מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7031
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך eller » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:51 am

בס"ד
ווען כ'שטיי
תשפ"א גייט פארביי
ס'קומט יאר א נייע

שורות
פיר איז
איך פרוביר עס
לויט ווי כ'שפיר איז.

תשפ"א
ווערט נתחלף
מיט תשפ"ב משלב
מיט פרישקייט כ'שטראל אויף

טרייען
איבער צוגייען
זייגער צוריק דרייען
תשפ"א שמחות אדער ווייען

דורכגעלאפן
שווער באטראפן
וואונד נאך אפען
אויף בעסער'ס מיר האפן

געעשעניש
קאומא נעניש
באשעפער זעה נישט
גאווערנער מער, פלעין נישט

אפגאניסטאן
היינט טאליבאן
ווערטער נישט פארהאן
ס'איז א שרעקליכע באלאגאן

האריקעין
נישט פלעין
לאנג נישט געווען
שווערע פארפלייצונגען זאל געשען

וויירעס
נאכאלץ הפקירות
האסט צוויי ברירות
מאסק, וואקסין, ביסטו לחירות

פרייזן
האלץ, אייזן
די נומבערן ווייזן
שווער זיך צו שפייזן

צענזוס
ברענגט גריס
פון גרויסע איבערפליס
אידישע געגענטער געטריפעלט איז

אנעפלאוימענט
הרחבה מ'דערקענט
קינדער געלט מ'ספענט
סטימילעס, PPP גרויסע פראצענט

שווערליך
ס'רינט טרערעך
געווען אזוי געפערליך
באשרייבן שווער העל איך

זי"ע
דייני קהילתינו
נסתלק געווארן בעוונותינו
מי יתן לנו תמירתינו

געקומען
צו ר'שמעון
און נעבעך אומגעקומען
ליידער אפאר מאל מזומן

שרעק
מענטשליכע צודעק
ליידער טראגיש אוועק
און אהיימגעפארן אין זעק

קארלין
גזר דין
ליידער אויך אהין
די פארענטשעס זיך אפגעטון

סורפסייד
בנין צוגייט
געזוכט לאנגע צייט
ביז ליידער בד"ה מ'שרייט

אוקריינא
נישט איינע
3 בחורים פיינע
אוועקגעריסן אין עראפלאן קליינע

כ'שלינג
ס'גארנישט גרינג
קינדער נאך יונג
ווערן ליידער נפטר פלוצלונג

עקסידענטן
שרעקעדיגע מאמענטן
ליידער גרויסע פראצענטן
נפטר, אדער געבליבן פאציענטן

צרות
לבבות נשברות
באשעפער פארשפאר עס
גענוג פאר שאר איז

אבער
אפילו ס'שווער
אלע גלייבן מיר
אז ס'קומט אַן אויפהער

פאריאר
געווען קלאר
שווער ביז גאר
אבער ס'געווען אנגעשריבן בעפאר

שרייבן
און גלייבן
ס'וועט נישט בלייבן
נייע יאר מ'וועט אנהייבן

---

תשפ"ב
ארויסזאגן כ'גייעס
מיט פרישע חיות
נאר פון גוטע נייעס

אריינגאנג
מיט געזאנג
א גוטע אנפאנג
מיר גרייטען מיט ערפאנג

שמיטה
פעלדער אפגעהיטע
ס'קומט ברכות גוטע
וצוה את ברכתי בפשיטה

פארמיידן
דאס ליידן
מיט שמחה באקליידן
זיך עלטערן אין פריידן

מכאן
אויס פיין
שיק אונז אריין
שמחות, נחת, ברכות, בזמן

קינדער
יעדער באזונדער
בעטן ביים ערפינדער
לעכטיגע, בחנטע אזא וואונדער

ערליך
דורות הערליך
אויסוואקסען שיינע קערלעך
שטייגען שענער יאר יערלעך

געזונט
יעדע קינד
אן קיין וואונד
געזונטערערהייט השם מען דינט

פרנסה
קומה עזרתה
שיק גרויסע הכנסה
מיט פילע השפעות אָה...

שפיטאל
זאל דאסמאל
רופא חולי ישראל
נאר שמחות אנע צאל

אויפשפאלט
זיוויג פארטיילט
בחורים, מיידלעך אלט
צום ווארט מען שטראלט

קינדערלאז
שפירן מאכטלאז
זייער צער אויפלאז
מיט קינדער ס'זענען שפראכלאז

רוחניות
צובראכן איז
אזויפיל פארקראכן איז
השיבנו ה', ס'פארשפראכן איז

ת"ת
ביראה טהורה
אויפן אלטען מסורה
גזירות נישט זיין שורה

תפיסה
טאטע זיסע
פלאץ די מיאוסע
מאך אידנ-ריין, אידכר זכותא

אנטיסעמיטן
טרויעריגע באנדיטען
טו זיי היטן
שוין גענוג אסאך געליטן

כ'בעט
מיין געבעט
מיט פארכט כ'טרעט
מיין צובראכענע הארץ זעהט

טאטע
אליך שועתי
קוק אראפ למטה
שמע תפילתינו בהיא שעתה

בקשתינו
אבינו מלכינו
שמע קול תחנינו
ותקבל ברחמים וברצון תפילתינו

באשטום
בספר החיים
יעדן איד אומעטום
געבענטש יאר, בלי מום

שיק
אונז צוריק
יאר פון גליק
אלע שלעכטע גזירות צופליק

משפיע
הצלחה וישועה
איבעראל מ'איז משקיע
ווייל ענינו לך תליה

אפהיט
יעדן איד
ס'זאל זיין גוט
אויף טריט און שריט

כ'מסיים
אבינו שבשמים
זיי שוין מקיים
די לשנה הבאה בירושלים

אהיימפירן
באנפין נהירין
מיט משיח'ן באצירן
אין תשפ"ב ס'זאל פאסירן
לעצט פאראכטן דורך eller אום זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
אלטע קוגל
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך אלטע קוגל » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:56 am

WOWOWOWOW די ביזט געוואלדיג גוט, שורה נאך שורה, כ'בין שפראכלאז, ;l;p- ;l;p- ;l;p-
בד"וו קענסט שוין טוישן דיין אונטערשריפט 'איך בין נישט קיין שרייבער'.... א שרייבער אבער נאך ווי....
לאכן לאכט דער וואס לאכט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:58 am

WOW
א שיין שטיקל!

אוועטאר
אוראייניקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10861
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 12:59 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
קונסט!!

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך שפע רב » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:48 pm

wow, מאסיוו.

אמן, דיינע אלע ברכות זאלן מקיום ווערן מיטן גאנצן שטארקייט.

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 2:04 pm

אמן! הערליך!

Haklal
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך Haklal » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 3:43 pm

מאסיוו
א גיט געבענטשט יאר!

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 3:59 pm

אמן! וכן למר!
הערליך און וואונדערבאר!

פון עללער
גראמען שטעללער
ווערטער מעללער
אן א פעללער
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 5:10 pm

איך גלייך נישט קיין פאזיעס (זייער מילד גערעדט) אבער דאס האט געקאסט א טרער.

שיין!
איך דעבאטיר נישט! מיין מיינונג ווערט בלויז געזאגט….

אוועטאר
לפנות בוקר
גראמעזיע פארמעסט געווינער
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך לפנות בוקר » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 12:25 pm

געוואלדיג געשמאק און קינצלעך!

לאמיר האפן אז דער בורא זאל ערפילן דיין ווינטש, און אינז שיקן א זיס לעכטיג יאר!
אזוי גייט אויקוקען דיין אינטערשריפט נאך יעדע פון דיינע תגובות

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 12:26 pm

מטעמים האט געשריבן:איך גלייך נישט קיין פאזיעס (זייער מילד גערעדט) אבער דאס האט געקאסט א טרער.

שיין!

סאו דו גלייכסט יא..
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:34 pm

די וועג וויאזוי מען טוישט א נארמאלע סענטענס צו א זיגזעג וועג פון רעדן בלויז עס צו מאכען אלס א גראם, חרוז אדער פאזיע דאס טייל רעדט נישט צו מיר (עס דערנעווירט מיר גאר שטארק און נאך אלס מילד גערעדט)

דא איז די ווארימע ווערטער שענער ווי די חרוזים און אט דאס האב איך ארויסגעברענגט.

באלאנגט נישט עכט דא אבער זאל שוין זיין.
איך דעבאטיר נישט! מיין מיינונג ווערט בלויז געזאגט….

אוועטאר
טישטוך
גראמעזיע פארמעסט געווינער
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:18 pm

מטעמים האט געשריבן:די וועג וויאזוי מען טוישט א נארמאלע סענטענס צו א זיגזעג וועג פון רעדן בלויז עס צו מאכען אלס א גראם, חרוז אדער פאזיע דאס טייל רעדט נישט צו מיר (עס דערנעווירט מיר גאר שטארק און נאך אלס מילד גערעדט)

דא איז די ווארימע ווערטער שענער ווי די חרוזים און אט דאס האב איך ארויסגעברענגט.

באלאנגט נישט עכט דא אבער זאל שוין זיין.

דאס איז נישט קיין פאעזיע, דאס איז מייסטערהאפטיגע און קונצליכע גראמען וואס זענען גאר טיף.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:02 pm

טישטוך האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די וועג וויאזוי מען טוישט א נארמאלע סענטענס צו א זיגזעג וועג פון רעדן בלויז עס צו מאכען אלס א גראם, חרוז אדער פאזיע דאס טייל רעדט נישט צו מיר (עס דערנעווירט מיר גאר שטארק און נאך אלס מילד גערעדט)

דא איז די ווארימע ווערטער שענער ווי די חרוזים און אט דאס האב איך ארויסגעברענגט.

באלאנגט נישט עכט דא אבער זאל שוין זיין.

דאס איז נישט קיין פאעזיע, דאס איז מייסטערהאפטיגע און קונצליכע גראמען וואס זענען גאר טיף.

אמת ואמת.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 3:34 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אמן ואמן!

עס דערקענט'צעך אסאך קאפ און מוח, די וועג ווי ס'געבויעט האט מיר געכאפט, כאטש די פאר שורות וואס מ'האט עס געקענט מער מאכן א שלימות. זייער אסאך חידושים פון גראמ'עלעך וואס ערווארטן צו געהערט ווערן מער ווי געליינט ווערן. זייער הארציג. א מעסטער פיעס מיט אלע מפרשים!

מאניש בנבנשתי
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: מיין וואונטש צום נייעם יאר תשפ"ב הבעל"ט

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 6:16 pm

דאס איז מאסיווע טאלאנט, ישר כח.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט