שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

וואס איז פשט אז סנישטא קיין 5 דירות צו פארקויפן?
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

אלע וואס זענען און קאנטרעקט זענען היימישע יודן ?
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

פארוואס זאל די רבי מהר"א אהינשיקן? קיין באסעס צו די מוסדות איז דאך נישט פון דארט! און בכלל די פרייזן פון קר"י גייען טראסקענען און די ווילעדש גייט דאך פאלירן קאנטראל פון די פרייזן?
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

פאליק האט געשריבן:פארוואס זאל די רבי מהר"א אהינשיקן? קיין באסעס צו די מוסדות איז דאך נישט פון דארט!


עס גייט זיין מיט די צייט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אזוי ווי יום טוב האט שויו מסביר גווען די באסעס איז נישטא ווייל עס איז נאך נישט גענוג מענטשען. און דער ווילעזש האט נישט יעצט ווי צו פלאצירן דעם גאנצען עולם. און איך האב פאר אייך נייעס אז 300 אידן גייען מופען אויף בלומינגגראוו גייען נאך די פרייזן נישט טראסקענען.
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

פארוואס זאל די ווילעדש (קהילת מהר"א) שטופן דעם געדאנק פון אהינגיין ווען מיט יעדע תושב וואס גייט אהין נישט קיין קרית יואל דערלייגן זיי? איך רעד נישט פון חלק הבעלות איך רעד פון די חלק הממונות

וואס פארשטייסטו נישט?
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דערויף קען זיי צוויי תירוצים

1) איינס אז זיי דערלייגען נישט

2) צווייטענס, זיי האבן נישט די חשבונות בכלל
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום מאנטאג מאי 23, 2016 12:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אט אזוי האט געשריבן:אלע וואס זענען און קאנטרעקט זענען היימישע יודן ?

לכאורה
א גױ קען קױפן די אנדערע זײט 208 פאר ביליגער
אז יענער קען קענסטו אויך
anashbg
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:37 pm

גאר נייע ישוב און בלומינג גראוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך anashbg »

ווי עס איז באקאנט האבן עטליכע אידן פאר בערך צעהן יאר צוריק געקויפט פאר גאר ביליג הייזער און בלומינג גראוו. וואו באריכטעט האבן און די לעצטע האלבע יאר אסאך אידן געקויפט און געמופט קיין בלומינג גראוו און די פרייזן זענען גאר שטארק ארויף. איך האב געזוכט א הויז צו קויפן פאר בארלייפיג 200-250 טויזענט דאללער ווי אימער איך האב פרובירט צו געבן אן אפפער האט מען עס אויסגעכאפט פאר העכער די ליסטינג אזוי ווי די עליות און ביהמ"ד.

האבענדיג א קשר מיט דעם באקאנטן נחשון פון בלומינג גראוו, דער ערשטער איינוואוינער, איך מיין אז יעדער קען אים זייענדיג באקאנט מיט זיין קלוגען צוגאנג צו יעדע זאך. אסאך אידן זענען שוין געהאלפן געווארן פון זיינע עצות סיי בכלל פון זיינע אינטערוויוס אויף קול מבשר אדער פריוואט דורך זיין פירמע האב איך מיך געוואנדן צו אים פאר הילף און ב"ה געהאלפן געווארן
איך קום אריין און זיין אפיס, איך פארצייל איהם מיין פראבלעם און ער נעמט זיך לאכן אויפן קול. אויף די פראגע פארוואס ער לאכט מיך אויס ענטפערט ער מיר אז אזוי איז ער אנגעקומען קיין בלומינג גראוו.
וואס הייסט דערציילט ער מיר אז ער האט געזוכט א הויז צו קויפן פאר 10 יאר צוריק, דעמאלטס האט דער עולם געלאפן אויף מילוואל לעהן און דער זעלבע זאך האט דארט פאסירט. ער האט דאס נישט געקענט פארטראגן זייענדיג א געשוהלטער ביזנעסמאן איז ער נישט געוועהן גרייט צו באצאלן מער ווי די ליסטינג פרייז, ער האט געזוכט און געזוכט ביז עס איז אים איינגעפאלן אז בלומינג גראוו קען ארבעטן. ער איז געגאנגן קיין בלומינג גראוו און נאך אראפגעהאנדעלט צענדליגער טויזענטער דאלאר כנוסח יעדער גוטער ביזנעסמאן.

פרעג איך אים למעשה וואס טוהט מען כהיום יום. איז ער מיר גאר מגלה א סוד אז ער האט שוין אויך געוואלט א נייערע הויז (די הייזער דארט זענען זייער אלט, פון די זעכציגער יארן) און ער האט געקויפט א כמעט נייער הויז 4500 סקווער פיס אויף 14 עיקער לאנד פאר בערך די פרייז וואס דער עולם לויפט נאך די אלטע הייזער און די יעצטיגע געגענט.

ווי ווייט? צוויי מייל אראפצוהר פארשטייט זיך אז איך זוהך נישט פאר דעם פרייז ווייזט ער מיר אויפן קומפיוטער הייזער פאר יעדען בודזשעט.

איך בין ערשטוינט געוועהן, א הערליכע געגענט ניי און שיין. איך האב ב"ה געטראפן דארט א הערליכע ביי לעוועל גרעסער, שענער און נייער. די ליסטינג איז געוועהן לערך 250 און אזוי ווי געזאגט נאך געקענט אראפהאנדלען אויך

ב"ה איך בין געווארן געהאלפן און איך בין אים שטארק מכיר טובה

חיל חיל לו
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

פאליק האט געשריבן:פארוואס זאל די רבי מהר"א אהינשיקן? קיין באסעס צו די מוסדות איז דאך נישט פון דארט! און בכלל די פרייזן פון קר"י גייען טראסקענען און די ווילעדש גייט דאך פאלירן קאנטראל פון די פרייזן {קיין ספק...} ?

שטערט דיך אז די אשכול איז נאך אפען?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מענטשען זענען נאך אלס אזוי משוגע? צו מיינען אז די ווילטש פארדינט פון די הויכע פרייזן? זיי ווילן טאקע דעס אז די פרייזן זאלן פאלן,..
באסעס צו די מוסדות איז "נאך" נישט דא, שטייט זיך ווען עס גייט זיין גענוג קינדער וועט זיין נערמאל באסעס.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אפשר קען מען פועלן דו זאלסט שרייבן 'ווילעדזש' אנשטאט 'ווילטש'?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

פארוואס מיט א ׳ז׳?
anashbg
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:37 pm

נייער חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך anashbg »

יעצט האב איך באמערקט אז די נאכט איז דאס ארויפגעגאנגן. אויך האט די רעקארד שוין געשריבן פון די געגענט. איך בעט אייך האלט אייך איין און הייבטס נישט די פרייזן פאר אייערט וועגן. מיך לשעצמי גייט עס מער נישט אן

http://www.zillow.com/homes/for_sale/10 ... ect/14_zm/

http://www.recordonline.com/article/201 ... /160429197
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פלענער פאר "צוועלף הונדערט" נייע דירות אין סאוט בלומינג גראוו, פרעזענטירט געווארן צום באורד:


https://ocpostsentinel.wordpress.com/20 ... lake-anne/
Residents Alarmed At Kiryas Joel’s Proposal For Lake Anne

By Eugenia Moskowitz

The Village of South Blooming Grove held its second public scoping session on the plans of Keene Equities LLC, a company with ties to Kiryas Joel, on June 2. The company plans to build a high-density housing development exclusive to Kiryas Joel residents at the Lake Anne property on Route 208.

Now called Clovewood, the development proposal has alarmed residents not only in South Blooming Grove, but the Town of Blooming Grove and the entire Washingtonville Central School District who said high density housing would severely impact both the aquifer and the economic balance of the area.

A March 22 outline of the Clovewood development submitted by Simon Gelb to the South Blooming Grove planning and village boards (co-lead agencies)lists 600 four-bedroom housing units each with an accessory apartment (for a total of 1,200 units)on 142 acres, including internal roads, utilities, on-site water supply from multiple wells, on-site sewage treatment plant with capacity of 420,000 gallons per day, and community facilities for the project’s residents. Sixty acres of parkland would be for residents only, and three-quarters of the land, which is unbuildable, would be kept as open space for the foreseeable future, but subject to change.

Access would be from Clove Road and Route 208 with future connections to Schunnemunk Road in Woodbury and Kiryas Joel. The proposal states that Kiryas Joel has an interest in annexing the property, and that fire, police, and EMS services would be handled exclusively by Kiryas Joel.

For the complete story see the Friday, June 10 editions of The Sentinel and Orange County Post.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שיינע רולם באטייליגט.

זע איך פון די פלענער א ראוד קיין קאנטרי האללאו.

אויב פאלגט ער מיך, וואלט איך אים געראטן זיך נישט צו איילן מיט די פראצעדורן. ס'קומט גוטע צייטן.
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

נעכטען איז אנגעקימען אויף די פאסט א ביכל מיט אפאר בלעטער פון MK רילעטי זייער שיין און גיט מסביר די סיסטעם פון קויפן הייזער ארום ק"י.

און די שענסטע זאך איז געווען אז סשטייט דארט אינדערמיט אויסגערעכנט די נעמען פון אנדערע קאמפעניס און מענטשן וואס פארקויפן דירות ארום ק"י סאיז שיין צו זען ווי אידישע ברידערס קענען ארבייטן צוזאמען און סגעשנט נישט גארנישט.
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

ggg האט געשריבן:נעכטען איז אנגעקימען אויף די פאסט א ביכל מיט אפאר בלעטער פון MK רילעטי זייער שיין און גיט מסביר די סיסטעם פון קויפן הייזער ארום ק"י.

און די שענסטע זאך איז געווען אז סשטייט דארט אינדערמיט אויסגערעכנט די נעמען פון אנדערע קאמפעניס און מענטשן וואס פארקויפן דירות ארום ק"י סאיז שיין צו זען ווי אידישע ברידערס קענען ארבייטן צוזאמען און סגעשנט נישט גארנישט.


קען איינער ביטע ארויפלייגן די ביכל פון MK רילעטי
יישר כח
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

ggg האט געשריבן:נעכטען איז אנגעקימען אויף די פאסט א ביכל מיט אפאר בלעטער פון MK רילעטי זייער שיין און גיט מסביר די סיסטעם פון קויפן הייזער ארום ק"י.

און די שענסטע זאך איז געווען אז סשטייט דארט אינדערמיט אויסגערעכנט די נעמען פון אנדערע קאמפעניס און מענטשן וואס פארקויפן דירות ארום ק"י סאיז שיין צו זען ווי אידישע ברידערס קענען ארבייטן צוזאמען און סגעשנט נישט גארנישט.


איך האב הנאה געהאט פון זיין נייע נאמען פאר די נייע גענגענטער ארום ק"י ער ריפט עס "ניי קרית יואל"
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אפשר האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:נעכטען איז אנגעקימען אויף די פאסט א ביכל מיט אפאר בלעטער פון MK רילעטי זייער שיין און גיט מסביר די סיסטעם פון קויפן הייזער ארום ק"י.

און די שענסטע זאך איז געווען אז סשטייט דארט אינדערמיט אויסגערעכנט די נעמען פון אנדערע קאמפעניס און מענטשן וואס פארקויפן דירות ארום ק"י סאיז שיין צו זען ווי אידישע ברידערס קענען ארבייטן צוזאמען און סגעשנט נישט גארנישט.


קען איינער ביטע ארויפלייגן די ביכל פון MK רילעטי
יישר כח
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אויפן אנדערן זייט 208 איז פאראן 2 הייזער אויף Palamar Dr צו פארקויפן פארeach 200K. ברויך אבער היבשע רענאוואציע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שטארקע פוינט פון MK REALTY אז די וועלכע קאלן זיך נאכפרעגן אויף א הויז אדער גיבן אן אפפער בעפארן האבן א פרי-עפראוועל, אדער סתם פאר לאנגווייליגקייט, די טרייבן ארויף די פרייז.

אז א סעללער אנערקענט אז די נאכפראגע איז גרויס דאן הייבט ער די פרייז.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ס'גוט צו וויסן ווער ס'גייט באזוכן אדער קוקן א הויז בפרט אין די ווירדזשיניע עוו. געגנט, זאל מען זיין געראכטן זיך אנצושטויסן אין דעמאלאזירטע פארשוינען וועלכע ציען ארויף מאדנע גרימאסן אויפן געזיכט און מאכן פאקסן מיט די הילף פון די הענט א שטייגער ווי קליינע קינדער בשעת מען פארלירט א שפיל. (אזש אויב וואלטן זיי געווען אידן, דאן וואלט דער חילול ה' געווען איום ונורא מיט בילדער אין די פרעסע וכו'...)
מען ברויך אין אכט נעמען אז די חברה זענען בלויז געציילטע, רובא דרובא דארטיגע איינוואוינער ווילקאמען די שטייגונג אין פראפערטי ווערט און די פרישע אויפלעבונג פון די געגנט.
די בעסטע זאך איז אז מען רעאגירט בכלל נישט, נישט לטב און נישט למוטב. כאילו לא הי'.

ווי אויך איז אין רעזולטאט פון די טעראר וואס די דאזיגע פארצווייפלטע זייען אן אויף די אייגנטומער פון יעדן פרישן הויז אויף די מארקעט טוען א חלק פארקויפער אויפהערן ארויסצולייגן זייערע הייזער אויף די אפיציעלע אפענע ליסטינגס.
טייל לייגן בלויז א באשיידענע - קוים-מערקבארע טעוועלע, און געוויסע אפי' דאס אויך נישט.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

anashbg האט געשריבן:האבענדיג א קשר מיט דעם באקאנטן נחשון פון בלומינג גראוו, דער ערשטער איינוואוינער, איך מיין אז יעדער קען אים זייענדיג באקאנט מיט זיין קלוגען צוגאנג צו יעדע זאך. אסאך אידן זענען שוין געהאלפן געווארן פון זיינע עצות סיי בכלל פון זיינע אינטערוויוס אויף קול מבשר אדער פריוואט דורך זיין פירמע

נאמען ?
אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפקארן »

א חבר מיינע טוט שוין און די בלומינג גראוו ענין א דריי פיר חדשים ער איז אנגעהאנגען און אפאר בראקערס, ווי אויך מיט געוויסע נחשונים און די געגנט,
דערווייל טאפט ער א וואנט,

בקיצור דאס איז זייער א שווערען עסק עס איז נישט אזוי פשוט, ווייסט עמיצער וואס די מהלך איז זאל ביטע קאנטאקטען
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”