דער גרויסער וויכוח!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דער גרויסער וויכוח!
צוקלאפט און צוריסן, אינגאנצן צובראכן,
די נסיונות איז, וואס האט מיר געבראכן,
טאטע זיסער, צוריק קומען איך וויל,
צו זיין בעסער, כאטש אזויפיל,
השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם,
פון אלץ קליין קינד, זיך שוין געמוטשעט,
שוין פון אזוי אינג, מיר כסדר דערקוטשעט,
געמיינט די אנדערע זייט, פיל מיט גליקן,
איך וויין היינט, צו האב איך נאך א תיקון.
השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם,
טאטע לאמיר זיך איבערבעטן, כסדר איך טראכט,
אבער ווילסט זיך נישט פארגלעטן, מיר עס דאכט,
מיינע געפילן נאגן, איך בין אזוי געפאלן,
איך טוה קלאגן, נאך אזויפיל דורכפאלן,
השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם,
דיין געוויין איך הער, עס טוהט מיר גאר באנג,
זאלסט קומען אהער, איך ווארט שוין אזוי לאנג,
מיין צער און ווייטאג, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן,
וועגן דיר יעדן טאג, פון די שכינה טרערן קוועלן,
שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',
דער יצר דיר פארפירט, זאלסט זיך נישט אויפהייבן,
און דו ניטאמאל פרובירט, אפילו צו אנהייבן,
רמזים דיר געשיקט, אויף דעם נישט געקוקט,
געזאגט דיין אינסטיקט, געשעהן איז עס פונקט,
שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',
אזויפיל פיין, דורך די חטאים מיר געמאכט,
אז איך וויין, האסטו אינגאנצן נישט געטראכט,
יעצט ווען ס'איז דיר שווער, צו לויפן דו קומסט,
פארוואס ביז אהער, פון מיר האסט נישט געוואוסט,
שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',
פון וואס איז געווען, לאמיר יעצט פארגעסן,
וואס איז געשעהן, איז דאך שוין אויפגעגעסן,
פון היינט און ווייטער, איך הייב אן פון אנהייב,
א יאהר א געבענטשטער, פאר מיר פארשרייב.
לאמיר אלע שרייען צוזאם לכו ונשובה אל ה'.
נ.ב. געבויעט אויף די מדרש אין איכה רבה פרשה ה, פסוק כ"א.
השיבנו ה' אליך ונשובה, אמרה כנסת ישראל לפני הקדוש ברוך הוא רבש"ע שלך הוא השיבנו, אמר להם שלכם הוא שנאמר שובו אלי ואשובה אליכם נאם ה',

לעצט פארראכטן דורך דזיקוב'ער אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
Re: דער גרויסער וויכוח!
אוי טאטע זיסער !
איך דארף א ניגון אויף דעם, הערליך !
איך דארף א ניגון אויף דעם, הערליך !
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: דער גרויסער וויכוח!
הערליך הערליך הערליך!!!
ממש לויטער יעדעס ווארט, מיט אזויפיל געגועין צום אויבערשטן.
ממש לויטער יעדעס ווארט, מיט אזויפיל געגועין צום אויבערשטן.
- רעים
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7405
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
- לאקאציע: אישי
- פארבינד זיך:
Re: דער גרויסער וויכוח!
הערליך....
איך מיין אז פון יוסי גרין אויך...
אויף די געדאנק איז דא א ניגון פון זוטשקא רבי (מחבר פון והנה ה' נצב)תירוצים האט געשריבן:איך דארף א ניגון אויף דעם, הערליך !
איך מיין אז פון יוסי גרין אויך...
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: דער גרויסער וויכוח!
אוי לכו ונשובה אל ה’ !!!
זייער שטארק
זייער שטארק
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6224
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: דער גרויסער וויכוח!
הערליך שיין! הארץ צוגיסנד!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: דער גרויסער וויכוח!
איין ניגון האסטו דא, איך ווייס נישט אויב ס'איז זוטשקא אדער גריןרעים האט געשריבן:הערליך....אויף די געדאנק איז דא א ניגון פון זוטשקא רבי (מחבר פון והנה ה' נצב)תירוצים האט געשריבן:איך דארף א ניגון אויף דעם, הערליך !
איך מיין אז פון יוסי גרין אויך...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2%20%D7%90
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: דער גרויסער וויכוח!
הערליכע שטיקל פאעזיע!
איך האב ליב די גאנצע זאך, אבער די שורה עקסטער
איך האב ליב די גאנצע זאך, אבער די שורה עקסטער
טאטע לאמיר זיך איבערבעטן, כסדר איך טראכט,
אבער ווילסט זיך נישט פארגלעטן, מיר עס דאכט,
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: דער גרויסער וויכוח!
תירוצים האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן:
א גרויס'ן שכח אלע פאר די חיזוק.שטומפיג האט געשריבן:
עס געבט גאזאלין ווייטער אנצוגיין!
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
Re: דער גרויסער וויכוח!
הייליג שיין, טאלאנטפול.
יישר כח!
יישר כח!
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Re: דער גרויסער וויכוח!
הערליך!!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2652
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: אומאן!
Re: דער גרויסער וויכוח!
הערליך!Surface האט געשריבן:הייליג שיין, טאלאנטפול.
יישר כח!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
משיח…? למספרם!
משיח…? למספרם!
Re: דער גרויסער וויכוח!
Surface האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:
א שכח פאר די שכח'ס.הקולמוס שלי האט געשריבן:
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: דער גרויסער וויכוח!
זייער זייער שיין.
ש'כח!
אז דו קענסט יא…
ש'כח!
אז דו קענסט יא…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: דער גרויסער וויכוח!
זייער שיין!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Re: דער גרויסער וויכוח!
מתוק מתוק
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
-
- שר האלף
- תגובות: 1829
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm
Re: דער גרויסער וויכוח!
פיין געשריבן! גוט געשריבן! הערליך!
אווי לאמיר זיך איבערבעטן איבערבעטן מיט אבינו שבשמים!!
אווי לאמיר זיך איבערבעטן איבערבעטן מיט אבינו שבשמים!!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺