דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק
ווי איך הער א באריכט פון מענטשען שמיסען אז און סטעטען איילענד איז דא לעצטענס אסאך אידען וואס מופן אהין איינער זאגט שוין דא דארט איבער 1000 אידען משפחת נישט אזוי ווייט היימישע
ווי איינער קען עס זיין איין טאג וועט זיך יעדער ארויס ציען פון ווילאמסבורג קיין סעטען איילענד
אזוי ווי מען האט זיך פאר יארן צוריק געצויגען פון מאנהעטען קיין ווילאמסבורג
די מעלה פון דארט איז באלאנגט נישט פאר קיין איין חסידות און נישט פאר קיין יחידים
א הויז קאסט דארט נישט מער ווי 250K צו קויפן
זייער ביליג
מיר ווארטן ארויס אויף די מערערע פרטים

-
- שר חמישים
- תגובות: 64
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 01, 2013 1:52 pm
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז דא א באקאנטע מעשה מיטן רבין ז"ל איבער א שטעטל אין סטעיטן איילענג און די ווערעזאנא בריק
אז?
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- מאנ-יימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10561
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
נישט קיין 1000 מענטשן, נישט קיין מאסן מופעריי און נישט קיין הויז פאר 250K.
עטליכע גור'ע אינגעלייט און עטליכע בעלזע אינגעלייט פלאנען אהינצומופן, מ'קען דארט באקומען א הויז פאר 400K און די מעלה איז אז ס'איז שוין דא דארט א אידישע קאמיוניטי מיט שוהל'ן און געשעפטן, ס'איז נאנט צו בארא פארק און זיי פלאנען צו שיקן די קינדער לערנען אין בארא פארק.
אויך איז דא גרופע סאטמארע אינגעלייט וואס נעמען זיך צוזאם און פלאנען אהינצומופן, ונזכה ונחי'.

ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12506
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
I hate to say it, אבער מיר קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך נאך אמאל אויסארבייטן אן ארויסוואנדערונג פון ווילי. אויב האט עפעס געהאט א מעגליכקייט איז דאס געווען בלומענבערג און דאס איז אויך ליידער דורכגעפאלן. עס זענען שוין אויפגעקומען אזויפיל פלענער, פלעצער, איך געדענק ווען 50 אידן האבן שוין געגעבן א 5 טויזענט דאלערדיגער דעפאזיט קיין מידעלטאון, אבער דארט האט זיך עס אפגעשטעלט.
וואס גייט יא געשעהן? אה!
דושינסקי, זעליג ווייס, אלעזר סטרולאוויטש און יודל ליכטענשטיין גייען אי"ה בויען יעצט - פונקט ווי ביז היינט - אסאך דירות אין ווילי, און קיין איין דירה גייט נישט שטיין ליידיג פאר א טאג! אלעס גייט אי"ה פארקויפט ווערן פאר די טייערסטע - היינטיגע וויליאמסבורגער מארקעט - פרייזן און דער עולם גייט ווייטער שרייבן דא אין קרעטשמע און אויך עפענען נייע אשכולות, יעדע וואך איבער א צווייטע לעזונג פון ביליגע דירות, יעדע חודש אין א צווייטע געגענט, פון נאורט קארליינע ביז מאנסיעלאו.
עס איז געזונט צו חלום'ן, אבער ביטע נישט נעמען זאכן ערענסט ווייל "עס געשעהט נישט"!!!
הצלחה מרובה!

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
-
- שר האלף
- תגובות: 1303
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
צייטליך האט געשריבן:I hate to say it, אבער מיר קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך נאך אמאל אויסארבייטן אן ארויסוואנדערונג פון ווילי. אויב האט עפעס געהאט א מעגליכקייט איז דאס געווען בלומענבערג און דאס איז אויך ליידער דורכגעפאלן. עס זענען שוין אויפגעקומען אזויפיל פלענער, פלעצער, איך געדענק ווען 50 אידן האבן שוין געגעבן א 5 טויזענט דאלערדיגער דעפאזיט קיין מידעלטאון, אבער דארט האט זיך עס אפגעשטעלט.
וואס גייט יא געשעהן? אה!
דושינסקי, זעליג ווייס, אלעזר סטרולאוויטש און יודל ליכטענשטיין גייען אי"ה בויען יעצט - פונקט ווי ביז היינט - אסאך דירות אין ווילי, און קיין איין דירה גייט נישט שטיין ליידיג פאר א טאג! אלעס גייט אי"ה פארקויפט ווערן פאר די טייערסטע - היינטיגע וויליאמסבורגער מארקעט - פרייזן און דער עולם גייט ווייטער שרייבן דא אין קרעטשמע און אויך עפענען נייע אשכולות, יעדע וואך איבער א צווייטע לעזונג פון ביליגע דירות, יעדע חודש אין א צווייטע געגענט, פון נאורט קארליינע ביז מאנסיעלאו.
עס איז געזונט צו חלום'ן, אבער ביטע נישט נעמען זאכן ערענסט ווייל "עס געשעהט נישט"!!!
הצלחה מרובה!
גר8

- מאנ-יימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10561
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
א מאסן ארויסוואנדערונג טאקע נישט, דהיינו וויליאמסבורג גייט נישט איין טאג זיך צוזאמפאקן פעק א_ווי דאנערשטאג ווען מ'פארט אין קאנטרי און זיך אויסליידיגן, נאר צוביסלעך גייט דער און יענער ארויסמופן, אין פאקט ווערט די איינצעלע מופעריי מער און מער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
צייטליך, איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש, און איך האלט אז מיין פלאן פון אויפהערן צו צאלן רענט וועט די בעסטע ארבעטן, די לענדלארדס וועלן מוזן רענטן קארס צו קענען בלאקן אלע טענענטס וואס צאלן נישט...
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- והנה און נון
- שר האלף
- תגובות: 1143
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
איך האב אמאל געהערט אדער געלייענט אז א סאטמארער אינגערמאן וואס האט געמופט קיין לעיקוואד האט פרובירט צו שטופן אז מען זאל מאכן דארט א שטעטל
א שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ברית, און ער האט מכבד געווען אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר מיט סנדקאות, ביים ברית סעודה האט ער צוגעשטעלט א פיינעם מילכיגן פרישטאג
א צייט שפעטער האט דער רבי אים געזאגט אז ער וויל ענדערש אנדערע פלעצער ווי לעיקוואד, ווייל אויב עס געלונגט נישט מוז מען צוריק מופן און פארטיג, אבער אויב שיקט ער דעם עולם אויף לעיקוואד און עס ארבעט זיך נישט אויס די שטעטל, גייען די אינגעלייט דארט בלייבן און געבן מילכיגס ביים ברית...
ודפח"ח

עמער בארגען א סטעטמעינט וואס פרעזידענט בוש האט געזאגט זיבן יאר צירוק לגבי די מדנ"י פאלסטינער פייט/שלום פלענער: עס דארף נאך ווערן ערגער איידער ביידע זייטען וועלן איינזען אז מען דארף מאכען שלום.
לענ"ד איז די זעלבע מיט די גזירות וומסב"ג, עס איז בלי שום ספק אז עס גייט קימען צו א א טויש, אבער ווי עס זעט אויס דארף עס נאך ליידער ווערן ערגער איידער עס וועט ווערן בעסער און מען וועט אנהייבען צו אנטלויפן,
מיט מיין שכל זעט עס אויס אז די בעסטע זאך וואס קען געשען אז דער עולם זאל ווערן געהאלפן פון די וומסב"ג צרה איז: 1} מען זאל צירוק איינפירען שליסעל געלט 2} מער בייק לעינס אז מען זאל ניטאמאל און חלום האבן ווי צו פארקען די אדעסיס 3} העכערע רענט פרייזען 4} ערלויבען אז די אידישע דעוועלעפארס זאלן בויען און פארקויפן פאר גוים.
וואס קען מען טיען אז אנדערש האלט מען זיך נישט ביים רירען?
די מצב איז ערגער ווי שלעכט, אבער דער עולם רירט זיכט נישט וויבאלד מען כאפט זיך אן א שטרוי, מען דארף איבער שניידען די שטרוי און זיך לאזען דעם דערטרינקען אויב זיי פאקען נישט פעקליך און ציען נישט אפ פון דא.
לענ"ד איז די זעלבע מיט די גזירות וומסב"ג, עס איז בלי שום ספק אז עס גייט קימען צו א א טויש, אבער ווי עס זעט אויס דארף עס נאך ליידער ווערן ערגער איידער עס וועט ווערן בעסער און מען וועט אנהייבען צו אנטלויפן,
מיט מיין שכל זעט עס אויס אז די בעסטע זאך וואס קען געשען אז דער עולם זאל ווערן געהאלפן פון די וומסב"ג צרה איז: 1} מען זאל צירוק איינפירען שליסעל געלט 2} מער בייק לעינס אז מען זאל ניטאמאל און חלום האבן ווי צו פארקען די אדעסיס 3} העכערע רענט פרייזען 4} ערלויבען אז די אידישע דעוועלעפארס זאלן בויען און פארקויפן פאר גוים.
וואס קען מען טיען אז אנדערש האלט מען זיך נישט ביים רירען?
די מצב איז ערגער ווי שלעכט, אבער דער עולם רירט זיכט נישט וויבאלד מען כאפט זיך אן א שטרוי, מען דארף איבער שניידען די שטרוי און זיך לאזען דעם דערטרינקען אויב זיי פאקען נישט פעקליך און ציען נישט אפ פון דא.
- והנה און נון
- שר האלף
- תגובות: 1143
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am
שנאפס האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אדער געלייענט אז א סאטמארער אינגערמאן וואס האט געמופט קיין לעיקוואד האט פרובירט צו שטופן אז מען זאל מאכן דארט א שטעטל
א שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ברית, און ער האט מכבד געווען אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר מיט סנדקאות, ביים ברית סעודה האט ער צוגעשטעלט א פיינעם מילכיגן פרישטאג
א צייט שפעטער האט דער רבי אים געזאגט אז ער וויל ענדערש אנדערע פלעצער ווי לעיקוואד, ווייל אויב עס געלונגט נישט מוז מען צוריק מופן און פארטיג, אבער אויב שיקט ער דעם עולם אויף לעיקוואד און עס ארבעט זיך נישט אויס די שטעטל, גייען די אינגעלייט דארט בלייבן און געבן מילכיגס ביים ברית...
ודפח"ח
גוט, אבער דער אינגערמאן דארט איז א שה אחד, איז ער נשפע געווארן... אז מ'וועט גיין צוזאמען א עולם וועט מען זיך האלטן
מחותן האט געשריבן:עמער בארגען א סטעטמעינט וואס פרעזידענט בוש האט געזאגט זיבן יאר צירוק לגבי די מדנ"י פאלסטינער פייט/שלום פלענער: עס דארף נאך ווערן ערגער איידער ביידע זייטען וועלן איינזען אז מען דארף מאכען שלום.
לענ"ד איז די זעלבע מיט די גזירות וומסב"ג, עס איז בלי שום ספק אז עס גייט קימען צו א א טויש, אבער ווי עס זעט אויס דארף עס נאך ליידער ווערן ערגער איידער עס וועט ווערן בעסער און מען וועט אנהייבען צו אנטלויפן,
מיט מיין שכל זעט עס אויס אז די בעסטע זאך וואס קען געשען אז דער עולם זאל ווערן געהאלפן פון די וומסב"ג צרה איז: 1} מען זאל צירוק איינפירען שליסעל געלט 2} מער בייק לעינס אז מען זאל ניטאמאל און חלום האבן ווי צו פארקען די אדעסיס 3} העכערע רענט פרייזען 4} ערלויבען אז די אידישע דעוועלעפארס זאלן בויען און פארקויפן פאר גוים.
וואס קען מען טיען אז אנדערש האלט מען זיך נישט ביים רירען?
די מצב איז ערגער ווי שלעכט, אבער דער עולם רירט זיכט נישט וויבאלד מען כאפט זיך אן א שטרוי, מען דארף איבער שניידען די שטרוי און זיך לאזען דעם דערטרינקען אויב זיי פאקען נישט פעקליך און ציען נישט אפ פון דא.

שנאפס האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אדער געלייענט אז א חסידשער אינגערמאן וואס האט געמופט קיין לעיקוואד האט פרובירט צו שטופן אז מען זאל מאכן דארט א שטעטל,
א שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ברית, און ער האט מכבד געווען זיין רבי מיט סנדקאות, ביים ברית סעודה האט ער צוגעשטעלט א פיינעם מילכיגן פרישטאג,
א צייט שפעטער האט זיין רבי אים געזאגט אז ער וויל ענדערש אנדערע פלעצער ווי לעיקוואד, ווייל אויב עס געלונגט נישט מוז מען צוריק מופן און פארטיג, אבער אויב שיקט ער דעם עולם אויף לעיקוואד און עס ארבעט זיך נישט אויס די שטעטל, גייען די אינגעלייט דארט בלייבן און געבן מילכיגס ביים ברית...
איך בין שוין לאנג מיט מיין קאנסיפראציע אז געוויסע וואס שטייען ביים רידער און זיי האבן אינוועסטירט אין וומסב"ג זייערהאב און גוטס, מאכט און כבוד, זענענן די וואס מישען א קאשע אז אלעס זאל בלייבען ווי עס איז,
פאר די וואס האבן אויסגעצאלטע בנינים אין וומסב"ג און עסטאלבישט זייער ביזנעס/כבוד/געלט אין וומסב"ג וועט זיין א קאסטראפע אויב אנדערע פלעצער ארבייט זיך אויס, פאר זיי איז גוט אזוי ווי עס איז יעצט, און דער עמך יונגערמאן וואס דערטרינקעט זיך קען זיך סיי ווי נישט אליינס העלפן דערפאר וועט זיך די רעדל ווייטער דרייען אויפן זעלבן אויפן ווי ביז יעצט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1599
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
- לאקאציע: אויפן טעלעפאן
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12506
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
מחותן טייערע, איין ג-ט זאל אפהיטן אז עס זאלן נישט פאסירן קיינע פון די 4 זאכן וואס די רעכענסט אויס. אויב עס וועלן פאסירן די זאכן וואס די שרייבסט וועלן בלויז אידן ליידן און קיינער וועט נישט געהאלפן ווערן (חוץ די לענדלארדס) ווייל קיינער האלט נישט ביים מופן! נאכאמאל, חזר דיך עס גוט איין נאכמאל. די מצב איז שוין יעצט גענוג שלעכט אז מ'זאל "מוזן" מופן. עכ"ז מופט מען נישט, ווייל מ'וויל נישט! זה הוא.
עס דארף דען פאסירן וואס די שרייבסט?! מ'האלט מיר ממש דא. 1) רענט איז שרעקליך הויעך, עס איז באריכטעט נישט נאר אין קרעטשמע נאר אין אלע בלאגס און גויאישע צייטונגען די לעצטע פאר חדשים אז מיר וואוינען אין די טייערעסטע געגענט. (אייגענטליך, ס'נישטא קיין רענטעלס בכלל) 2) מ'דארף מער ערלויבן צו בויען פאר גיום?? יעדער וואס האט הענט און פיס און האט די מעגליכקייט צו בויען פאר א גוי טוט דאס. די גיום קומען אריין מער און מער ארום אונז. 3) שליסל געלט... הממ... דערווייל טאקע נישט, - וויפיל איך ווייס, אבער גלייב מיר, טויזענטער משפחות זענען נעבעך גרייט צו צאלן די שליסל געלט צו וואוינען אין ווילי. 4) בייק לעינס/פארקינג. ס'קען ארגער נישט ווערן. פינטל.
מיין שכל און לאגיק זאגט אויך ווי אנדערע דא אז פריער אדער שפעטער וועט דאס פאסירן אז דער עולם וועט ארויסמופן. אין ריאליטי זעה איך אבער אז עס גייט נישט, וויפיל מ'האט שוין פראבירט. אין פאקט, יעדע יאר קומען צו פרישע עטליכע הונדערט דירות אין ווילי און דער עולם קויפט עס פאר ריזיג געלט. אנשטאט מופן אויף מאנסי און מאנראו ווי מ'קען היינט האבן שיינע גרויסע דירות פאר נארמאלע אנשטענדליכע פרייזן וואס יעדער נארמאלער ארבייטער קען עפפארדן. און נישט אין קיין מדבר ווי מ'עפענט נייע מוסדות וכדו', ניין, געסעטעלטע געגענטער פאר נארמאלע פרייזן און... גארנישט! יעדער בלייבט אין וויליאמסבורג.
ס'יז קעגן שכל געווען פאריאר, עס איז היינט קעגן לאגיק און שכל און דעריבער האלט איך אז דער עולם וועט שוין קלוגער נישט ווערן און אלעמאל פארט טרעפן א וועג צו וואוינען אין וויליאמסבורג.

- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
צייטליך מיין גוטער אלטער פריינד: הלואי זאלסטו נישט זיין גערעכט!
דו וועסט ווערן אויס גערעכט ווען ס'וועט ארויסגיין פון אונזערע קעפ אז מ'דארף וואוינען לעבן די מאמע און מ'קען נישט איבערלאזן די "סאנדעי שאפינג" וכו'.
אין בלאט איז געווען פסח א אינטערוויאו מיט צוויי אידן וואס האבן געמופט קיין קרית יואל, כ'קען זיי אלע ביידע, זיי זענען ביידע אויפגעראכטן געווארן ווען זיי האבן געמופט.
איינמאל מ'וועט אנאקסירן די נייע שטחים האלט איך אז נאך אסאך וועלן ארויסמופן אין די קומענדיגע פאר יאר, משיח זאל נאר קומען פריער.

דער תהילים איד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די יאוש דא..
איז דען בלומינבורג צוזאמגעפאלן צוליב מאנגל אין מופער'ס? קען זיין איך ווייס נישט אלעס, אבער לויט ווי מען ווייסט אז די פלאן בטל געווארן צוליב רייבערייען מיטן דעוועלאפער. אם כן דינט דאס נישט אלס באווייז אז עפעס אנדערש גייט זיך נישט אויסאררבעטן.
איך האב א פילינג אז די זייגער און בלומענבערג גייט זיך צוריק דרייען..... לאמיר עס געבן צייט....