היימישע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא, ניו יארק: נייעס און אפדעיטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 11:17 pm

יעצט גערעדט מיט א יונגערמאן וואס וואוינט אין מאנטעסעלא, ער זאגט אז מען וואוינט שוין דארט אין גרויסן, יענער איז שוין דארט געווען באזוכן די איינוואוינער און מען גרייט זיך צו עפענען דארט מוסדות התורה.

אויב איינער האט מער פרטים...

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 11:26 pm

זיס האט געשריבן:יעצט גערעדט מיט א יונגערמאן וואס וואוינט אין מאנטעסעלא, ער זאגט אז מען וואוינט שוין דארט אין גרויסן, יענער איז שוין דארט געווען באזוכן די איינוואוינער און מען גרייט זיך צו עפענען דארט מוסדות התורה.

אויב איינער האט מער פרטים...


פארוואס האסטו נישט געענדיגט רעדן מיט אים אלע פרטים????

זיס
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מוצ"ש נובעמבער 05, 2011 11:56 pm

וועלכע פרטים האב איך אים געזאלט פרעגן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:55 am

טאון און קאנטרי איז אין לאק שעלדריק, איז דאס די זעלבע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17004
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:58 am

קען זיין די לאק שעלדריק חלק אכט גייט דורך מאנטיסעלא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג נובעמבער 06, 2011 2:43 am

איך וואונטש זיי מעכטיגע הצלחה, און איך האלט שוין לאנג אז דאס איז לכאורה די איינציגסטע וועג וויזוי עס גייט זיך אנהייבן א נייער ישוב. אזוי האצעך אנגעהויבן מאנסי אויך, און לעיקוואד אויך. (הגם נישט ממש אזוי, די ביידע פלעצער האבן קודם געהאט א ישיבה אויפן ארט, און די ישוב האט זיך געמאכט ארום די ישיבה). מען מופט ארויס אפאר משפחות און צוביסלעך קומען צו נאך און נאך און נאך.

אבער פאר איינעם וואס זוכט א פערטיגע זאך, ווי מען זאל אנהייבן מיט אלע באקוועמליכקייטן אויף אמאל (אקעי, נאר רוב) איז נישט דאס דער מקום. דאס איז געבויעט געווארן פאר א זומער ישוב, מיט ווינטערייזד הייזער, אבער פונקט איז אונטערגעקומען דער האוזינג קרעש מיט די עקאנאמישע פראבלעמען, און דער עולם האט נישט געקויפט, טרייעט ער יעצט עס צו פושן פאר א גאנץ יאר. הלוואי זאל עס געלונגען, אבער ס"ה רעדט מען פון אפשר פופציג הייזער, דאס איז נאך זייער ווייט פון א געהעריגן ישוב. נאכאמאל, נאר אזוי האבן זיך געמאכט די ביז אהעריגע ישובים.

ונזכה ונחיה ונראה (מיטן ניגון)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג נובעמבער 06, 2011 2:51 am

ס'דא דארט א ריזיגע לאט ארום ווי מ'קען זיך נאך פארברייטערן.

שוועמל יא.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 12:45 am

היינט געווען באזוכן דארטן, לויט ווי עס קוקט אויס וועלן די ערשטע 15 משפחות זיך אי"ה אריינציען אויף שבת חנוכה, די דירה'לעך זענען גאנץ שיין, אגב ספעלט אויס צוצולייגן קלייניגקייטן דא און דארט, מיט דעם אלעם איז עס גאנץ שיין.

איך האב גענומען עטליכע פיקטשערס, און איך וועל עס פרובירן ארויפצולייגן.
לעצט פאראכטן דורך טאגליכט אום פרייטאג נובעמבער 18, 2011 12:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 12:46 am

סטעפס צו די צווייטע שטאק

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 12:47 am

קאך

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 12:48 am

קאך

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 12:48 am

קאך

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 12:58 am

נייס,
אויב איז אינטערסאנט האב איך בילדער פונעם גאנצען קאנטרי מיט די גראונדס וכדו
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17004
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 9:53 am

די וואך דאכט זיך האבן זיי אדווערטייזד אז מ'קען קומען די ערשטע יאר וואוינען פאר אומזיסט

לייבי, ביטע אויב ס'איז נישט שווער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2670
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג נובעמבער 18, 2011 1:50 pm

אוועטער ס'איז נישט "זיי" ס'איז פריוואטע מענטשן וואס ווילן נישט אליינס פארן נאר ליבערשט שיקן א שליח, און זענען גרייט צו צאלן די קאסטן פאר יענעם וק"ל וד"ל.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17004
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מוצ"ש נובעמבער 19, 2011 8:17 pm

וקשה להבין? נעה, זייער פארשטענדליך
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

זיס
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2011 9:16 pm

וואס איז געווארן מיט דעם שטעטל?

נאך א חלום ווי אלע חלומות?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2011 9:23 pm

איילילולילו

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2011 9:59 pm

זיס האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט דעם שטעטל?

נאך א חלום ווי אלע חלומות?

פארוואס טראכסטו אזוי? מ'האט דאך געשמועסט אויף שבת חנוכה?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2011 10:12 pm

מיין חבר פאקט שוין אט אט פעקלעך
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג דעצמבער 04, 2011 2:20 pm

שוין דא בערך 15 חברה וואס ציען זיך אהין! .
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » מאנטאג דעצמבער 05, 2011 6:43 pm

נייעס.

די פלענער זענען קראנט. דיטעילס טו פאללאו. א לענגערע אפהאנדלונג מטעם "הרחיבי" וועט ערשיינען אי"ה ערגעץ אין פרשת שמות . קלארצושטעלן פארן עולם, וואס זענען די ערווארטונגען פון די אנטוויקלונגען.

ביז דערווייל נעמען מיר אן אז שטיל און זיכער איז דער בעסטער וועג.

תחזקנה ידי העוסקים במלאכת הקודש.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 12:29 pm

חיים, פליז זאג פאר הרחיבי זאל נישט שרייבן קיין לענגערע באריכטן, ווייל סוועט נאר הרגענען די זאך, ווי שטילער אלץ בעסער....

(א צוקנופטער איינוואוינער)

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג ינואר 08, 2012 7:15 pm

זעהט אויס אז דער עולם דא וויל ליבערשט גיין וואוינען אין די אנדערע שטאטן... (וגם אני הקטן בתוכם)
viewtopic.php?f=25&t=16107

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג ינואר 08, 2012 8:22 pm

פרשת וארא גייט מען באנייען דעם שטעטל/קאנטרי.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט