 pm
דורך שעמעדיגער
געזעהן און "קוק ווינקעל" א שטיקעל באשרייבונג פונעם נייעם ישוב

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 5:49 pm
דורך יהיה כן
רעדנדיג היינט מיט איינעם פון די פירנדע עסקנים דארט, האט ער זיך באקלאגט הלמאי, קיין איין לאקאלע קהלה קאווערט עס נישט [דערווייל], נו? פארוואדזשע? ווייסט איינער עפעס א תירוץ???

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 5:50 pm
דורך בעלבאטיש
כל התחלות קשות ,סאיז זיכער די אז סוועט האבן גרויס הצלחה נענטער ווי ווייטער

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 7:57 pm
דורך קאוטש
שעמעדיגער האט געשריבן:געזעהן און "קוק ווינקעל" א שטיקעל באשרייבונג פונעם נייעם ישוב

ברענג עס אהער.
(מה זה קוק ווינקעל?)

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 8:06 pm
דורך שאינו יודע
התירוץ ששמעתי

אז זיי זענען זיך נישט מתחייב צוצושטעלן בנינים פאר מוסדות אווי די אנדערע ישובים

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 10:01 pm
דורך זאל ער קומען
יצחקי האט געשריבן:זעה איך אז דער עולם דא פארשטייט בכלל נישט צו די חשיבות פון דעם צדקה מ'גיבט ענדערש פאר עפעס וואס האט לעקטערלעך אין האלב גייט פאר די וואס זיצן ביים שיסל

דא אויפן וועלטל האט זיך געטון אזא רעש פאר די געגענט פון עטליכע ניקים אז מ'האט געקענט מיינען אז מ'גייט ווארפן מיליאנען, זעט אויס שרייבן איז גרינגער ווי געבן געלט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 10:12 pm
דורך מיסטעריעז
די אידן וואס האבן געמאכט א רעש פארמאגן דען מיליאנען?...

און אז דו האסט ארויפגעברענגט דאס ענין, איך ווייס נישט פארוואס, אבער נאך די 100k שפרינג בין איך אפגעקילט געווארן און נישט געגעבן ווי געפלאנט (יעצט גייט ער אריינשרייען "פארוואס האסטו נישט געגעבן פריער?..."), און נאכן ארויפריקן די גאול פון 150 צו 360 נאכמער.

.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 31, 2016 12:02 am
דורך בעלבאטיש
.

געשריבן: פרייטאג אפריל 01, 2016 1:35 pm
דורך yankyperl
'

געשריבן: פרייטאג אפריל 01, 2016 5:01 pm
דורך זכאי
from Jewish Phone Book

געשריבן: פרייטאג אפריל 01, 2016 6:03 pm
דורך זשערסיסיטי עסקן
נישט ממש יעדע איינציגע וואך איז יעזורו אזוי אינפארמאטיוו, אבער די וואך יעזורו #50 איז עפעס משהו מיוחד. עס ברענגט ארויס ווי ווייט זשערסי סיטי איז אנגעקומען אין איין קארגע יאר, א זאך וואס אלע סקעפטיקער האבן געשאצט אז עס וועט נעמען יארן יארן. עס איז באמת כדאי צו לייענען. (גראדע די נייעס וואס איז היינט באקאנט געווארן אז זשערסי סיטי איינוואוינער וועלן ווערן געהעריג געליסטעד אין דעם לאקאלן אידישען פאון בוק אזוי ווי די שטאטישע איינוואוינער, שטרייכט שטארק אונטער ווי ווייט מען איז אנגעקומען. און מיינט אז די ליסטע פון איינוואוינער, זייערע אדרעסען, פאון נאמבערס וועט זיך געפינען אין יעדן אידישען שטוב).

און צו די וואס שטייען נאך אין די זייט און ווארטן... אמת, איר גייט טאקע קענען קויפן א יאר ארום אויך ווען עס וועלן שוין וואוינען 150 משפחות בעז"ה. אבער עס גייט נישט זיין אזוי לייכט צו קויפן און צו טרעפן פונקט דאס וואס איר גלייכט ווייל ווי פארשטענדליך וועט זיין דעמאלס הונדערט מאל א גרעסערע פארלאנג. האטס שכל... יעצט קענט איר קויפן ווי א מלך, איר ווילט נאך נישט מופן היינט? פארדינגטס עס פאר איין יאר, יעזורו וועט אייך טרעפן דעם טענענט.

אגוטן שבת.

געשריבן: זונטאג אפריל 03, 2016 1:57 am
דורך maybeeynot
בעלבאטיש האט געשריבן:.

וועלכע כולל איז עס ?

געשריבן: זונטאג אפריל 03, 2016 2:40 am
דורך זאכליך
אינטערסאנט וויאזוי א גוי קוקט אן דזשערסי סיטי

http://www.amny.com/lifestyle/jersey-ci ... 1.11631328