היימישע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא, ניו יארק: נייעס און אפדעיטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בלומינגבורג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

איינער האט די אדרעס פון די סקווערע ביהמ"ד אויף די טשעס זייט? איך מיין אז עס איז אויף פארק עוו
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

איפה פייביש האט געשריבן:איינער האט די אדרעס פון די סקווערע ביהמ"ד אויף די טשעס זייט? איך מיין אז עס איז אויף פארק עוו

35 edword ave.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

Thanks!
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

ווייסט איינער פון א בראוקער אין די געגענט?
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

New interview about the yishev in Monticello
https://www.yiddish24.com/interviews/38/20304
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

ספרים שטוב האט געשריבן:ווייסט איינער פון א בראוקער אין די געגענט?

איך זיך אויך
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

קברנה סובניון האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:ווייסט איינער פון א בראוקער אין די געגענט?

איך זיך אויך

יוסף פלאהר 845-662-8155
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

אין די געגענט פון Atwell Ln, איז שוין דא א שול ?
און א מקוה?
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

וואס איז געווען די אווענט פאר מאנטיסעלא ?
הצלחה
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

pk6L2f_wide_m.jpeg
pk6L2f_wide_m.jpeg (65.18 KiB) געזען 2508 מאל
הצלחה
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

Bs3ty9_wide_m.jpeg
Bs3ty9_wide_m.jpeg (65.13 KiB) געזען 2509 מאל
הצלחה
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

אין ווער איז די רעדנער ?
הצלחה
קאווע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:09 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע »

די אסיפה איז געווען צום בעפארשטייענדן קאמפיין וואס גייט אריין אין קראפט אין די קומענדיגע טעג אויפצוטרייבן געלט פארן ישוב,
די רעדנער איז הרב יעקב מאנדלאוויטש עסקן נמרץ לטובת הישוב און מנהל המוסדות דמאנטיסעלא.
קאווע
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:09 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע »

פון רעכטס צו לינקס 1 ? 2 הרב בנציון חאנאוויטש חב"ד רב אין מאנטיסעלא 3 הרב מיכל שטיינמעטץ 4 הרב אברהם יחזקאל פריעדמאן אב"ד קאמאדא מאנסי-מאנטיסעלא 5 ? 6 הרב ישעי דעוויס מו"ץ במאנטיסעלא 7 הרב קלמן אליעזר פייערשטיין מו"ץ במאנטיסעלא
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

קאווע האט געשריבן:פון רעכטס צו לינקס 1 ? 2 הרב בנציון חאנאוויטש חב"ד רב אין מאנטיסעלא 3 הרב מיכל שטיינמעטץ 4 הרב אברהם יחזקאל פריעדמאן אב"ד קאמאדא מאנסי-מאנטיסעלא 5 ? 6 הרב ישעי דעוויס מו"ץ במאנטיסעלא 7 הרב קלמן אליעזר פייערשטיין מו"ץ במאנטיסעלא

1 -איז ראחמיסטריווקא רבי'ס זון אן עדים ביין קאלווער רבי
הצלחה
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

זאל עס זיין מיט הצלחה.

א שטארקע סוקסעס פאר די בליה פון מאנטיסעלא -בעיקר מיטן אהערשטעלן מוסדות התורה- וועט בס"ד ברענגען אז די גאנצע קעטסקילס זאל בקרוב באזעצט ווערן מיט טויזענטער אידישע משפחות.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

קאווע האט געשריבן:פון רעכטס צו לינקס 1 ? 2 הרב בנציון חאנאוויטש חב"ד רב אין מאנטיסעלא 3 הרב מיכל שטיינמעטץ 4 הרב אברהם יחזקאל פריעדמאן אב"ד קאמאדא מאנסי-מאנטיסעלא 5 ? 6 הרב ישעי דעוויס מו"ץ במאנטיסעלא 7 הרב קלמן אליעזר פייערשטיין מו"ץ במאנטיסעלא

5 איז הרב ר' אברהם יעקב אילאוויטש טעטה רב פון ווילמסבורג ער האט דארט א דירה אינעם מאנטיסעלא ישוב
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

3 קוקט אויס צי זיין הרה״ג ר׳ דוד מיללער שליט״א אבד״ק תפלה לדוד פון מאנסי באקאנטע רב המכשיר פון די מהורדיגע פלע פולטערי
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

געווען דארט אויף א שבת עטליכע וואכן צוריק, באמת א עיר מלאה חכמים וסופרים. גאר געשמאקע חסידישע אינגעלייט פון אלע חסידישע קרייזן, עס פילט זיך זייער ברודערליך צו פארברענגען דארט.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

קאמפיין
אטעטשמענטס
Annotation 2020-07-08 132834.JPG
Annotation 2020-07-08 132834.JPG (139.57 KiB) געזען 2080 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

פון די בעפארשטייענדער טשארידי קאמפעין פעידזש:

אומגלויבליך!

מיט קוים אפאר יאר צוריק איז מאנטיסעלא געווען אזא סארט באשעפעניש וואס הייסט קאנטרי, א באשעפעניש וואס במשך די צוויי זומער חדשים לעבט עס און מאכט א טומל, און במשך די צעהן איבעריגע חדשים פון יאר שלאפט עס.

אבער דער אלטער מאנטיסעלא איז שוין היינט צוטאגס היסטאריע. עס איז געשעהן א משנה הבריות. זייט פיר יאר צוריק ווען עס האט זיך געשאפן א הערליכן חסיד'ישן ישוב אין מאנטיסעלא, איז דאס געבליבן לעבן די גאנצע צוועלף חדשים פון יאר, און עס האט אויפגעהערט צו שלאפן. נישט נאר שלאפט עס נישט, נאר עס האט אנגעהויבן צו וואקסן און בליען.

ב"ה כהיום ציילן זיך שוין תושבי מאנטיסעלא גאנצע 80 משפחות, מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל, וועלכע האבן זיך דארט קונה שביתה געווען, און האבן באקרוינט מאנטיסעלא אלס זייער נייע היים.

אחינו בני ישראל האבן אנגעהויבן איינצוזעהן אז דער שטאט איז שוין נישט דער עתיד פון רוב מנין און בנין פון כלל ישראל, סיי אלס די אסטראנאמישע קאסט פונעם לעבן, סיי אלס די אנדערע שוועריקייטן פון שטייגנדע קרימינאלע און אנטיסעמיטישע אטאקעס, סיי צוליב די ליבעראלע געזעצן וועלכע לויפן קעגן די חוקי התורה. דעריבער האבן זיי אויסגעקליבן מאנטיסעלא אלס אן ערשט-קלאסיגער אויסוואל אויף צו צוען זייערע משפחות מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת און ישוב הדעת און נאכדערצו איבער אלעם פאר שפאט ביליג.

די סיבה פארוואס מאנטיסעלא האט אזוי שטארק נושא חן געווען ביי אזוי פיל אידן איז פשוט, ווייל מען האט נישט געדארפט אנהייבן פון א' מיט די יסודות פון א אידישע שטאט, ווייל מען האט געהאט מוסדות התורה, מקוה טהרה, ווי אויך אנדערע אידישע געברויכן אינעם שכינות'דיגן שיכון וויזניץ אין קייאמישא. ווי אויך זענען דא פילע אפענע אידישע געשעפטן אין די קעטסקילס במשך די גאנצע יאר, דעריבער איז דאס געווען אן ערשט קלאסיגער אויסוואל.

אבער אין די לעצטע יאר זייט די ציבור האט זיך צו וואקסן גאר שטארק, און די מוסדות התורה אין וויזניץ האבן מער נישט געקענט אנטהאלטן די פילע קינדערלעך פון שכונת מאנטיסעלא, האבן מיר אליין געגרינדעט א תלמוד תורה און מיידל שולע וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין אלול תשע"ט לפ"ק מיט 19 קינדערלעך, און האלט שוין כהיום ביי איבער 70 תלמידים און תלמידות, כן ירבו.

ווי אויך איז געגרינדערט געווארן א כולל אברכים פאר תושבי השכונה מיט 25 אינגעלייט יראים ושלמים וועלכע זיצן און הארווען אל התורה ועל העבודה.

ווי אויך איז דער געגענט איינגעריכטעט מיט מערערע מנינים שחרית מנחה ומעריב מידי יום ביומו מיט א קביעות, אן עירוב, א מקוה, בקיצור, אלע יסודות וואס א אידישע ישוב דארף האבן.

און די גרעסטע חידוש, מיר האבן אליין געדעקט אלע בודזשעט'ן און נישט געדארפט צוקומען צו קיין דרויסענדיגע הילף.

נו אויב אזוי, וואס פעלט דען?

טייערע אידן, וואס עס פעלט איז, פלאץ! אסאך פלאץ!

די רוחניות'דיגע יסודות קענען שוין נישט אקאמאדירן דעם וואוקס פונעם ציבור. דער בליה פונעם שטאט האט ארויפגעטריבן אויף גאר א שנעלן גאלאפ, און מיר האבן זיך געטראפן אין א מצב ווי מיר זענען געצווינגען מרחיב צו זיין די גבולי קדושה פונעם געגנט, כדי נישט צו שטערן די וואוקס פון דעם הערליכן געגענט.

אינעם בית המדרש איז שוין נישטא קיין פלאץ אריין צו לייגן נאך א נאדל, דער מקוה טהרה קען בשום אופן מער נישט פארטראגן אזויפיל תושבים, דער עירוב מיז פארגרעסערט ווערן צו דעקן נאך א ריזיגן שטח ווי אידן האבן זיך שוין אריין געצויגן, און די מוסדות התורה האבן אין זייער קורצן עקזיסטענס אויסגעוואקסן דעם צווייטן בנין, און מיר מוזן דרינגענד שאפן א נייעם בנין פארן קומענדיגן זמן הלימודים.

טייערע ברודער! מיר האבן באוויזן דאס אומ-מעגליכע! מיר האבן מייסד געווען א נייעם שטאט פאר כלל ישראל. א נייע מקום ווי ערליכע חסיד'ישע אידן קענען מחנך זיין הערליכע אידישע דורות מיט הרחבת הדעת. מיר האבן אליין געטראגן דעם עולם ביז יעצט, מיר האבן דורך געשוויצט די חבלי לידה. אבער יעצט האלטן מיר ביי א פרשת דרכים וואס מיר מוזן צוקומען צו די הילף פון אייך טייערע ברודער.

מיר געבן א שפרינג פון שלב ההתחלה, צום שלב ההרחבה. פאר דעם שפרינג דארפן מיר א האנט, מיר דארפן אז כלל ישראל זאל אונז צולייגן א האנט, אז מיר זאלן ווייטער קענען וואקסן און בליען.

הייליגע אידן! לאזט אונז נישט פאלן! זייט אייך משתתף ברוח נדיבה, און זיין משפיע הרחבת הדעת דקדושה פאר הונדערטער אידן, און בזכות זה וועט דער רבוש"ע אייך אלע בענטשן מיט הרחבת הדעת און ישוב הדעת. ביז מיר וועלן אלע זוכה זיין ביי צו וואוינען דעם עומדים צפופין ומשתחווים רווחים בב"א.

https://www.charidy.com/monticello
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

פארשער האט געשריבן:פון די בעפארשטייענדער טשארידי קאמפעין פעידזש:

אומגלויבליך!
ב"ה כהיום ציילן זיך שוין תושבי מאנטיסעלא גאנצע 80 משפחות, מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל, וועלכע האבן זיך דארט קונה שביתה געווען, און האבן באקרוינט מאנטיסעלא אלס זייער נייע היים.

https://www.charidy.com/monticello


80 משפחות?? WOW!! װיפיל פון דעם פאר S8?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

זיי פלאנען אויפצוטרייבן $500,000 ביי די הרחבה קאמפיין די וואך. די פעידזש ווייזט 161 טיעמס, אויב יעדער טרייבט אויף בערך דריי טויזענט דאלאר קענען זיי אנקומען צום גאול.

איך זעה אז ישעי' איצקאוויטש האט א טיעם, איז עס טאקע אליעזר קרויס?
sdr10952
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 11:51 am

Re: נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sdr10952 »

אידן רופטס ענק אן ווארעם! ווי מען האלט שוין היינט איז מאנטיסעלא א פאקט! נעמטס א חלק אין אויפבויען די נייע עיר ואם בישראל, וואס ברענגט אויך מיט מיט זיך א שטארקע לעזונג צום אומבאשרייבליכן דירות קריזיס פראבלעם! ווער עס איז נאר געווען אין די לעצטיגע תקיפה באזיכן אין מאנטיסעלא האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן וואס עס איז אלץ געווארן אין אזא קורצע צייט מיט די שטעטל וואס פלעגט אמאל ווירבלען מיט היימישע אידן בלויז 2-3 חדשים א יאר, אין איז היינט צוטאגס א פולקאמע היימישע חסידישע וואוין ארט פאר באלד 100 משפחות קע"ה א גאנץ יאר! מיט מנינים צענטער, מקוואות, חדר, מיידל שולע, געשעפטן, אא"וו, וואס איז געווארן אין בלויז אזא קורצע צייט. וואס דאס שפיגלט אפ אין זיך די נויט אז אזא שטאט פעלט קריטיש וויכטיג אויס פאר אונזער היימישע ציבור, צו האבן א שטאט ווי זיך צו קענען באזעצן על מי מנוחות. לאמיר אלע ארויסהעלפן די פאר געציילטע דרייסטע עסקנים וואס האבן זוך אריינגעווארפן אין די מצב אין געעפענט די טויערן פין די מוסדות, בית המדרש, מקוה, אין עירוב, אין נאך אלץ וואס א היימישע אידישע שטעטל ברענגט מיט מיט זיך! לאמיר זיי העלפן אנגיין מיט די הייליגע ארבייט אין זיי נישט לאזן פאלן! לאמיר זיי ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די ארבייט וואס זיי טוען פאר אונזערס וועגן, אין מחזק זיין דאס געבוי פינעם שוין עקזיסטירנדן שטאט זיך צו קענען פארברייטערן אין זיך אהערשטעלן ווי עס דארף צו זיין, אין זיך קענען צושטעלן צום שנעלן וואוקס פונעם פארגרעסערטן ציבור וואס שטרוימט ארויס מער אין מער אהער אין באצייכענען מאנטיסעלא אלץ זייער ניי גאנציעריגע וואוין ארט!

מאנטיסעלא קאמפיין.. 845-482-6655
https://www.charidy.com/monticello
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”