די פייגל פארלאשן, אן אפעטיט
פליגלען פארמאכט, קוימע טריט
דער זון פארטונקעלט, באצווינגן זי שיינט
ווי דער לבנה מקנא, מיט שטערן איר באנד
פארלאזט, פארטריקענט זייער שטאלצע געבוי
הויעכגרייכענדע ביימער, אירע אנהענגער גרוי
מייעסטעטישע בערג געהאט שעצונג אן צאל
צו וואס דארפן כוחות, זי קוקט אויפ'ן טאל
פארשעמט שטייט דער טאל און קלערט
נאכגעלאזט, גארנישט, קיין ווערט, מיין ערד
גרין און בלוי, א פארגאנגענהייט
רויט מיט גרוי ווי דער אטמאספערע גייט
לעבן מיט טו, טראגט היסטאריע אויף איר
וואסער, טריקעניש איבערגענומען איר
א שטורעמישע פיין, דעם גאנצן פלאנעט
רחמנות'דיגע אינטערעסע אירע קאלעגעס רעדט
ביסטו אט דער שיינע אמאל געוועזן
היינט נעבעך צו אונז, ניטאמאל א שפּיל צו לעזן
שוועבט אין האריזאנט פארנעפלטע דעמפ
פארזשאווערטע טשוועקעס פון געוועזענע לעמפ
פארטריקענטע בלוט איבערבלייבענישן
ביינער פארווארפען פון סטאדעס צווישן
אן אילוזיע, עפל, ביימער, זיס, געזונט
רעאליטעט, שווארץ, שטויב, רויך, שינד
טונקעלע טייוועל צייכענעס שוועבן
האלבעטע גראזן מיט דערנער דערנעבן
א דזומעדיגע געדעכטעניש ציען מיילן
פוסטע ליידיגקייט דאמינירט דעם צענטראלן
וואלקענעס שטום פון רעגן
די זאמד א איינזאמער אן פארמעגן
בלאס, נאכגעלאזט, איינגעצויגן
אומפונקציאנירט, מיט פארמאכט אויגן
לעבן געבליבן בין איך איינער
אויסגעדארט קוים הויט און ביינער
א אטעם ווערט שטייטער און שטייטער
ליגענדיג אויפן ערד, וואס טוט מען ווייטער?
א פארברענטע צעמישעניש
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3202
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
א פארברענטע צעמישעניש
לפנות בוקר
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
הערליך פאעטיש!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: א פארברענטע צעמישעניש
גאר קונטצליך!
Re: א פארברענטע צעמישעניש
גאר שיין!
אריינשפאצירט און די אינערליכע געפילען פון די בריאה!
אריינשפאצירט און די אינערליכע געפילען פון די בריאה!
Re: א פארברענטע צעמישעניש
@לפנות בוקר
מיר דארפען נאך פון דיינע סחורה!
דיין צעמישעניש איז פארברענט געווארען???
מיר דארפען נאך פון דיינע סחורה!
דיין צעמישעניש איז פארברענט געווארען???