מצה בעקערי האט געשריבן:רייכע באנקעט און מסיבת הכרת הטוב איז פארגעקומען היינט אווענט ביי ר' אליעזר ברוך אייזענבערג אינדערהיים ווי 25 יונגערלייט האבן זיך אינטערגענומען 10 טויזנט דאללער במשך 5 יאר אבני זהב א יסוד צו קענען אנפאנגען בויען די נייע בנין פון די סאטמאר תלמוד תורה אין שטאט אדמו"ר מהריי האט זיך משתתף געווען אין געחתמ'ט שטרות
*הראו לו מטבע של אש!!!*
*אין די יעצטיגע מינוטן שפּילן זיך אָפּ היסטאָרישע מאָמענטן בעיר עוז לנו ״קרית יטב לב״, ווען ביי אַן ערשטמאָליגע *״אבני זהב באַנקעט״ האָבן זיך צונויפגענומען מדעת עצמם, מיט אַן אחדות׳דיגע געטריישאַפט 25 אברכים יקרים וחביבים, מיט אַן אש להבה פאַר׳ן עתיד פון די אייגענע מוסדות און די אייגענע בליענדע שטאָט הגדולה לאלקים*
און זיי האָבן אויפ׳ן פּלאַץ, יעדער איינער עקסטער פון זיי’ אונטערגעשריבן אַ שטר מיט כ״ק מרן רבינו שליט״א, צו שענקען און אַריינברענגען דעם הערליכן סכום פון
*$10,000.00 יעדער איינער עקסטער!*
וואָס בסך הכל האָט זיך דאָס צונויפגעציילט צום פאַנטאַסטישן סכום פון
*$250,000.00, אַ פערטל מיליאָן דאָלע, אויפ׳ן פּלאץ!!!*
וואָס דאָס וועט אי״ה דינען אַלס “פונדאַמענט״ און ״שטופּ״ צו דעם היסטאָרישן *״וראה בנינים לבניך״ קאמפּיין* צו פינאַנצירן דעם מאַסיוון פּראָיעקט אויפצובויען דעם מולטי-מיליאָן דאָלערדיגער *בנין האדיר והחדש פון מוסדותינו הק׳ אין קרית יטב לב, וואָס ווערט אויפגעבויעט אויפ׳ן גיגאַנטישן שטח המוסדות בטיבורה של העיר!
*דער פּראָיעקט איז קריטיש-דרינגענד נאָכצוקומען דעם אומגעהויערן לחץ זו הדחק, דער געפערליכער פּלאץ-מאַנגעל וואָס פּלאָגט די הייליגע מוסדות, אדאנק די נאכאנאנדע ריבוי הגבולים פון אונזער בליענדע שטאָט, מיט די פילע פרישע הייזער-פּראָיעקטן און פלייץ פון פרישע תושבים כ״י!*
*דער קלימאַקס פון די מסיבה איז געווען די איבערראַשנדע מעלדונג פונעם ענערגישן אַדמיניסטראַטאָר, הרה״ח ר' עוזיאל פליישמאן הי״ו, אַז די הנהלת המוסדות גרייט זיך אין אַ פרישן פּראָיעקט בעז״ה ארויפצובויען נאך צוויי שטאק אויפ׳ן יעצטיגן "בנין גאלדבערגער” המפואר!
*דאס וועט ארויפברענגען דעם נומער פון קלאס-צימערן אין דעם בנין גאלדבערגער פון 16 צו העכער 50!!!* אין צוגאָב צו נאָך א גרויסע עס-זאַל און אנדערע גאר נויטבאַדערפענישן צו פארפיגן לתועלת התלמידות והמחנכות. לויט ווי ער האָט געבראָכן די נייעס, *האַלט מען שוין טיף אינמיטן די אינזשענירונג פּראָצעדור, און מ'האפט בקרוב ממש צו פיינעלייזן די פלענער און זיך נעמען צו די פאַקטישע בוי-אַרבעט בעז”ה*.
די היינטיגע מסיבה, די ״אבני זהב באנקעט״, וואו יעדער יונגערמאן האט פּערזענליך זוכה געווען צו שרייבן א שטר אינאיינעם מיט כ״ק מרן רבינו שליט״א און מקבל זיין דערויף ברכתו הטהורה, האט געדינט אלס קוועלעדיגער קוואל פון חיזוק פאר די ראשי המוסדות ועסקני ועד קרן הבנין, ווען תושבי העיר האבן אויסגעשריגן:
*חזקו ואמצו גבורי החיל! כי אנחנו יחד נבנה לה׳! כי אנחנו יחד נבנה לנו! כי אנחנו יחד נבנה לדורותינו! ווייל דער עתיד העיר, דער עתיד המוסדות, דער עתיד הדורות, גייט אונז בנפשינו!*
ווי ס׳ווערט איבערגעגעבן פון די עסקנים, טוען זיך אין די יעצטיגע טעג ארגאניזירן נאך עטליכע חבורות פון אברכים יקרים ובעלי בתים נאמנים תושבי העיר, וועלכע וועלן זיך פאַרזאַמלען מיט אַ פייערדיגן פּאָזיטיוון גייסט, כאיש אחד ובלב אחד, און זיך אָנשליסן אינעם קאמפּיין מיט גרעסערע סכומים, צו בויען אַן עתיד פאַר די אייגענע דורות, ווען דערנאָך וועט דער קאמפּיין אָנטון פליגלען און אַרויסגיין גלאָבאַל צו סאטמארער פילאנטראפּן בכל מקומות מושבותיהם, וועלכע וועלן אַלע צולייגן אַ האַנט פאַר סאַטמאַר׳ס עתיד אין קרית יטב לב.
*ואמרתם כה לחי!!! בונים בקרית יטב לב לה׳ אלקי ישראל!!!*