הארץ פראבלעמען

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד


רבוש״ע כשר מיין הארץ
אבער נישט מיט הייס וואסער
רבוש״ע דערווארעם מיין הארץ
מיט א הייס גלעזל וואסער

רבוש״ע גלי אויס מיין הארץ
אבער נישט מיט פייער
רבוש״ע צינד אן מיין הארץ
מיט הייליגע פייער

רבוש״ע הייל אויס מיין הארץ
פון אירע רצונות
רבוש״ע הייל אויס מיין הארץ
מיט שאיפה און רצונות

רבוש״ע ברעך אויף מיין הארץ׳ס
פארריגלטע טויערן
רבוש״ע פארבוי מיין הארץ
מיט פעסטע מויערן

רבוש״ע פארשטייף מיין הארץ
זי זאל קענען פארנעמען
רבוש״ע צולאז מיין הארץ
זי זאל זיך קענען פארנעמען

רבוש״ע אפעריר מיין הארץ
פון פארשטאפונג באפריי איר
רבוש״ע אפעריר מיין הארץ
אירע לעכער פארניי איר

רבוש״ע שווענק אפ מייין הארץ
אבער אן שארפע קעמיקאלן
רבוש״ע, שווענק אן מיין הארץ
מיט רייכע מינעראלן

רבוש״ע טרונק אן מיין הארץ
פון איר טרוקעניש
רבוש״ע טרוקן אויס מיין הארץ
פון נעפל און שטיקעניש

רבוש״ע עס איז קראנק מיין הארץ
א רפואה טרעף איר
רבוש״ע מאך קראנק מיין הארץ
צו ליבן דיר

רבוש״ע פלאם אויף מיין הארץ
צו דיר א חמדה
רבוש״ע פארלעש אין מיין הארץ
גלוסטעניש פרעמדע

-

מיין הארץ, מיין הארץ
עס קלאפט מיר די ברוסטן
מיין הארץ, מיין הארץ
וואס טוסטו גליסטן?

-

רבוש״ע,

מיין הארץ איז צומישט
פול מיט סתירה
כ׳בין שוין באלד נישט
א בעל בחירה

רבוש״ע,

מיין הארץ באטראכט עס
ווי ווייעך און צארט
און זעה אויך וואס מאכט עס
אזוי שטייף און הארט

רבוש"ע,

מיין הארץ אזוי קאמפליצירט
אפערירט דארט אין מיר
אבער ווערט געפירט
דורך איר מייסטער אינדזשעניר
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דערווארימט מיין הארץ!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

Wow wow wow
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

דזשאסט וואו!

הערליך, לעכטיג!

האסט מיר געגעבן א דאזע חיזוק!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

זשאסט געפיל!!

עס שטעכט מיך....
הושענא חנה דוד, הושענא!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

געהעריג CPR אויפן הארץ!

טאלאנט איט איז!
ארויף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

הערליך
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אוי מיין הארץ, מיין הארץ, מיין הארץ...
מורא׳דיג!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

א הארץ שפירט א הארץ...

געניאלע קעפלעך דער...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער ווארעם… טאלאנטפול.
ש'כח ענדע!

אוי רבוש"ע שלעף איין מיין הארץ
שלעכטס נישט אינטערעסירן
רבוש"ע וועק אויף מיין הארץ
צו דיר נאנט זיך שפירן
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

היסטאריש האט געשריבן:
אוי רבוש"ע שלעף איין מיין הארץ
שלעכטס נישט אינטערעסירן
רבוש"ע וועק אויף מיין הארץ
צו דיר נאנט זיך שפירן
שיינע הוספה! ייש״כ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

;l;p-
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

דברים היוצאים מן הלב!!
הערליך!!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

טינטיג האט געשריבן:
דברים היוצאים מן הלב!!
הערליך!!
@ענדע - הערליך!!!!!!!!!


@טינטיג - לויף ארויס פון פאעזיע פארום, ברענגסט מיר ארויף די בלוט אין קאפ.....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

טינט האט געשריבן:
טינטיג האט געשריבן:
דברים היוצאים מן הלב!!
הערליך!!
@ענדע - הערליך!!!!!!!!!


@טינטיג - לויף ארויס פון פאעזיע פארום, ברענגסט מיר ארויף די בלוט אין קאפ.....
:lol: :oops: :roll: :cry:
זעמיר אין העווי סירטש פאר א נייע ניק ...
אוועטאר
יו עף או
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 4:59 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יו עף או »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
דערווארימט מיין הארץ!!
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

הארציג ביז גאר. טאלאנטפול לייק קרעיזי.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ענדע בתפארתו. א פיוט! דיינע אייניקלעך אין הונדערט יאר ארום וועלן זיך טשאטשקען מיטן זיידענס פענע.
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

מורא'דיג מורא'דיג!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

wow wow, הערליך שיין. ענדע, דו ביסט גוט. ס'איז עפעס גאר הערליך, איך האב עס זייער ליב. ש'כח.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פארוואס זעה איך דאס נאר יעצט? לאמיר פרובירן מיטפארן מיטן הערליכן שטראם. (עפעס א שפאגל נייע מעלאדיע שפילט אין מיין קאפ ביים ליינען די שורות; די ווערטער שרייען א ניגון).

רבש״ע שפאר אויף מיין הארץ,
נישט מיט אייזערנע צוואנגען,
רבש״ע פארשליס מיין הארץ,
פאר וואס ס׳מעג נישט באלאנגען.

רבש״ע כ׳וויל דערכאפן דאס הארץ,
מיט דיין אומבאגרעניצטע ליבשאפט,
רבש״ע כ׳וויל זיך כאפן ביים הארץ,
זיך אפצוהאלטן האבן דעם קראפט.

רבש״ע צוטייל מיין הארץ,
די שלעכטס פארוויש מעל פניך,
רבש״ע פאראייניג מיין הארץ,
לאהבה וליראה את שמך.

רבש״ע שלעף איין מיין הארץ,
ווען זי רוישט נישט לעשות חוקיך,
רבונו של עולם וועק אויף מיין הארץ,
לעורר לבי לאהבתך.

רבש״ע זיי נישט בוחן מיין הארץ,
ווען צווישן שאף איך בין דער זאב,
רבש״ע מעסט נאר מיין הארץ,
ווען איך פראווע מיין עבודה שבלב.

רבש״ע דערפריי שוין מיין הארץ,
ווען אין זומפ מיינע פיס שטעקן בלייבן,
רבש״ע דערפריי מער מיין הארץ,
ווייל נאר דיר טוה איך דינען און גלייבן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

wow @טישטוך, א הערליכע הוספה!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: הארץ פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
wow @טישטוך, א הערליכע הוספה!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”