לפני ד' - תטהרו

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

זיינע ערשטע טריט ער שטעלט,
די טאטע שטייט און קוועלט,
זיין הענטעלע לאזט ער אפ,
און יאנקעלע פאלט אראפ...

מיין קינד ווער נישט בארירט,
עס האט גארנישט פאסירט,
דיין יגיעה איך זע,
לך בכחך זה...

אינגאנצן פארויטלט קוקט ער ארויף,
בעטנדע אויגעלעך הייבט ער אויף,
די גרעסטע דורכפאל פון זיין לעבן,
וועט מען אים דאס אמאל פארגעבן??..

מיין קינד ווער נישט בארירט,
עס האט גארנישט פאסירט,
דיין יגיעה איך זע,
לך בכחך זה!...

לכבוד מיין הונדערטער.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

שיין און רירנד!

מזל טוב צום 'שר מאה'!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שר מאה
מלא דעה

שיינע געדאנק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע: אין געשעפט

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

זייער שיין!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

א דאנק אייך טייערע דאנקער, איר גיבט מיר א שטופ אויף ווייטער!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

דאס איז א פערפעקטע שטיקל, א מייסטערווערג!!

די געדאנק, די מייסטערישע גראמען און די פאעזישע מיסטישקייט. א שלימות!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך שפיר זיך ווי איך בין דאס קינד און איך פארשטיי דעם קינד'ס פחד. א הארציגע, לויטערע געדאנק.

איך האב גראדע שטארק הנאה פון דיין קורצע סטיל. ס'איז איינגענעם. ווען עס קומט צו פאעזיע איז יעדעס ווארט געמאסטן. די קונץ איז נישט צו נוצן איבריגע ווערטער און פארט ארויסברענגן די פונקט.

דיין סטיל איז ווי א בליץ, עס דויערט נישט לאנג אבער די אימפאקט איז גרויס.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:דאס איז א פערפעקטע שטיקל, א מייסטערווערג!!

די געדאנק, די מייסטערישע גראמען און די פאעזישע מיסטישקייט. א שלימות!!


א דאנק.
היכי תמצא האט געשריבן:איך שפיר זיך ווי איך בין דאס קינד און איך פארשטיי דעם קינד'ס פחד. א הארציגע, לויטערע געדאנק.

איך האב גראדע שטארק הנאה פון דיין קורצע סטיל. ס'איז איינגענעם. ווען עס קומט צו פאעזיע איז יעדעס ווארט געמאסטן. די קונץ איז נישט צו נוצן איבריגע ווערטער און פארט ארויסברענגן די פונקט.

דיין סטיל איז ווי א בליץ, עס דויערט נישט לאנג אבער די אימפאקט איז גרויס.

שכח פאר דיינע דערפרישנדע ווערטער.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

יצחק טובי' האט געשריבן:איר גיבט מיר א שטופ אויף ווייטער!


מען קען נאך שטופן??? נאדיר נאך א שטופ! געב אכט, טראסקע נישט אראפ....
קיפ אן שטופינג!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

גרינס פון א גרינע... שמעקט מיר פיין...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-

קורץ און שארף.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

קורץ און גאר צום זאך!

אפילו מ'פאלט אראפ אויפן ערד מיט א קראך

הייב דיך אבער צוריק אויף מיט א שמייכל א לאך

נפלה, לא תוסיף, קום. שטיי אויף אן קיין אויגן-בלינק קיין קראץ

כשזה קם זה נופל, טאקע דער נפילה איז פארן שטאנדהאפטיגקייט דער ערזאץ
---
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

בשבילי טויגסט. אזא שיינע פאר שורות פון ארבל ארויס געשאקלט. שרייב נאך!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

פיין
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:דאס איז א פערפעקטע שטיקל, א מייסטערווערג!!

די געדאנק, די מייסטערישע גראמען און די פאעזישע מיסטישקייט. א שלימות!!


מיסטישקייט?

קודם ס'איז נישט קיין ווארט.

צווייטנס, וואס דא איז מיסטיש?

אלעס איז זיס קלאר און פארשטענדליך.

מעיבי איים מיסינג סאמטינג?
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:דאס איז א פערפעקטע שטיקל, א מייסטערווערג!!

די געדאנק, די מייסטערישע גראמען און די פאעזישע מיסטישקייט. א שלימות!!


די גראמען זענען גוט, אבער שטעלט און קוועלט, אפ און אראפ, איז אזוי קונצליך און מייסטעריש?

מיר דאכט זיך מער אז עס איז זיסע שיינע פשוט'ע גראמען.

און טאקע דאס איז די געשמאק דערפון.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: לפני ד' - תטהרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

יצחק טובי' האט געשריבן:א דאנק אייך טייערע דאנקער, איר גיבט מיר א שטופ אויף ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”