די שוהל אויף עדווארד עוו. ווערט גערופן "דער פארק שול" אין מויל פונעם ציבור דא אין מאנטיסעלא.בפני נכתב האט געשריבן:אויף Park Avenue איז דא א שוהל, אדער זיי ניצן די Edward שוהל?
לכאורה איז די סיבה צוליב וואס הרבני ר' יצחק לאפללער, האט ביים פארדינגען צום ערשטן מאל די "ווייסע הייזער" אויף פארק עוו., מנדב געווען דאן א גאראזש און קעלער אויף עדווארד עוו. פאר א שוהל.
לעצטנס האט דער שוהל זיך געצויגן צו א נייעם היכל, אויך אויף עדווארד עוו., אינדערצייט וואס דער ציבור נוצט נאכאלץ די סערוויסעס אינעם שוהל פון ר' יצחק הי"ו, די מקוה וכדו'.
פאר די וואס האבן געפרעגט וועגן די קראלי געגענט:
קלינטאן איז א גאס וואס פארבינדט די צוויי געגענטן, נעלשאר און פארק. אויף קלינטאן האט הגה"צ רבי יושע העשיל שמידמאן שליט"א, אויפגעעפנט א הערליכן ביהמ"ד, וואס ווערט גערופן "דער קראלי שוהל", וואס דער ציבור התושבים אין יענעם געגענט רעכטן דארט אפ די תפילות און של"ס יעדן שבת ויו"ט מיט א דערהויבנקייט.
איצט בויען זיי א געהעריגע מקוה וואס זאל זיי קענען באדינען מדי שבת בשבתו, וואס מיט אפאר דאלער קענען אידן נעמען א חלק אין די תורה ותפילה בטהרה, אין דעם בריליאנט פון יהדות מאנטיסעלא.
א פרייליכן שבת