קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

קעדילעק האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:קוקט שוין אויס ווי פיין אויסגעשפרייט. ?

פונקט אויך געטראכט, עס קוקט אויס גאר שטארק צושפרייט, וואו ווייט איז פון איין עק שטאט צום אנדערן?

הערנדיג פונם גאנצען פאמפע, האט מיר אנגעכאפט א נייגער, האבן מיר זיך ארויס געלאזט מוצש״ק צום נייעם דערפל אין בלומינגבורג, ווארשיינליך האט די GPS זיך טועה געווען און אנשטאט האט דאס אונז אפגעטראגען צום בליענדן שטאט קיט״ל...!
צום ערשט האב איך געטראפן איינע פון מיינע ישיבה חבירים, ווען איך האב אים געגעבן א קאמפלימענט פארן האבן די זכי׳ נאך צו זיין אין כולל מיט א שטוב מיט קינדער, האט ער מיר געגעבן אזא מין בליק וואו אויף איינער וואס לאנדעט אט פון מארס..., זעהענדיג אז וואו עס קוקט אויס האב איך אים באליידיגט, האב איך מיר פרובירט צו פארענטפערן אז איך האב מיר פארגעשטעלט אז ער איז אין כולל פונקט ווי רוב איינוואוינער, גיבט ער מיר אזא זאג מיט ביטול, די ביסט היבש הינטערשטעליג אבער מיט א קנאפע פאר יאר, כהיום זענען 90-95% איינוואוינער נהנה מיגיע כפם ב״ה!
נאכן שנעל אנערקענען אז איך בין א סיריעס גרינער דארט, האב איך געבעטן ער זאל מיר געבן אפאר מינוט ארומצוווייזן.

היות עס איז מיר געווען היבש חידושים האב געקלערט צו מיטטיילן דא ״מיינע״ געפינסן.

בתי מדרשים:
צום ערשט בין איך געווען אנטציקט, אז אנשטאט די איינע היקארי שולעכל -וואו איך האב געכאפט א מנין 2 יאר צוריק זומער אינעם בעיסמענט-, איז כהיום דא 4 הערליכע ״סיטי סטייל״ ביהמ״ד און 3 מקוואות! (2 סאטמארע און 2 פריוואטע).
1) די אפיציעלע סאטמארע אין טשעסטנאט, ״בית יושע״ (+3 חדרי תפילה, ומקוה).
2) געספאנסערט דורך (/ געהערט פאר?) ר׳ משה יואל מזרחי מ׳וומ״ס, ״אור החיים״ דסאטמאר (+2 חדרי תפילה, ומקוה).
3) קערעסטירע שול און טשעסטנאט (שמעתי אז זיי האבן געקויפט די זכות צו זיין די אכסניה של כולל אבריכים).
4)נאדבארנע שול נענטער צום וואלנאט רידזש געגנט (+מקוה).

הייזער:
די שטאט האט זיך נאטורליך צוטיילט און 4 מיני געגנטער, עס איז דא: א) די הויפט טשעסטנאט (לאם) דעוועלאפמענט וואס ציעט שטארק די שטאטישע אידן זייענדיג געבויעט פולע גאסן, סעמי עטעטשד אסאך הייזער, ממילא קענען די בני בית קופקען ביים ווארטען אויפן באס כמנהג (ניי) וומ״ס, ווי אויך איז דא עלטערע ״היקארי״ אויך אויף א ענליכע בחינה נאר אויף סך א קלענערע פארנעם.
ב) סינגעל פריוואטע הייזער אפגערוקט קנאפע 25-50 פיס אויף מעין סטריט, און מער שטילערע געסלעך ווי היי סטריט, אלד ראזע געפ, ועוד.
ג) קלענערע דעוועלאפמענטס אויף פריוואטע געסלעך, אפגערוקט א קנאפע 100 פיס, מיט אפאר עיקר פער הויז, מער אלט מאנראו סטייל.
ד) דערנאך זענען דא אזוינע וואס האבן אפגעקויפט און וואוינען אויף א פריוואטע ראוד איין אדער צוויי משפחות אין די טיפעניש פונם נאטור.
כזעה דאס פאר א שטארקע מעלה, צושטעלנדיג פאר יעדן לויט זיין געשמאק.
שמעתי אז כעת בויען זיך 2 נייע דעוועלאפמענטס דורך פריוואטע דעוועלאפער, ווייס איך נישט אויף וועלכע סטייל דאס וועט זיין, אבער איין חסרון האט דאס אז עס איז שוין גענצליך אויספארקויפט געווארן בעפארן אנהייבן בויען כמנהג וומ״ס....

מוסדות:
איך בין נישט אריין אינעווייניג וויבאלד מיין חבר האט שוין געטריבן צום מעמד מלוה מלכה, אבער פון די בחורים וואס זענען איינקוואטירט געווען דארט אויף שבת הער איך אז זיי זענען אפ טו דעיט, זיי האבן זיך געשפירט ווי אין עטרת יואל...
מערקווירדיג, זאגט מיר מיין חבר אז היות זיי האבן שוין פולע פאראלעל קלאסן בליע״ה, זענען אלע בנינים אריינגערעכנט די לעצטנס באנייעטע בנין אברהם יעקב שוין גענצליך פיל, און פארדעם האט די הנהלה די לעצטערע וואכן אריינגעלייגט כוחות און האבן ב״ה מצליח געווען דעים שבת ביי די עליות אינם נייעם ס״ת, צו צאמשטעלן כמעט א ״מיליאן״ פאר א פרישן בנין מיט 35 קלאסן!!! (בנוסף צום 100k דעפאזעט וואס ר׳ ישראל האט געש׳נדר׳ט פארן נייעם דירה לכ״ק סאטמאר וומ״ס).

געשעפטן: דאכצעך זיי זענען געקאווערט:
גרויסע גראסערי, הארדוועיר, העלט קעיר צענטער (דר. זעגלבוים פון וומ״ס), דרייגוד, שיך סטאר, יפה זשודעיקא, און נאך ביי פריוואטע הייזער.
ווי עס שיינט האט די פאקט אז זיי זענען אפגעזונדערט, זיך ארויסגעשטעלט אלס א גרויסע מעלה, צווינגענדיג דאס איינפלאנצונג און געבנדיג דאס מעגליכקייט, צו עפענען אלע מיני געשעפטן אליינס אויפן פלאץ!

בבחינת אל יפטר מחבירו אלא מדבר הלכה האב איך אים געפרעגט ווער עס האט אלס גערעדט דעים שבת, ווען ער האט מיר געזאגט אז אויך דער נייער דיין הרב ראזענצוויייג האט גערעדט פאר קבלת שבת, האב איך מיך הויעך געוואונדערט ווייל איך האב געהאט פארשטאנען אז ער איז אן איידעלער, זאגט ער מיר ער איז טאקע אן איידעלער און צוגעלאזענער, אבער א פעסטער כאראקטער און ציעהענדער בעל דרשן, האב איך אים געפרעגט וואס האט דיך געכאפט ביים דרשה זאגט ער מיר אלעס, אבער איין גוט ווארט קומט מיר ארויף ווי ער האט אזוי איידעלערהייט אזוי שיין ארויסגעברענגט די מעלה פון דעים שטאט, טייטשענדיג ״רבות בנות עשו חיל״ -כלל ישראל האט די לעצטערע יארן איינגעפלאנצט פילע נייע ישובים בליע״ה-, אבער זיך נאך האלטנדיג פאר א גאסט דא אויף א ווייל, וואס די וועלט זאגט זעהט אויף א מייל, דאנק איך דעים אייבירשטען אויפן מיר אהער פירן צום פלאץ וואס איז ״ואת עלית על כולנה״ -דא איז קיין איינער נישט געקומען ווייל ער האט געוואלט אנטלויפן....-.
עס האט מיך געכאפט, ווייל קורצליך בעפאר האט מיר איינער געזאגט אז אויף די שטעטל וועט מען נישט טרעפן קיין איין טאטע מאמע זיידע באבע וואס זענען פארציטערט צו די סביבה פונם שינוי מקום פון זייערע קינד/אייניקל וועט חלילה שאטן פאר זייערע דורות!

איך האב מיך צוריק געקערט מלא התרגשות זעהענדיג די אויפבלי פון אזא היימיש מקום אויפן העכסטן ניווא ברוחניות ובגשמיות ביינעזאם! קרית יט״ל וואויל איז דיר!
וויליאמסבורג דקעטסקילס!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

lazy האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האט מען גערעדט איבער וואלנאט רידזש גאס, לכאורה איז דאס פון וואס מרדעט חוץ אויב פלענער האבן זיך לעצטנס געטוישט

ריכטיג, ביים דעד ענד די לעצטע הויז אויף וואלנאט רידזש.
האט א שיינע שטח קרקע פון אונטען, ראוי לחצר גינת.

פון דארט ביזן הויפט דעוועלאפמענט איז א 30 מינוט שפאציר (די נייערע פריוואטע דעוועלאפמענטס זענען נענטער עטוואס), דאס וועט פשטות ווערן מיוחד פאר אפרוה אנשטאט מחנה דברי יואל.[/quote]
ווען איז דער רבי לעצטע מאל געווען אין מחנה דברי יואל אויף אפרו?
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

די_אמת האט געשריבן:די שטח איז בערך 3 אקער און רוב איז וואלד. ווי אזוי ווייס איך? ווייל די שטח גרעניץ זיך מיט מיין שטח...

איז דעס פערלשטיין׳ס הויז ביים דעד-ענד אדער איז די רעדע פון א נייע דירה וואס איז נאכנישט געבויט?
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

תגובה דורך חסד השם »

Surface האט געשריבן:

יא ר' יוסף מענדל פערלשטייןס הויז
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם האט געשריבן:

א שיינער אויסוואל, געבויט די זעלבע ווי די אנדערע דירות אויף יענע גאס אבער היבש פריוואט

סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

חסד השם האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:
די_אמת האט געשריבן:די שטח איז בערך 3 אקער און רוב איז וואלד. ווי אזוי ווייס איך? ווייל די שטח גרעניץ זיך מיט מיין שטח...

איז דעס פערלשטיין׳ס הויז ביים דעד-ענד אדער איז די רעדע פון א נייע דירה וואס איז נאכנישט געבויט?

יא ר' יוסף מענדל פערלשטייןס הויז

עמיצער וואוינט שוין דארט?
ישראל אשר בך אתפאר
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

Surface האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:
די_אמת האט געשריבן:די שטח איז בערך 3 אקער און רוב איז וואלד. ווי אזוי ווייס איך? ווייל די שטח גרעניץ זיך מיט מיין שטח...

איז דעס פערלשטיין׳ס הויז ביים דעד-ענד אדער איז די רעדע פון א נייע דירה וואס איז נאכנישט געבויט?

יא ר' יוסף מענדל פערלשטייןס הויז

א שיינער אויסוואל, געבויט די זעלבע ווי די אנדערע דירות אויף יענע גאס אבער היבש פריוואט

יאפ דאס גיבט די מעגליכקייט צו מאכן אויבן א הויז פארן רבין און אונטען א בית מדרש און א מקוה....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובה דורך יונה »

וועכנטליכע אימעיל מיט באריכטן\בילדער פונעם "שבת המרומם"

http://bit.ly/KYLShabbos
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

חסד השם האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:
די_אמת האט געשריבן:די שטח איז בערך 3 אקער און רוב איז וואלד. ווי אזוי ווייס איך? ווייל די שטח גרעניץ זיך מיט מיין שטח...

איז דעס פערלשטיין׳ס הויז ביים דעד-ענד אדער איז די רעדע פון א נייע דירה וואס איז נאכנישט געבויט?

יא ר' יוסף מענדל פערלשטייןס הויז

א שיינער אויסוואל, געבויט די זעלבע ווי די אנדערע דירות אויף יענע גאס אבער היבש פריוואט

יאפ דאס גיבט די מעגליכקייט צו מאכן אויבן א הויז פארן רבין און אונטען א בית מדרש און א מקוה....

האט איינער בילדער פון די הויז / שטח ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

יונה האט געשריבן:וועכנטליכע אימעיל מיט באריכטן\בילדער פונעם "שבת המרומם"

http://bit.ly/KYLShabbos

בילדער פונעם רבין אויפן אפעציעלן אימעיל?
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האט מען גערעדט איבער וואלנאט רידזש גאס, לכאורה איז דאס פון וואס מרדעט חוץ אויב פלענער האבן זיך לעצטנס געטוישט

ריכטיג, ביים דעד ענד די לעצטע הויז אויף וואלנאט רידזש.
האט א שיינע שטח קרקע פון אונטען, ראוי לחצר גינת.

פון דארט ביזן הויפט דעוועלאפמענט איז א 30 מינוט שפאציר (די נייערע פריוואטע דעוועלאפמענטס זענען נענטער עטוואס), דאס וועט פשטות ווערן מיוחד פאר אפרוה אנשטאט מחנה דברי יואל.

ווען איז דער רבי לעצטע מאל געווען אין מחנה דברי יואל אויף אפרו?[/quote]
אויב דו פרעגסט מיר, כבין נישט באקאנט אין די נושאים.
אבער אויב טאקע נישט אפט, פארשטיי איך הערשט די נחיצות פון אזא דירה, מנין און אלע געברויכן צו די האנט, און א קנאפע 40 מינוט נענטער.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

lazy האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:קוקט שוין אויס ווי פיין אויסגעשפרייט. ?

פונקט אויך געטראכט, עס קוקט אויס גאר שטארק צושפרייט, וואו ווייט איז פון איין עק שטאט צום אנדערן?

הערנדיג פונם גאנצען פאמפע, האט מיר אנגעכאפט א נייגער, האבן מיר זיך ארויס געלאזט מוצש״ק צום נייעם דערפל אין בלומינגבורג, ווארשיינליך האט די GPS זיך טועה געווען און אנשטאט האט דאס אונז אפגעטראגען צום בליענדן שטאט קיט״ל...!
צום ערשט האב איך געטראפן איינע פון מיינע ישיבה חבירים, ווען איך האב אים געגעבן א קאמפלימענט פארן האבן די זכי׳ נאך צו זיין אין כולל מיט א שטוב מיט קינדער, האט ער מיר געגעבן אזא מין בליק וואו אויף איינער וואס לאנדעט אט פון מארס..., זעהענדיג אז וואו עס קוקט אויס האב איך אים באליידיגט, האב איך מיר פרובירט צו פארענטפערן אז איך האב מיר פארגעשטעלט אז ער איז אין כולל פונקט ווי רוב איינוואוינער, גיבט ער מיר אזא זאג מיט ביטול, די ביסט היבש הינטערשטעליג אבער מיט א קנאפע פאר יאר, כהיום זענען 90-95% איינוואוינער נהנה מיגיע כפם ב״ה!
נאכן שנעל אנערקענען אז איך בין א סיריעס גרינער דארט, האב איך געבעטן ער זאל מיר געבן אפאר מינוט ארומצוווייזן.

היות עס איז מיר געווען היבש חידושים האב געקלערט צו מיטטיילן דא ״מיינע״ געפינסן.

בתי מדרשים:
צום ערשט בין איך געווען אנטציקט, אז אנשטאט די איינע היקארי שולעכל -וואו איך האב געכאפט א מנין 2 יאר צוריק זומער אינעם בעיסמענט-, איז כהיום דא 4 הערליכע ״סיטי סטייל״ ביהמ״ד און 3 מקוואות! (2 סאטמארע און 2 פריוואטע).
1) די אפיציעלע סאטמארע אין טשעסטנאט, ״בית יושע״ (+3 חדרי תפילה, ומקוה).
2) געספאנסערט דורך (/ געהערט פאר?) ר׳ משה יואל מזרחי מ׳וומ״ס, ״אור החיים״ דסאטמאר (+2 חדרי תפילה, ומקוה).
3) קערעסטירע שול און טשעסטנאט (שמעתי אז זיי האבן געקויפט די זכות צו זיין די אכסניה של כולל אבריכים).
4)נאדבארנע שול נענטער צום וואלנאט רידזש געגנט (+מקוה).

הייזער:
די שטאט האט זיך נאטורליך צוטיילט און 4 מיני געגנטער, עס איז דא: א) די הויפט טשעסטנאט (לאם) דעוועלאפמענט וואס ציעט שטארק די שטאטישע אידן זייענדיג געבויעט פולע גאסן, סעמי עטעטשד אסאך הייזער, ממילא קענען די בני בית קופקען ביים ווארטען אויפן באס כמנהג (ניי) וומ״ס, ווי אויך איז דא עלטערע ״היקארי״ אויך אויף א ענליכע בחינה נאר אויף סך א קלענערע פארנעם.
ב) סינגעל פריוואטע הייזער אפגערוקט קנאפע 25-50 פיס אויף מעין סטריט, און מער שטילערע געסלעך ווי היי סטריט, אלד ראזע געפ, ועוד.
ג) קלענערע דעוועלאפמענטס אויף פריוואטע געסלעך, אפגערוקט א קנאפע 100 פיס, מיט אפאר עיקר פער הויז, מער אלט מאנראו סטייל.
ד) דערנאך זענען דא אזוינע וואס האבן אפגעקויפט און וואוינען אויף א פריוואטע ראוד איין אדער צוויי משפחות אין די טיפעניש פונם נאטור.
כזעה דאס פאר א שטארקע מעלה, צושטעלנדיג פאר יעדן לויט זיין געשמאק.
שמעתי אז כעת בויען זיך 2 נייע דעוועלאפמענטס דורך פריוואטע דעוועלאפער, ווייס איך נישט אויף וועלכע סטייל דאס וועט זיין, אבער איין חסרון האט דאס אז עס איז שוין גענצליך אויספארקויפט געווארן בעפארן אנהייבן בויען כמנהג וומ״ס....

מוסדות:
איך בין נישט אריין אינעווייניג וויבאלד מיין חבר האט שוין געטריבן צום מעמד מלוה מלכה, אבער פון די בחורים וואס זענען איינקוואטירט געווען דארט אויף שבת הער איך אז זיי זענען אפ טו דעיט, זיי האבן זיך געשפירט ווי אין עטרת יואל...
מערקווירדיג, זאגט מיר מיין חבר אז היות זיי האבן שוין פולע פאראלעל קלאסן בליע״ה, זענען אלע בנינים אריינגערעכנט די לעצטנס באנייעטע בנין אברהם יעקב שוין גענצליך פיל, און פארדעם האט די הנהלה די לעצטערע וואכן אריינגעלייגט כוחות און האבן ב״ה מצליח געווען דעים שבת ביי די עליות אינם נייעם ס״ת, צו צאמשטעלן כמעט א ״מיליאן״ פאר א פרישן בנין מיט 35 קלאסן!!! (בנוסף צום 100k דעפאזעט וואס ר׳ ישראל האט געש׳נדר׳ט פארן נייעם דירה לכ״ק סאטמאר וומ״ס).

געשעפטן: דאכצעך זיי זענען געקאווערט:
גרויסע גראסערי, הארדוועיר, העלט קעיר צענטער (דר. זעגלבוים פון וומ״ס), דרייגוד, שיך סטאר, יפה זשודעיקא, און נאך ביי פריוואטע הייזער.
ווי עס שיינט האט די פאקט אז זיי זענען אפגעזונדערט, זיך ארויסגעשטעלט אלס א גרויסע מעלה, צווינגענדיג דאס איינפלאנצונג און געבנדיג דאס מעגליכקייט, צו עפענען אלע מיני געשעפטן אליינס אויפן פלאץ!

בבחינת אל יפטר מחבירו אלא מדבר הלכה האב איך אים געפרעגט ווער עס האט אלס גערעדט דעים שבת, ווען ער האט מיר געזאגט אז אויך דער נייער דיין הרב ראזענצוויייג האט גערעדט פאר קבלת שבת, האב איך מיך הויעך געוואונדערט ווייל איך האב געהאט פארשטאנען אז ער איז אן איידעלער, זאגט ער מיר ער איז טאקע אן איידעלער און צוגעלאזענער, אבער א פעסטער כאראקטער און ציעהענדער בעל דרשן, האב איך אים געפרעגט וואס האט דיך געכאפט ביים דרשה זאגט ער מיר אלעס, אבער איין גוט ווארט קומט מיר ארויף ווי ער האט אזוי איידעלערהייט אזוי שיין ארויסגעברענגט די מעלה פון דעים שטאט, טייטשענדיג ״רבות בנות עשו חיל״ -כלל ישראל האט די לעצטערע יארן איינגעפלאנצט פילע נייע ישובים בליע״ה-, אבער זיך נאך האלטנדיג פאר א גאסט דא אויף א ווייל, וואס די וועלט זאגט זעהט אויף א מייל, דאנק איך דעים אייבירשטען אויפן מיר אהער פירן צום פלאץ וואס איז ״ואת עלית על כולנה״ -דא איז קיין איינער נישט געקומען ווייל ער האט געוואלט אנטלויפן....-.
עס האט מיך געכאפט, ווייל קורצליך בעפאר האט מיר איינער געזאגט אז אויף די שטעטל וועט מען נישט טרעפן קיין איין טאטע מאמע זיידע באבע וואס זענען פארציטערט צו די סביבה פונם שינוי מקום פון זייערע קינד/אייניקל וועט חלילה שאטן פאר זייערע דורות!

איך האב מיך צוריק געקערט מלא התרגשות זעהענדיג די אויפבלי פון אזא היימיש מקום אויפן העכסטן ניווא ברוחניות ובגשמיות ביינעזאם! קרית יט״ל וואויל איז דיר!
וויליאמסבורג דקעטסקילס!

תיקון טעות איצט געהערט דא אז א) די נייער בנין וועט אנטהאלטען 65 קלאסן, און ב) אז עס איז דא 4 אנגאינג דעוועלאפמענטס.
דיסקלעימער: יאך וואוין נישט דארט און האב קיין נאנטע משפחה דארט, איך האב דאס נאר געשריבן ״בבחינת א גאסט אויף א ווייל״, וואס איך באבאכטעט ביים קורמן באזוך.
אויב איינער זעהט סיי וועלכע טעותים ביטע אויסבעסערן לשביעת הציבור.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

eller האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
Surface האט געשריבן:איז דעס פערלשטיין׳ס הויז ביים דעד-ענד אדער איז די רעדע פון א נייע דירה וואס איז נאכנישט געבויט?

יא ר' יוסף מענדל פערלשטייןס הויז

א שיינער אויסוואל, געבויט די זעלבע ווי די אנדערע דירות אויף יענע גאס אבער היבש פריוואט

יאפ דאס גיבט די מעגליכקייט צו מאכן אויבן א הויז פארן רבין און אונטען א בית מדרש און א מקוה....

האט איינער בילדער פון די הויז / שטח ?

EAE8AB19-76BA-4F70-84E7-0A247C40B798.jpeg
EAE8AB19-76BA-4F70-84E7-0A247C40B798.jpeg (227.63 KiB) געזען 1795 מאל
38C5910E-5A80-4A64-9B47-E34EB9000601.jpeg
38C5910E-5A80-4A64-9B47-E34EB9000601.jpeg (465.96 KiB) געזען 1795 מאל
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22670
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

lazy האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:קוקט שוין אויס ווי פיין אויסגעשפרייט. ?

פונקט אויך געטראכט, עס קוקט אויס גאר שטארק צושפרייט, וואו ווייט איז פון איין עק שטאט צום אנדערן?

הערנדיג פונם גאנצען פאמפע, האט מיר אנגעכאפט א נייגער, האבן מיר זיך ארויס געלאזט מוצש״ק צום נייעם דערפל אין בלומינגבורג, ווארשיינליך האט די GPS זיך טועה געווען און אנשטאט האט דאס אונז אפגעטראגען צום בליענדן שטאט קיט״ל...!

תיקון טעות איצט געהערט דא אז א) די נייער בנין וועט אנטהאלטען 65 קלאסן, און ב) אז עס איז דא 4 אנגאינג דעוועלאפמענטס.
דיסקלעימער: יאך וואוין נישט דארט און האב קיין נאנטע משפחה דארט, איך האב דאס נאר געשריבן ״בבחינת א גאסט אויף א ווייל״, וואס איך באבאכטעט ביים קורמן באזוך.
אויב איינער זעהט סיי וועלכע טעותים ביטע אויסבעסערן לשביעת הציבור.

שיינע און קלארע באריכט. א דאנק.
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקרעטאר »

א באריכט פון שבת קודש פרשת כי תשא שבת פרה בצל הקודש און קרית יטב לב בלומינגבערג

עש"ק אום 6:20 איז רבינו שליט"א ערשינען און שאטער און צוגעגאנגען צו תפילת מנחה,
נאך מנחה האט די דיין דמתא, הרה"ג ר' יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט"א אויפגעטערעטן און מיט טרעפליכע דיבורים איינגעלייטעט דעם שבת,
דערנאך איז די דיין צוגעגאנגען צו קבלת שבת, דערנאך איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען.

אום 10:10 איז רבינו שליט"א ערשינען און שאטער צום עריכת שולחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם, אשת חיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הב' נטע טייטלבוים, הגבהת הכוס הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א,
במשך פונם טיש האט מען געזינגען ווארימע ניגינים מיט די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען:
כל מקדש הרה"ח ר' מרדכי גוטמאן הי"ו
מנוחה ושמחה הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו פון בארא פארק
קה אכסוף הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו
קה רבון הרה"ח ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו
לקל אשר שבת הרה"ח ר' שמואל שפיטצער הי"ו פון קרית יואל
ברכהמ"ז הרה"ג הדומ"ץ שליט"א
דערנאך האט מען געטאנצען אז ביום השביעי
און דערנאך האט רבינו שליט"א פארטיילט פירות פירות פארן גאנצע'ן ציבור.

שבת אינדערפרי אום 8:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בית יהושע און מיטגעזאגט תהילים מיט די קינדער
אום 9:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית און שאטער, מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' ישראל שלום מארקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבת שאפראן, רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו עד הנה און פארגעדאווענט בהתעוררות רב, ביי יוצר האט מען געזינגען מכלכל חיים און ביי קדושה ממקומך כנהוג,
פארן ליינען איז ארויסגעגאנגען די ספר תורה פון שטוב פון הרה"ח ר' זאנוויל וויינגארטן הי"ו, הרה"ג די דיין האט ארויס געפירט די ספר תורה און די ציבור תושבי העיר האבן געטאנצען מיט די ספר תורה אויפן גאס לענגאויס די וועג ביז צום שאטער, רבינו שליט"א האט אריינגעפירט די ספר תורה און שאטער און געטאנצען מיט די ספר תורה א לענגערע וויילע, און דערנאך האבן געטאנצען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און הגה"צ ר' אהרן און הרה"ג די דיין, און הרה"ג ר' יואל גאלד מו"ץ, דערנאך האט הרה"ח ר' זאנוויל וויינגארטן הי"ו אריינגעלייגט די ספר תורה און ארון קודש און רבינו שליט"א האט פארגעזאגט לדוד מזמור.
מיט הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' סענדר גאלדבערגער הי"ו, הרה"ח ר' ברוך גוטמאן הי"ו
כהן: הרה"ח ר' סענדר קאהן הי"ו חבר הנהלת המוסדות
לוי: הרה"ג ר' יואל גאלד שליט"א מו"ץ
שלישי: הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל
רביעי: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
חמישי: הרה"ח ר' מרדכי וואלטער הי"ו
שישי: הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א
שביעי: הרה"ג הדומ"ץ שליט"א
הוספות: הרה"ח מנחם אשר בערקאוויטש הי"ו, פון קרית יואל הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יקתיאל מאיר גראס הי"ו פון קרית יואל חבר הנהלת המוסדות, הרה"ח ר' יוסף מענדל פערלשטיין הי"ו חבר הנהלת המוסדות, הרה"ח ר' חיים וואלף היימאנן הי"ו, האברך ר' יוסף יוזפא שמילאוויטש בעל ברית,
אחרון: הרה"ח ר' מרדכי גוטמאן הי"ו
הגבה: מו"ה ר' אבא פאללאק הי"ו, גלילה: העסקן מו"ה ר' אלימלך בנציון מארקאוויטש הי"ו,
מפטיר קריאה פון פרשת פרה: כ"ק רבינו שליט"א
הגבה: הרה"ח ר' שמואל שפיטצער הי"ו פון קרית יואל
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הגה"צ ר' אהרן שליט"א
נאך מוסף איז רבינו שליט"א געווען סנדק ביי די ברית לבן האברך ר' יוסף יוזפא שמילאוויטש הי"ו,
דערנאך איז פארקומען א גרויסארטיגע קידושא רבה לרגל גומרה של תורה, רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש און פארטיילט שיריים פארן ציבור,
די סעודה שבת בייטאג האט רבינו שליט"א געפירט מיט די בני משפחה און די געסט מיט ברכהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו.
אום 6:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען און שאטער צו מנחה בעל תפלה איז געוועזן הרה"ח ר' אברהם יוסף ווייזער הי"ו
כהן: הרה"ח ר' מאיר ראטה הי"ו
לוי: הרה"ח ר' אברהם יוסף ווייזער
מיט אודה האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' ישעי יעקב בינער הי"ו גבאי ביהמ"ד בית יהושע, שיר המעלות הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו, ידיד נפש הרה"ח ר' יושע אלימלך לאנדא הי"ו, שושנת יעקב הרה"ח ר' מענדל ראזענבערג הי"ו, דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס,
בעל תפילה ביי מעריב איז געוועזן הרה"ח ר' שמאול טייטלבוים שליט"א משב"ק
דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט הבדלה, און דערנאך געווינטשען ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור און מ'האט ארויסבאגלייט בשירה ובזמרה.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

הערליך שיינע אנאליז, איין פונקט האסטו אויסגעלאזט ווער האט עולה געווען ישראל ביי מנחה?
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

יעקב פריינד האט געשריבן:הערליך שיינע אנאליז, איין פונקט האסטו אויסגעלאזט ווער האט עולה געווען ישראל ביי מנחה?

די סאטמאר רבי'ס איידעם פריעדמאן
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

סעקרעטאר האט געשריבן:א באריכט פון שבת קודש פרשת כי תשא שבת פרה בצל הקודש און קרית יטב לב בלומינגבערג
.

זייער שיין!
וואט עבאוט די סכומים געשנאדערט ביי יעדע עלי׳ און די צוועק?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

נעכטן ביי א ספעציעלע זיצונג אין ווילידש האל, איז פולשטענדיג באשטעטיגט געווארן די ערשטע פאזע פון די אלד-ראזע-געפ דירות וואס ווערט געבויט דורך ר' משה שמיליאוויטש, דער פאזע אנטהאלט 3 בנינים - 8 הערליכע רחבות'דיגע דירות. די ארבעט אויסצוגראדן דעם שטח איז שוין פארטיג געווארן פאריגע וואך, עס איז ערווארטעט צוצוטרעטן צום פאקטישן בוי ארבעט גאר בקרוב בעז"ה.
אטעטשמענטס
oldR.jpeg
oldR.jpeg (608.06 KiB) געזען 1058 מאל
oldR.jpeg
oldR.jpeg (659.63 KiB) געזען 1058 מאל
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

lazy האט געשריבן:
סעקרעטאר האט געשריבן:א באריכט פון שבת קודש פרשת כי תשא שבת פרה בצל הקודש און קרית יטב לב בלומינגבערג
.

זייער שיין!
וואט עבאוט די סכומים געשנאדערט ביי יעדע עלי׳ און די צוועק?

ר' סענדר קאהן $75 טויזענט פאר א כיתה און ת"ת און $72 טויזענט פאר א חדר תפילה און בית מדרש אור החיים.
ר' מרדכי וואלטער 75 טויזענט כיתה און ת"ת.
ר' משה שמילאוויטש 75 טויזענט א כיתה און ת"ת.
ר' יוסף מענדל פערלשטיין 75 טויזענט א כיתה און ת"ת.
ר' ישראל חיים בערקאוויטש מיט זיין טאטע ר' מנחם אשר 250 טויזענט שער בנין הת"ת.
ר' יקותיאל מאיר גראס 150 טויזענט זכות קומה און בנין הת"ת.
ר' ישראל גאלדבערגער 100 אלפים פארן רביןס נייע דירה.
ר' מרדכי גוטמאן 90 טויזענט זכות מקווה און בית מדרש בית יושע.
ר' חיים וואלף היימאן מנדב געווען די פליגעל וואס איז לעצטנס צוגעלייגט געווארן צו בנין גאלדבערגער.
הרב קעסטענבוים 10 טויזענט פארן כולל צען טויזענט פאר די בנין הת"ת.
ר' אבא פאלאק 10 טויזענט פארן בנין הת"ת.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

סעקרעטאר האט געשריבן:א באריכט פון שבת קודש פרשת כי תשא שבת פרה בצל הקודש און קרית יטב לב בלומינגבערג

עש"ק אום 6:20 איז רבינו שליט"א ערשינען און שאטער און צוגעגאנגען צו תפילת מנחה,
נאך מנחה האט די דיין דמתא, הרה"ג ר' יואל זוסמאן ראזענצווייג שליט"א אויפגעטערעטן און מיט טרעפליכע דיבורים איינגעלייטעט דעם שבת,
דערנאך איז די דיין צוגעגאנגען צו קבלת שבת, דערנאך איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען.

אום 10:10 איז רבינו שליט"א ערשינען און שאטער צום עריכת שולחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם, אשת חיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הב' נטע טייטלבוים, הגבהת הכוס הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א,
במשך פונם טיש האט מען געזינגען ווארימע ניגינים מיט די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען:
כל מקדש הרה"ח ר' מרדכי גוטמאן הי"ו
מנוחה ושמחה הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו פון בארא פארק
קה אכסוף הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו
קה רבון הרה"ח ר' אהרן דוד רובינשטיין הי"ו
לקל אשר שבת הרה"ח ר' שמואל שפיטצער הי"ו פון קרית יואל
ברכהמ"ז הרה"ג הדומ"ץ שליט"א
דערנאך האט מען געטאנצען אז ביום השביעי
און דערנאך האט רבינו שליט"א פארטיילט פירות פירות פארן גאנצע'ן ציבור.

שבת אינדערפרי אום 8:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בית יהושע און מיטגעזאגט תהילים מיט די קינדער
אום 9:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית און שאטער, מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' ישראל שלום מארקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבת שאפראן, רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו עד הנה און פארגעדאווענט בהתעוררות רב, ביי יוצר האט מען געזינגען מכלכל חיים און ביי קדושה ממקומך כנהוג,
פארן ליינען איז ארויסגעגאנגען די ספר תורה פון שטוב פון הרה"ח ר' זאנוויל וויינגארטן הי"ו, הרה"ג די דיין האט ארויס געפירט די ספר תורה און די ציבור תושבי העיר האבן געטאנצען מיט די ספר תורה אויפן גאס לענגאויס די וועג ביז צום שאטער, רבינו שליט"א האט אריינגעפירט די ספר תורה און שאטער און געטאנצען מיט די ספר תורה א לענגערע וויילע, און דערנאך האבן געטאנצען הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און הגה"צ ר' אהרן און הרה"ג די דיין, און הרה"ג ר' יואל גאלד מו"ץ, דערנאך האט הרה"ח ר' זאנוויל וויינגארטן הי"ו אריינגעלייגט די ספר תורה און ארון קודש און רבינו שליט"א האט פארגעזאגט לדוד מזמור.
מיט הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' סענדר גאלדבערגער הי"ו, הרה"ח ר' ברוך גוטמאן הי"ו
כהן: הרה"ח ר' סענדר קאהן הי"ו חבר הנהלת המוסדות
לוי: הרה"ג ר' יואל גאלד שליט"א מו"ץ
שלישי: הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל
רביעי: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
חמישי: הרה"ח ר' מרדכי וואלטער הי"ו
שישי: הגה"צ אב"ד ירושלים שליט"א
שביעי: הרה"ג הדומ"ץ שליט"א
הוספות: הרה"ח מנחם אשר בערקאוויטש הי"ו, פון קרית יואל הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יקתיאל מאיר גראס הי"ו פון קרית יואל חבר הנהלת המוסדות, הרה"ח ר' יוסף מענדל פערלשטיין הי"ו חבר הנהלת המוסדות, הרה"ח ר' חיים וואלף היימאנן הי"ו, האברך ר' יוסף יוזפא שמילאוויטש בעל ברית,
אחרון: הרה"ח ר' מרדכי גוטמאן הי"ו
הגבה: מו"ה ר' אבא פאללאק הי"ו, גלילה: העסקן מו"ה ר' אלימלך בנציון מארקאוויטש הי"ו,
מפטיר קריאה פון פרשת פרה: כ"ק רבינו שליט"א
הגבה: הרה"ח ר' שמואל שפיטצער הי"ו פון קרית יואל
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הגה"צ ר' אהרן שליט"א
נאך מוסף איז רבינו שליט"א געווען סנדק ביי די ברית לבן האברך ר' יוסף יוזפא שמילאוויטש הי"ו,
דערנאך איז פארקומען א גרויסארטיגע קידושא רבה לרגל גומרה של תורה, רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש און פארטיילט שיריים פארן ציבור,
די סעודה שבת בייטאג האט רבינו שליט"א געפירט מיט די בני משפחה און די געסט מיט ברכהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו.
אום 6:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען און שאטער צו מנחה בעל תפלה איז געוועזן הרה"ח ר' אברהם יוסף ווייזער הי"ו
כהן: הרה"ח ר' מאיר ראטה הי"ו
לוי: הרה"ח ר' אברהם יוסף ווייזער
מיט אודה האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' ישעי יעקב בינער הי"ו גבאי ביהמ"ד בית יהושע, שיר המעלות הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו, ידיד נפש הרה"ח ר' יושע אלימלך לאנדא הי"ו, שושנת יעקב הרה"ח ר' מענדל ראזענבערג הי"ו, דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס,
בעל תפילה ביי מעריב איז געוועזן הרה"ח ר' שמאול טייטלבוים שליט"א משב"ק
דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט הבדלה, און דערנאך געווינטשען ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור און מ'האט ארויסבאגלייט בשירה ובזמרה.

מיט אודה האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' משה אלי' גראס שליט"א פון קרית יואל, און מיט שיר המלות הרה"ח ר' ישעי יעקב בינער הי"ו גבאי ביהמ"ד בית יהושע
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

חסד השם האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
סעקרעטאר האט געשריבן:א באריכט פון שבת קודש פרשת כי תשא שבת פרה בצל הקודש און קרית יטב לב בלומינגבערג
.

זייער שיין!
וואט עבאוט די סכומים געשנאדערט ביי יעדע עלי׳ און די צוועק?

ר' סענדר קאהן $75 טויזענט פאר א כיתה און ת"ת און $72 טויזענט פאר א חדר תפילה און בית מדרש אור החיים.
ר' מרדכי וואלטער 75 טויזענט כיתה און ת"ת.
ר' משה שמילאוויטש 75 טויזענט א כיתה און ת"ת.
ר' יוסף מענדל פערלשטיין 75 טויזענט א כיתה און ת"ת.
ר' ישראל חיים בערקאוויטש מיט זיין טאטע ר' מנחם אשר 250 טויזענט שער בנין הת"ת.
ר' יקותיאל מאיר גראס 150 טויזענט זכות קומה און בנין הת"ת.
ר' ישראל גאלדבערגער 100 אלפים פארן רביןס נייע דירה.
ר' מרדכי גוטמאן 90 טויזענט זכות מקווה און בית מדרש בית יושע.
ר' חיים וואלף היימאן מנדב געווען די פליגעל וואס איז לעצטנס צוגעלייגט געווארן צו בנין גאלדבערגער.
הרב קעסטענבוים 10 טויזענט פארן כולל צען טויזענט פאר די בנין הת"ת.
ר' אבא פאלאק 10 טויזענט פארן בנין הת"ת.

ייש״כ פאר אלע פרטים.
עס פעלט נאך א פינעווער און מען ריעטשד א רינדיכיגע מעלאונע! נייס נייס!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22670
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

lazy האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
סעקרעטאר האט געשריבן:א באריכט פון שבת קודש פרשת כי תשא שבת פרה בצל הקודש און קרית יטב לב בלומינגבערג
.

זייער שיין!
וואט עבאוט די סכומים געשנאדערט ביי יעדע עלי׳ און די צוועק?

ר' סענדר קאהן $75 טויזענט פאר א כיתה און ת"ת און $72 טויזענט פאר א חדר תפילה און בית מדרש אור החיים.
ר' מרדכי וואלטער 75 טויזענט כיתה און ת"ת.
ר' משה שמילאוויטש 75 טויזענט א כיתה און ת"ת.
ר' יוסף מענדל פערלשטיין 75 טויזענט א כיתה און ת"ת.
ר' ישראל חיים בערקאוויטש מיט זיין טאטע ר' מנחם אשר 250 טויזענט שער בנין הת"ת.
ר' יקותיאל מאיר גראס 150 טויזענט זכות קומה און בנין הת"ת.
ר' ישראל גאלדבערגער 100 אלפים פארן רביןס נייע דירה.
ר' מרדכי גוטמאן 90 טויזענט זכות מקווה און בית מדרש בית יושע.
ר' חיים וואלף היימאן מנדב געווען די פליגעל וואס איז לעצטנס צוגעלייגט געווארן צו בנין גאלדבערגער.
הרב קעסטענבוים 10 טויזענט פארן כולל צען טויזענט פאר די בנין הת"ת.
ר' אבא פאלאק 10 טויזענט פארן בנין הת"ת.

ייש״כ פאר אלע פרטים.
עס פעלט נאך א פינעווער און מען ריעטשד א רינדיכיגע מעלאונע! נייס נייס!

נותנת..
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

אין אנדערע נייעס נעכטן איז געווען לאקאלע טראסטי וואיטס און עס האט געווינען העסקן המוסר לב בנפשו יומם ולילה פארן פלאץ מיטן ה הידועה ר' חיים לעבאוויטש
די_אמת
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די_אמת »

.
אטעטשמענטס
פליישמאן חול המועד.jpg
פליישמאן חול המועד.jpg (522.32 KiB) געזען 4817 מאל
תושב בלומינגבורג יצ"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”