בלומינג ג האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:ובני קרח לא מתו... פרובירט אביסל שטארקער אולי עטוואס א מחלוקת׳ל... כ׳מיין כאטש עפעס...
און צום ׳ניק׳ וועלעכער איז וואס האט זיך באזעצט אין בלומינגראוו (נאכאמאזל אז א ניק פארנעמט נאר פלאץ אינעם קלאוד, ווען נישט וואלט ער געמוזט כאטש דינגן א דירה דארט אזוי קאסט ע בלויזס אן אייועלט סיין-אפ...) הער גוט וועסטו פארשטיין.
איז אזוי: א גרינער וואס פאלט אריין אין דעם אשכול ווערט באלט צעמישט: כ׳מיין פארוואס זאלן שלומי אמוני עם סגולה פארזאגן צרות פאר א געגנטל וואס פרובירט שוין א האלב צענדליג יאר, אנטקעגן די אדדס, צו גרינדן א שטעטל געבויעט אויף שלום ואחדות. נניח ס׳יז דא אינטערסן פון יחידים, נניח אז אזא שטעטל (כמעט) נישט קיין פרעצעדענט.. אבער וואס איז דו האפענונג... מילא די שפעקולירסט אביסל. ברענגסט ארויס אז וויאזוי מען קען זיך בעסער באווארענען... אבער ווארטן און בעטן און זיך עקשנ׳ן דערויף: ס׳גייט זיין ביטער! איך ווייס עס איז נישט אויסגעשלאסן, דערווייל איז גוט... מקדמינא לפרעוניתא לא מקדימין, ודיו לצרה בשעתה.
אתמהה?
אבער דער תירוץ איז פשוט, און זייט מיר מוחל פארן דאס ארויסברענגן.
אין שכינות פון בלומינגראוו ווערט דער עולם געפיטערט א נערעטיוו שוין צענדליגער יארן, עס גייט אזוי: גערעכט דער דירות מארקעט איז אממ.. קאנטראלירט, גערעכט עס איז דא אביסל פעיווערעטיזם, גערעכט אז דעם ציבור׳ס אינטערעסן זענן נישט אלעמאל די העכסטע פריאריטעט...ווילסט ארויסוואוטן די יעצטיגע באאמטע? ס׳עט דיר גארנישט העלפן... א שטאט וואס האט פירערס אוממעגליך זיי זאלן זיין עוסקים לטובת הציבור באמונה... יענער העט נאר זיין ארגער! מען ברענגט ראיות פון די אלטע ווירטשאפ... הכלל, פאר מיט מיטן סיסטעם פאלג וואס מען הייסט, פרעג נישט קיין קשיות און שוין.
דא שטעלט זיך, ממש בשכינו, אויף א שטעטל צוזאמגעשטעלט פון פראקציעס וואס לויט פראטאקאל האבן זיך נישט געמעגט פארטראגן... און עס בויעט זיך שענער און שענער, דער עולם איז באחדות... דאס איז א פראבלעם! א גרויסער פראבלעם... הייסט מ׳קען יא??? נו למה נגרע, וואו זענען מיר די אלטע שכינים...
עד כאן...
גענאגלט!!
#מענטשען מיט דמיונות
time to wake up and smell the coffee…