געזעגענונג

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

בלויז א קורצע הקדמה:
די פאלגענדע געדיכט האב איך אפגעשריבן נאך א שמועס וואס איך האט געהאט מיט א 18/19 יעריגע בחור וואס קוקט אויס פון אינדרויסן ווי א שטארקער כאראקטער מיט שטארקע געפילן, אבער אינעווייניג רוישט אין אים די געפילן ביים זיך געזעגענען סוף זמן מיט חברים און חברותות טראץ עס זעהט זיך גארנישט אן פון דרויסן. זייענדיג נאך אינספירירט פון די אויסערגעווענליכע גוטע געלונגענע פאעזיע'ס ביים פארלאפענעם פארמעסט, האב איך באשלאסן צו פראבירן אליין צו נעמען דאס פעדער אין האנט און פראבירן צו פראדוצירן אליינס אזא שטיקל. און אט איז די רעזולטאטן:

אוי עס בענקט
שיר עס קרענקט
די געפילן רוישן
ווי די וואלן פונעם אוישן
צו געזעגענען אזוי שווער
ס'גליטשט מיר א טרער

אייביג געהאט א קלער
אז ס'וועט זיין זייער שווער
ווען די מינוט וועט אנקומען
פון געפילן אינגאנצן באנומען
די עמאציאנעלע מאמענט
מער ווי א דרוק מיט די הענט
אינגאנצן אויסגעבן די געפילן
מיט זיי נישט ארומשפילן
געקומען איז אבער די צייט
געשטאנען זייט ביי זייט
א הענט שעיק
אזוי פעיק
טריקן ווי א זית
אינעווייניג איז אבער הייס

דאס הארץ קאכט ווי א קעסל
דארט אויפן שטילן געסל
צו א ווינקל געטון קערן
פריי געלאזט די טרערן
זאל נאר צוריקקומען די מינוט
עס אויסנוצן גוט
די געפילן ארויסגעבן
צו געדענקען א גאנץ לעבן
ס'ווילט זיך נאר איין שמייכל שענקען
אוי ס'טוט בענקען

צו מיינסטו ליבער פריינט
אז איך קען דיר נאר פון היינט?
כ'ווייס ווי שטארק ס'איז געווען
דיינע געפילן ווען ס'איז געשען
די באס שוין געקומען צו פארן
אבער ווערטער גענומען שפארן
טאקע א ווארימע האנט-דרוק
פארט גארנישט ארויס געלאזט פון אינעווייניג
כ'ווייס אז אין הארצן ביי דיר
גענוי ווי ביי מיר
האבן די געפילן שטארק געבאבלט
דאך זיך געפירט דאפלט

נאר ווען כ'האב אוועקשפאצירט
דאן האט עס פאסירט
אין א ים פון הרגשים
זיך נישט געקענט באהערשען
אריינגעלאפן אין היכל התורה
איבערגעבויגן איבער א גמרא
די בלעטער נאס געמאכט
אזש ס'קענט זיך געבן א דאכט
אז מ'קען זיך דערטרענקען
אין דאס געפיל פון בענקען.
אוי, איך בענק!

ווי געשריבן איז דאס מיין ערשטע פראבע דעריבער לאזט אייך הערן מיט הערות וקריטיק [אויב מעגליך נאר קאנסטרוקטיווע...] ויתקבלו ברצון.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

באמת הארציג!
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

קנאקעדיג און מעכטיג! טיף הארציג!

קריטיק: לייג די הקדמה נאך די ארטיקל... לאז די געפילען לויפן.
לפנות בוקר
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3559
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

גאר גוט!
ווען דו שרייבסט ווען נישט אז ס'איז דיין ערשטע וואלט איך געוועהן זיכער אז דו ביסט א לאנג-יעריגע שרייבער
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

שיינע שורות, הארציג!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

להחיות האט געשריבן:גאר גוט!
ווען דו שרייבסט ווען נישט אז ס'איז דיין ערשטע וואלט איך געוועהן זיכער אז דו ביסט א לאנג-יעריגע שרייבער
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הארציג, פאעטיש, אין טיף! עס גלייבט זיך גארנישט אז דאס איז אן ערשטע. געוואלדיג.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אהה, די נחת פון פרישע טאלאנט. גיי נאר גיי, שרייב נאר שרייב, דו וועסט אנקומען ווייט.

איך האב שטארק הנאה פון די מוסטער/מאטיף (theme) וואס דו האסט גענוצט, די האנט-שאקל. עס האלט די ארטיקל אויף שינעס און עס גיבט צו צום אויסשטעל.
חנן האט געשריבן:די עמאציאנעלע מאמענט
מער ווי א דרוק מיט די הענט
א הענט שעיק
טאקע א ווארימע האנט-דרוק


די שטיקל האט מיר די שטערקסטע געמאלן א בילד אין קאפ, ווי אויך, איז עס א טיפע מאמענט פאר דער קאראקטער פון די געדיכט.
חנן האט געשריבן:דאס הארץ קאכט ווי א קעסל
דארט אויפן שטילן געסל
צו א ווינקל געטון קערן
פריי געלאזט די טרערן
זאל נאר צוריקקומען די מינוט
עס אויסנוצן גוט
די געפילן ארויסגעבן
צו געדענקען א גאנץ לעבן
ס'ווילט זיך נאר איין שמייכל שענקען
אוי ס'טוט בענקען


די פאר שורות זענען גאר גוט. צו מיר איז דאס די יסוד פון דיזע געדיכט. די האנט-שאקל גיבט נישט ארויס אלע געפילן, און אויף די זעלבע צייט האבן ביידע די זעלבע געפילן, אבער ביידע האלטן עס אינערליך, שפאצירן אוועק נאר זיך אויסצוגעבן די געפילן באזונדער נאכ'ן שיידן. ווייטער די האנט-שאקל איז די מאמענט ווען די געפילן רוישן ביי ביידע אויפ'ן העכסטן שטאפל.
חנן האט געשריבן:טאקע א ווארימע האנט-דרוק
פארט גארנישט ארויס געלאזט פון אינעווייניג
כ'ווייס אז אין הארצן ביי דיר
גענוי ווי ביי מיר

אויסטערליש!

איך גיב (כמעט) קיינמאל קריטיק, פארט האסטו געבעהטן. וועל איך נאר זאגן מיינע פאר געדאנקען:
איך מיין אז דו האסט ארויס די חלק פון געפיל און שילדערן, און מעגליך וועסטו בקרוב טרעפן דיין שניט. דעריבער וואלט איך פארגעשלאגן אז דו זאלסט דיך קאנצעטרירן מער אויף די פאעטישע חלק ווי די גראמען, און אויב די גראמען בייסן אריין אין די פאעטישקייט פון די געדיכט, דאן שרייב עס אהן גראמען.
צום סוף ביסטו דער איינציגסטער וואס ווייסט באמת דיינע כוחות. דעריבער, אויב די פארשלאגען שטימט נישט דאן נעם עס נישט אהן.

מיר קוקן פאראויס צו ליינען נאך.
קאטשעלאבע
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:19 am

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעלאבע »

וואו! א מייסטערווערק! די שילדערונג פון די געפילן זענען אזוי לעבעדיג און שטארק אזש ס'קען זיך דאכטן אז דאס זענען זיינע אייגענע געפילן, און נישט בלויז יענעמ'ס געפילן וואס דו שרייבסט אראפ [ווי דו שרייבסט אינעם הקדמה].
''מיינע קאטשעלאבע'ס וואלטן מיט די הויזן אריינגעלאפן אינעם ים סוף!'' (הרה''ק מבעלזא זי''ע)
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

[quote="היכי תמצא"][/quote]
א ריזיגען ש'בח פאר די אלע ווארימע קאמפלימענטן! און ספעציעל א שכח פארן אננעמען מיין לעצטע שורה ערנסט.. איך וויל באמת הערן קאנסטרוקטיווע קריטיק. ש'כח!
און אויך בכלליות א ש'כח פאר אלע אנדערע וואס האבן געלאזט הערן ווארימע קאמפלימענטן וואס געבן א שטארקע שטופ אויף ווייטער!
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: געזעגענונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

להחיות האט געשריבן:גאר גוט!
ווען דו שרייבסט ווען נישט אז ס'איז דיין ערשטע וואלט איך געוועהן זיכער אז דו ביסט א לאנג-יעריגע שרייבער

הע, א שפאר ביסל עקספיריענס האב איך ב''ה שוין אין שרייבן, כ'האב שוין באוויזן ב''ה צו בארייכערן די אידישע ליטעראטור מארקעט מיט א מספר לענגערע אינהאלטס רייכע-ארטיקלען, אבער קיין פאזיע'ס האב איך נאך נישט געשריבן ביז יעצט..
PDF
אטעטשמענטס
געזעגענונג.pdf
(31.15 KiB) געווארן דאונלאודעד 28 מאל
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”