דריידל האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איך קען נישט אזוי די פרייזן, איך געדענקט נאר אזויפיל אז איינער האט געשריבן וויפול עס קאסט א ניי הויז אין גרינוויל און ס'האט מיר געגעבן די אימפרעשאן אז ס'איז גארנישט ביליגער ווי לעיקוואד אדער בלומינגבורג
א נייע 1 פעמילי אין לעיקוואוד/בלומינגבורג וו"ס 2 פעמילי ז"ס, ריכטיג?
לאמיר קודם אנהייבן מיט גרינוויל, וויפול קאסט דארט א נייע קאנסטראקשן און נאכדעם עמיר עס קאמפערן צו די אנדערע ישובים. למשל טאמער אין גרינוויל קאסט א נייע 2 פעמילי 600,000 און אין בלומינגבורג קאסט א 1 פעמילי 350, איז גרינוויל נישט ביליג
עס קאסט 600 אין גרינוויל, יעצט אויב קאסט אין בלומינגבורג $13000 טעקסעס און אין גרינוויל $6000 ווי גייסטו צאלן ביליגער?
איך בין נאכנישט זיכער, פארדעם וויל איך עס אויסשמיעסן. וויפול רענט קען מען באקומען אין ז. ס. פאר די צווייטע דירה? און וואס טיט זיך מיט וועקענסי און אנדערע עקספענסעס וואס א לענדלארד קען האבן? און כ'מיין אז נישט איבעראל אין בלומינגבורג קאסט טעקס 13 אלפים און אין ז. ס. ווען איך האב געקוקט פאר א ניי הויז איז טעקס געווען בערך 8,000 קען זיין יעצט איז עס שוין אראפ. אבער פארוואס זאל מען רעדן הייפעטעדיקעל?
וואס עפעס הייפעטעטיקל. קענסט יעצט קויפן א ברענד נייע הויז פאר 600k, לייגסט אראפ 60 טויזענט און נעמסט ארויס א מארטגעדזש פאר %4.3 פאר 540k וועט די מאנאטליכע פעימענט זיין: $2,672 + $6000 טעקס (יא טעקס איז שטארק אראפ) דעוויידעד אין 12 איז עס $500, +$100 אינשורענס. ס"ה: $3,272. מיינוס טענענט פעימענט פון $1600 (מינימום פאר ברענד ניו הויז)
קומסטו אן צו א ס"ה: $1,672
אויב נעמסטו א "נייערע" הויז, ס'טייטש נישט ברענד ניו אבער די בריק בנינים וואס זענען געבויעט געווארן אין 2007-2009 (וואס איז דא דערפון איבער גאנץ גרינוויל) וועסטו צאלן $450,000, א מארטגעדזש אויף $390,000 +500 טעקס +100 אינשורענס קומסטו אן צו $2,530. מיינוס א טענענט פעימענט פון $1,400 (מינימום פאר נייערע הייזער)
קומסטו אן צו $1,130.
און דאס איז נישט הייפעטעטיקל ווייל דאס איז מעשים בכל יום. אויב ס'איז דא וועקענסיס? כמעט נישט מצוי, אפגערעדט פון נייע הייזער.