דורכבלעטער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
דורכבלעטער
בס״ד
א רעגנבויגן
זיך אראפגעבלאזן
פאר מיינע אויגן
דא. צווישן די גראזן
גיך זיך צושאטן
אן געבן א שאנס
אונטער זוילן צוטראטן
אין א שדים טאנץ
כמעט טויט
און אנטמוטיגט
טיף רויט
און צובלוטיגט
צאפלט אין גסיסה
טרוקן און נאס
א פיינפולע מיתה
געל און בלאס
אט אונטער ברעכט-זי
אונטער די סעזאנען לאסט
שטיל קרעכטצט-זי
און זינקט אין מאראסט
פון בוים פארטריבן
ווי א מצורע
פאר׳אבל׳ט געבליבן
זיצן אין מרה שחרה
קעפעלעך געבויגן
פארשטייפט, געלעמט
אראפגעלאזטע אויגן
פנימ׳ער פארשעמט
פארציטערט פאלט אריין
צו איר גאסטגעבער
צי איז אפשר פארהאן
נאך איבערלעבער?
פארעלטערטע קנייטשן
און קריצן טיפע
כאילו זי פארשטייט-שוין
די טויש אין תקופה
איר גלאנץ פארלאשן
אבער פול מיט חיות
גוט אויסגעדראשן
אבער לעבעדיג זי-איז
פון גרין צו ברוין
געפאלן אין ראנג
אראפ א טאן
אבער פארט א ׳געזאנג׳
פארקנייטשטע צעטלעך
פילפארביגע בריוון
געזיגלטע בלעטעלעך
ווינקן זיי פרואוון
די קאלירפולע שיכטן
ווי איר לעצטע צוואה
״איך פיר אויס מיינע פליכטן
ווי לאנג איך האב השפעה״
-
אין מצבים א גרויען
דו מוזט געטרויען
די פלאן גענויען
פון ציווארפן און בויען
אפילו א רגע נעבן
די עק פון לעבן
גארן און שטרעבן
די שלאכט נישט אויפגעבן
קעמפן און פרובירן
זיך נישט פארלירן
טוישן קאלירן
און זיך פריש אידענטיפיצירן
יעדע גוסטע
וואו נאר ביסטו
מאכן די זיסטע
איר מוזטו
סעזאנען פיר גיט ער
און קליידונג לויט די וועטער
א דרייסטער קלעטער
דיין לוח דורכבלעטער
א רעגנבויגן
זיך אראפגעבלאזן
פאר מיינע אויגן
דא. צווישן די גראזן
גיך זיך צושאטן
אן געבן א שאנס
אונטער זוילן צוטראטן
אין א שדים טאנץ
כמעט טויט
און אנטמוטיגט
טיף רויט
און צובלוטיגט
צאפלט אין גסיסה
טרוקן און נאס
א פיינפולע מיתה
געל און בלאס
אט אונטער ברעכט-זי
אונטער די סעזאנען לאסט
שטיל קרעכטצט-זי
און זינקט אין מאראסט
פון בוים פארטריבן
ווי א מצורע
פאר׳אבל׳ט געבליבן
זיצן אין מרה שחרה
קעפעלעך געבויגן
פארשטייפט, געלעמט
אראפגעלאזטע אויגן
פנימ׳ער פארשעמט
פארציטערט פאלט אריין
צו איר גאסטגעבער
צי איז אפשר פארהאן
נאך איבערלעבער?
פארעלטערטע קנייטשן
און קריצן טיפע
כאילו זי פארשטייט-שוין
די טויש אין תקופה
איר גלאנץ פארלאשן
אבער פול מיט חיות
גוט אויסגעדראשן
אבער לעבעדיג זי-איז
פון גרין צו ברוין
געפאלן אין ראנג
אראפ א טאן
אבער פארט א ׳געזאנג׳
פארקנייטשטע צעטלעך
פילפארביגע בריוון
געזיגלטע בלעטעלעך
ווינקן זיי פרואוון
די קאלירפולע שיכטן
ווי איר לעצטע צוואה
״איך פיר אויס מיינע פליכטן
ווי לאנג איך האב השפעה״
-
אין מצבים א גרויען
דו מוזט געטרויען
די פלאן גענויען
פון ציווארפן און בויען
אפילו א רגע נעבן
די עק פון לעבן
גארן און שטרעבן
די שלאכט נישט אויפגעבן
קעמפן און פרובירן
זיך נישט פארלירן
טוישן קאלירן
און זיך פריש אידענטיפיצירן
יעדע גוסטע
וואו נאר ביסטו
מאכן די זיסטע
איר מוזטו
סעזאנען פיר גיט ער
און קליידונג לויט די וועטער
א דרייסטער קלעטער
דיין לוח דורכבלעטער
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: דורכבלעטער
כינור האט געשריבן:א באמבע! ארט. קריעיטיוו דזשיניעס. די קעפל איז אויסנאם צום פינטל.
ארויסגענומען די ווערטער פון מויל..
דאס קען נאר ענדע צדיק
שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: דורכבלעטער
היסטאריש האט געשריבן:כינור האט געשריבן:א באמבע! ארט. קריעיטיוו דזשיניעס. די קעפל איז אויסנאם צום פינטל.
ארויסגענומען די ווערטער פון מויל..
דאס קען נאר ענדע צדיק
שכח
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: דורכבלעטער
קאנטרי מאוד האט געשריבן:היסטאריש האט געשריבן:כינור האט געשריבן:א באמבע! ארט. קריעיטיוו דזשיניעס. די קעפל איז אויסנאם צום פינטל.
ארויסגענומען די ווערטער פון מויל..
דאס קען נאר ענדע צדיק
שכח
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: דורכבלעטער
שוין ווייטער סעזאנען 'פיר'
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1129
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
Re: דורכבלעטער
Wow לאוו איט!!
Re: דורכבלעטער
מאסיוו! אזאנס וואס נאר ענדע קען
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2954
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
- לאקאציע: אין פיצא סטאר
Re: דורכבלעטער
נישט צו פאעזיע איך פארשטיי
און קוים וואס גראמען איך טריי
אבער נאכען ''דורכבלעטער''
דאס הארץ גיט מיר א פלאטער
מיט מיינע פאר שורה'לעך די קליינע
צו באדאנקען אויף די ווערטער די שיינע
כה יתן ד' וכה יוסיף
אלה וכאלה תוסיף
אונז מהנה זיין מיט נאך שיינע ענינים
מתוך נחת והרחבה ומאירת פנים!
און קוים וואס גראמען איך טריי
אבער נאכען ''דורכבלעטער''
דאס הארץ גיט מיר א פלאטער
מיט מיינע פאר שורה'לעך די קליינע
צו באדאנקען אויף די ווערטער די שיינע
כה יתן ד' וכה יוסיף
אלה וכאלה תוסיף
אונז מהנה זיין מיט נאך שיינע ענינים
מתוך נחת והרחבה ומאירת פנים!
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: דורכבלעטער
און שוין! האט געשריבן:
ייש״כ פאר די שיינע ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: דורכבלעטער
מורא'דיג! פאעטיש!
וואס איז אבער מיט'ן רעגנבויגן מיט וואס דו הייבסט אן?
וואס איז אבער מיט'ן רעגנבויגן מיט וואס דו הייבסט אן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: דורכבלעטער
פעיק ניוז האט געשריבן:מורא'דיג! פאעטיש!
טענק יו
פעיק ניוז האט געשריבן:וואס איז אבער מיט'ן רעגנבויגן מיט וואס דו הייבסט אן?
א metaphor צו די פילע קאלירן אויף די בלעטער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: דורכבלעטער
ענדע צדיק! האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:מורא'דיג! פאעטיש!
טענק יופעיק ניוז האט געשריבן:וואס איז אבער מיט'ן רעגנבויגן מיט וואס דו הייבסט אן?
א metaphor צו די פילע קאלירן אויף די בלעטער.
כ'הער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש