חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אפריל 18, 2021 1:26 pm

מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך
צוגעלייגטע
IMG-20210418-WA0012.jpg
IMG-20210418-WA0012.jpg (131.93 KiB) געזעהן 3356 מאל
IMG-20210418-WA0014.jpg
IMG-20210418-WA0014.jpg (108.78 KiB) געזעהן 3356 מאל

אוועטאר
זיסע שעיפעלען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 07, 2019 7:32 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך זיסע שעיפעלען » זונטאג אפריל 18, 2021 2:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

וואס איז פשט פון די בליץ באזוך און פארוואס גייט די גאב"ד מיטן שטריימעל?
לאז דיך פירן פונעם באשעפער ווי א זיסע שעיפעלע פונעם פאסטעך

אוועטאר
זיסע שעיפעלען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 07, 2019 7:32 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך זיסע שעיפעלען » זונטאג אפריל 18, 2021 2:14 pm

דאכטסיך מיר אז איין מלמד פעילט ר אהרן ברייער ?
לאז דיך פירן פונעם באשעפער ווי א זיסע שעיפעלע פונעם פאסטעך

מצה מעהל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:03 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך מצה מעהל » זונטאג אפריל 18, 2021 2:17 pm

זיסע שעיפעלען האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

וואס איז פשט פון די בליץ באזוך און פארוואס גייט די גאב"ד מיטן שטריימעל?
א ברית פין א אייניקל

בסוכות תשבו
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך בסוכות תשבו » זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

איך האב יעצט אנגערפון מיין שוואגער וואס וואונט דארט און זאגט מיך אז עס איז געווען גאר א דערהויבענע באזוך ווי האדמו''ר שליט''א איז ממש ארויס פון התפעלות פון די גאנצע מקום ווי אזוי עס איז אוועקגעשטעלט און די חסידישע קינדער און די מקום תורה וכו' וכו'

מצה מעהל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:03 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך מצה מעהל » זונטאג אפריל 18, 2021 2:43 pm

בסוכות תשבו האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

איך האב יעצט אנגערפון מיין שוואגער וואס וואונט דארט און זאגט מיך אז עס איז געווען גאר א דערהויבענע באזוך ווי האדמו''ר שליט''א איז ממש ארויס פון התפעלות פון די גאנצע מקום ווי אזוי עס איז אוועקגעשטעלט און די חסידישע קינדער און די מקום תורה וכו' וכו'

נא אפאר בילדער

בסוכות תשבו
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך בסוכות תשבו » זונטאג אפריל 18, 2021 3:05 pm

מצה מעהל האט געשריבן:
בסוכות תשבו האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

איך האב יעצט אנגערפון מיין שוואגער וואס וואונט דארט און זאגט מיך אז עס איז געווען גאר א דערהויבענע באזוך ווי האדמו''ר שליט''א איז ממש ארויס פון התפעלות פון די גאנצע מקום ווי אזוי עס איז אוועקגעשטעלט און די חסידישע קינדער און די מקום תורה וכו' וכו'

נא אפאר בילדער

כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א ביי א באזוך בבית כ''ק אדמו''ר מבארדיטשוב גרינוויל שליט''א לרפו''ש
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2021-04-18 at 3.03.17 PM.jpeg
WhatsApp Image 2021-04-18 at 3.03.17 PM.jpeg (95.5 KiB) געזעהן 3080 מאל

בסוכות תשבו
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך בסוכות תשבו » זונטאג אפריל 18, 2021 3:06 pm

בסוכות תשבו האט געשריבן:
מצה מעהל האט געשריבן:
בסוכות תשבו האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

איך האב יעצט אנגערפון מיין שוואגער וואס וואונט דארט און זאגט מיך אז עס איז געווען גאר א דערהויבענע באזוך ווי האדמו''ר שליט''א איז ממש ארויס פון התפעלות פון די גאנצע מקום ווי אזוי עס איז אוועקגעשטעלט און די חסידישע קינדער און די מקום תורה וכו' וכו'

נא אפאר בילדער

כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א ביי א באזוך בבית כ''ק אדמו''ר מבארדיטשוב גרינוויל שליט''א לרפו''ש

הילד יניק וחכים כמר יוסף רייך נ"י בן הרבני הנגיד ר' יואל רייך הי"ו ראש הקהל דקהל עדת גרינוויל ביים אפנעמען שיריים פון אדמו"ר שליט"א
צוגעלייגטע
f18eeb10-f388-423f-a2a7-8379b03f0dbc.jpg
f18eeb10-f388-423f-a2a7-8379b03f0dbc.jpg (202.76 KiB) געזעהן 3073 מאל

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך חסד השם » זונטאג אפריל 18, 2021 11:18 pm

זיסע שעיפעלען האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

וואס איז פשט פון די בליץ באזוך און פארוואס גייט די גאב"ד מיטן שטריימעל?

געקומען צו א ברית פון אייניקל פון גאב"ד גרינוויל שליט"א
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אפריל 19, 2021 3:11 pm

מצה מעהל האט געשריבן:
בסוכות תשבו האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מהרז"ל מסאטמאר ביי א בליץ באזוך

איך האב יעצט אנגערפון מיין שוואגער וואס וואונט דארט און זאגט מיך אז עס איז געווען גאר א דערהויבענע באזוך ווי האדמו''ר שליט''א איז ממש ארויס פון התפעלות פון די גאנצע מקום ווי אזוי עס איז אוועקגעשטעלט און די חסידישע קינדער און די מקום תורה וכו' וכו'

נא אפאר בילדער

ווער זאגט דיר אז זיין שוואגער איז א פארטאגעפער ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

סייענטיסט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 10:37 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך סייענטיסט » מאנטאג אפריל 26, 2021 11:30 am

אז די הייזער זענען אזוי ביליג וואלט געמעגט זיין א שיינע תלמוד תורה בנין! בפרט אז די פלאץ איז סאטמער געשטימט וואס כידוע פעלט נישט קיין געלט אין סאטמער.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אפריל 26, 2021 2:11 pm

הערליכע תלמוד תורה ב"ה, כה יתן ה' וכה יוסיף

בסוכות תשבו
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך בסוכות תשבו » דינסטאג אפריל 27, 2021 8:46 pm

ברוך הבא בשם השם
מיט גרויס פרייד נעמען תושבי גרינוויל אויף כ''ק הגה''צ אבד''ק סאטמאר מהר''א ווילאמסבורג שליט''א וואס קומט בשליחות אביו כ''ק אדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א באזוכן די ישוב וואס א תושב האט מכבד געווען מיט סנדקאות אביו און די רבי האט געשיקט בנו החביב אבדק''ק ווילאמסבורג שליט''א

בסוכות תשבו
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך בסוכות תשבו » מיטוואך אפריל 28, 2021 12:20 pm

איינער מיט בילדער פון דעם באזוך?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:47 pm

גאר א שיינע און דערהויבענע באזוך האט יהדות גרינוויל היינט מיטגעלעבט מיטן ביקור דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג וואס האט איבערגעלאזט די שטאט אונטער א שטארקן רושם.

די רב איז אנגעקומען אין שטאט ארום 9 אזייגער און תיכף צוגעפארן צום ביהמ"ד הגדול ווי דער רב פון שטאט הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א האט געגעבן שלום און אזוי אויך א גרויסער ציבור אנ"ש האט שוין אפגעווארט דעם רב און גענימען שלום.

דאן איז פארגעקומען דער ברית פון בן האברך החשוב הר"ר מנשה האפער הי"ו מחשובי תושבי העיר ווי דער רב שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און הגה"צ אב"ד גרינוויל איז מכובד געווארן מיט קריאת השם. דאן איז פארגעקומען די ברית סעודה אין ביהמ"ד ווי דער גאסט די רב שליט"א האט זיך באטייליגט און משמיע געווען מברכותיו.

פון דארט איז דער רב שליט"א מיטן שיירא אריבערגעגאנגען באזיכן די אנגייענדע ארבייט ביים בנין המקוה טהרה החדש ווי די רב האט געהערט א באריכט פון די עסקנים איבערן פראגרעס און בנוגע פארשידענע הלכה ענינים אויף וועלעכע דער רב שליט"א האט ארומגערעדט באריכות און אנגעווינטשן ס'זאל נתרבה ווערן קדושה וטהרה בישראל.

דאן איז דער רב אריבער אין שטוב פונעם ראה"ק הרבני הנגיד ר' יואל רייך הי"ו ווי דער רב האט געקלאפט א מזוזה אין זיין ניי פארענדיגטע בעיסמענט און דאן א לענגערע וויילע זיך אומגעקוקט ארום די דירה און אויפן חצר ווי דער רב האט באווינדערט די רחבות וואס איז ערמעגליכט דא אין שטעטל און נאכגעברענגט פון דברי חיים אז "רחבות איז נישט קיין לוקסוס נאר ס'איז יודישקייט"..

דאן האט דער רב שליט"א זיך געזעצט צו א לחיים ווי ס'איז פארמירט געווארן א לענגערע פריינטליכע שמועס מיט די עסקנים בנוגע די אנטוויקלונגען און מעלות פונעם שטאט און גלייכצייטיג אויפגעמערקט אז די וועג פון וויליאמסבורג האט אים גענימען אונטער א האלבע שעה... וואס דאס איז א שטארקע מעלה פאר יונגעלייט צו קענען בלייבן מקושר ברחניות ובגשמיות צום היימישן ציבור. דער רב האט דאן אנגעווינטשן פארן ראה"ק און די עסקנים הצלחה וסייתא דשמיא אויף ווייטער.

פון דארט איז דער רב שליט"א אריבער באזיכן האדמו"ר מבארדיטשוב שליט"א לרפו"ש ווי ס'איז פארמירט געווארן א לענגערע פריינטליכע שמועס פון קרוב צו א פערטל שעה ווי מ'האט ארומגערעדט ספורי צדיקים און עניני ברכת צדיקים ווי דער רב האט דערמאנט דעם תפארת שלמה די וואך 'להזהר גדולים על הקטנים' אז צדיקים זאלן געדענקן אינזין האבן ביים אנווינטשן פאר יודן פאר די קליינע גשמיות'דיגע זאכן פונקט ווי די גרויסע ענינים.

דאן האט דער רב ווארעם אנגעווינטשן דעם בארדיטשובער רבין א רפואה שלימה און אריכות ימים ושנים ושיבה טובה און דער בארדיטשובער רבי האט זיך באדאנקט פארן וויזיט און פארבעטן דעם רב אריבערצוקומען אין זיין ביהמ"ד און דער רב איז ארויף צום צווייטן שטאק באזיכן דעם בארדיטשובער שוהל זיך אומקוקן אויפן שיינעם שטיבל.

דאן איז געקומען דער קלימאקס פונעם באזוך ווען דער רב איז אריבערגעפארן באזיכן דעם גרויסן בנין התלמוד תורה אויף זשאן עף קענעדי בולעווארד וואס איז געווען שיין באצירט פונדרויסן ווי ס'פאסט און ווי עס האבן שוין אפגעווארט די חברי הנהלה און דער מנהל אב"ד עמק התשובה שליט"א וואס האט געגעבן שלום פארן רב שליט"א און געגעבן א באריכט איבער די לעצטיגע הרחבת גבולי הקדושה און די סדרי הלימודים.

דער מנהל האט פארציילט פארן רב די געוואלדיגע סייתא דשמיא וואס די מוסדות איז אריבער מיטן טרעפן דעם בנין ממש אין די לעצטע מנוט בעפארן אנהייבן דעם זמן. דער רב האט געפרעגט צו מ'איז דא בעראי אויף וואס די מנהל האט געענטפערט אז מען גרייט זיך עס אפצוקויפן בעז"ה. און דאן איז דער רב אין באגלייטונג פון די חברי הנהלה אריין אין לאנטש רום ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די צענדליגער ילדי נורסערי/קינדערגארטן וועלעכע האבן געזינגען שיינע נגונים לכבוד'ן חשובן גאסט.

דאן איז אנגעקומען כ"ק גאב"ד גרינוויל שליט"א וועלעכער איז אינאיינעם מיטן רב שליט"א ארום צו אלע חדרים ווי די תלמידים זענען אריבער נעמען שלום בעת דער רב פרעגט זיך נאך אויף יעדעם באזינדער, און ס'איז דערביי געזינגען געווארן א ווארעמע ניגון דורך די קינדער. דער רב שליט"א האט פארהערט אלע כיתות פון כיתה ב' ביז ט' און ארויס פון התפעלות פון די קלארע תשובות.

דער מלמד הרב מרדכי פילאפף שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רב אז מ'לערנט מיט די קינדער הלכות יעדן טאג ווי מ'האט דערמאנט די בקשה פון רבין הברך משה זי"ע צו גיין מיט די ציצית אינדרויסן און אז מ'פארלאנגט פון די תלמידים צו טוהן ווי דער סאטמאר רבין שליט"א פארלאנגט אז די תלמידים פון כיתה ו' און העכער זאלן זיך טאקע אזוי פירן ויכירו כי זרע ברך השם המה.

דאן איז פארגעקומען א ברייטע מעמד לחיים ביי די עלטערע כיתות בהשתתפות הגה"צ אב"ד גרינוויל, די מנהלים, מלמדים בראשות דעם גאסט דער רב שליט"א ווי די תלמידים האבן געזינגען ווארעמע ניגוני התעוררות און דער רב האט געטרינקען לחיים און משמיע געווען דברה ברכה והדרכה.

דער רב האט נאכגעזאגט פון רבין ז"ל די וואך אין דברי יואל וואס שטעלט זיך אויפן מדרש אז ווען מאיז אינדרויסן פון ביהמ"ד פארגעסט מען פון אייבערשטן אז לכאורה אויב אזוי וואס איז די אויפטוה בשעתן זיצן, נאר אז מ'דארף בשעתן לערנען אינזין האבן און לערנען מיט חשק און נאר אזוי האט עס א קיום אינדרויסן אויך. דער רב האט אויסגעפירט מיט התפעלות אויפן הערליכן מקום תורה וואס ער האט שוין געהערט אסאך ביז יעצט אבער 'אינה דומה שמיעה לראיה' זעהט ער אצינד אליינס די הערליכע פירות ווי ס'איז ניכר די געוואלדיגע כוחות וואס מלייגט אריין, 'מלמד שהיה מצוינים שם' וויבאלד מהאט נישט משנה געווען דעם לבוש, אזוי זעהט מען דא אויך דעם דגוש אויף די חסידישע קאפל און ציצית מיט וואס די קינדערליך ווערן איינגעבאקן מיט א גאוה של קדושה אנצוגיין מיטן חסידישן דרך המסורה לנו. דער רב האט דאן אנגעווינטשן פארן מרא דאתרא און די הנהלה צו קענען אנגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עז עביגוא"צ.

פון דארט איז דער רב אהיימגעפארן איבערלאזענדיג דעם גאנצן שטאט מיט א רשימה דקדושה והתחזקות פונעם געהויבענעם באזוך וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20210428-153151_Gmail.jpg
Screenshot_20210428-153151_Gmail.jpg (467.96 KiB) געזעהן 1047 מאל
Screenshot_20210428-153251_Gmail.jpg
Screenshot_20210428-153251_Gmail.jpg (497.66 KiB) געזעהן 1066 מאל
Screenshot_20210428-153355_Gmail.jpg
Screenshot_20210428-153355_Gmail.jpg (714.2 KiB) געזעהן 1066 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך אפריל 28, 2021 6:06 pm, פאראכטן געווארן 7 מאל סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:49 pm

אין ת"ת
צוגעלייגטע
Screenshot_20210428-153122_Gallery.jpg
Screenshot_20210428-153122_Gallery.jpg (646.15 KiB) געזעהן 1055 מאל
Screenshot_20210428-153227_Gmail.jpg
Screenshot_20210428-153227_Gmail.jpg (497.2 KiB) געזעהן 1055 מאל
Screenshot_20210428-153337_Gmail.jpg
Screenshot_20210428-153337_Gmail.jpg (451.04 KiB) געזעהן 1055 מאל

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך יצחקי » מיטוואך אפריל 28, 2021 6:30 pm

שיין

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:14 pm

פשיהא. משיח קען שוין קומען.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אפריל 28, 2021 11:33 pm

נאך א מזל איר האט געגעבן אייער הסכמה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 1:50 am

די קליגסטע זאך וואס זיי האבן געקענט טוהן אים צי רופן אפילו רוב שטאט באלאנגט צי די אנדערע זייט ווייל אזוי וועט מען קענען שנארן פין ביידע פערטייען

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 1:51 am

ממש די קלוגסטע?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 04, 2021 3:40 pm

א לאוסוט וואס איז אריינגעגעבן געווארן עטליכע יאר צוריק קעגן א פעקטארי איז געשליכטעט געווארן אין געריכט. די פעקטארי איז געקלאגט געווארן פאר'ן פארפעסטיגן די ערד דורך אויסגיסן פארשידענע קעמיקאלן וואס צוליב דעם איז די וועליא פון די פראפערטיס אין די געגענט געפאלן. מ'האט געפיילט א קלעס עקשאן לאוסוט און די פעקטארי האט מסכים געווען צו צאלן 5 מיליאן דאלאר., וואס וועט צעטיילט ווערן פאר פראפערטי אייגענטומער אין די געגענט ארום 800-900 גארפיעלד עוועניו. די געלט איז אריין אין א פאנד און פאריגע וואך האבן זיי ארויסגעשיקט די טשעקס. די סכום פון די טשעק האט זיך געוואנדן אויף די נאנטקייט צום פארפעסטיגונג און ווילאנג מ'האט שוין די פראפערטי.
לכאורה האבן אסאך היימישע אידן ב"ה פארדינט דא געלט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חזקי פרידמאן, כאפצעם און 7 געסט