שלום עליכם

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.

אה, כ'האב אייך שוין לאנג נישט געזען,
שלום, א גוט יאר, וואס מאכט איר?
ביסטו שוין רייך?

איך פריי זיך צו אייך,
אין איר פריידט זיך צו מיר,
הלוואי זאל עס מער אפט געשען,


געווען זעמיר גוטע נאנטע פריינט,
צוזאם אסאך פארברענגט,
איי, די גוטע צייטן...

אבער אן אנדייטן,
געװארן מער אנגעשטרענגט,
א ווייטאג, אז מ'זעט זיך קוים היינט,


איך קוק זיך יא אמאל צו פון די זייט,
איך זעה ווי דו לאכסט הויך,
און ס'שטעכט,

איך מיין, עכט,
פאר מיר האסטו נישט כח?
און פאר יענעם אלעמאל אזוי גרייט,


מיר קוים מיט א שאקל באגריסטו,
גיבסט מיר א האלבע בליק,
און שוין גייסט,

מיין טרייסט,
ווען איך דערמאן זיך צוריק,
קומען אפיציעל צו מיר, פלעגן טוסטו,


ווי געשמאק, די לאנגע טענה'רייען,
מיט א קאווע, און ציגארעט,
צוגעגעבן טעם!

און דיין פלאם,
איי, ס'איז נישט אבי גערעדט,
כ'בענק מיך שטארק, צו דיין שרייען,


אמאל געווען ווייניגער, אמאל מער,
אבער זיך דורך געדרייט,
געווען נאנט,

הצלחה געמאנט,
און צוזאמען זיך געפרייט,
און צומאל איינגעזאפט דיין טרער,


איך דריי זיך נאך אלץ דא גראדע...
אויב ווילסטו אמאל א ווינקל,
זיך אויסצושמועסן,

כ'וועל שיקן גריסן,
פון דיר, ווען עס ווערט טונקל,
וועסט דיך שטארק פרייען אוודאי,


לאמיר מאכן א שטיקעלע פשרה,
כ'פארלאנג נישט קיין סאך,
נאר א צייט איין,

אונז צוויי אליין,
צוזאמען ווערן באמת רייך,
ביטע טו עס פאר מיר, דיין אלטע גמרא...




...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p- ;l;p- זייער שיין און ארטיסטיש!
כ'האב ספעציעל ליב די מהלך וויאזוי די גראמען לויפט ... און אוודאי די פוינט וואס דו ברעגסט ארויס,
לעצט פארראכטן דורך Masmid אום מאנטאג יולי 12, 2021 1:41 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Just wow!!
אוועטאר
א פינטעלע איד
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:23 am

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פינטעלע איד »

דער ניצט אויס זיין טינט ווי עס דארף צוזיין
הערליך שיין!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p- wow! כפול שמונה...
דו ווערסט נאך בעסער און גרעסער... נאך א זאפטיגע פאעזיע מיט גאלדענע טינט!

די שפראך, די גראמ'עלעך, און בפרט די תוכן דא, אלס איז נעקסט לעוועל'דיג כמו שכתוב.
צו באטאנען די געבוי... א נייע חידוש בעולם הפאעזיע, אזוי געמאסטן און געוואויגן יעדע שורה, און ס'פארט אהין און צוריק... נעקסט לעוול!!

נאך פארטיגן ליינען, נאר דאמלטס דארף מען אנהייבן פון פריש... אוי האטעס געקיצלט מיין הארצ'ס פינטל....

גיי אן ווייטער, כ'האף אז ס'נאך דא ווי צוגיין העכער, און צושטעלן א גוטס שבגוטס פארן פארמעסט...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טינט. גמרא. גראם. בענק. פארשטאנד. הארץ. געפיל. מוסר.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

Bissli האט געשריבן:טינט. גמרא. גראם. בענק. פארשטאנד. הארץ. געפיל. מוסר.

:lol: ;l;p-
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:טינט. גמרא. גראם. בענק. פארשטאנד. הארץ. געפיל. מוסר.

:lol: ;l;p-

ס’לאכסטע?

איך מיין עס זייער אמת’דיג. איך האב געטראכט וואס צו קאמענטען און אנגעהויבן שרייבן און ווען מיין הענט האט געסטאפט טייפן האב איך דעיס געזען.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טינט, ביוטיפול. א שטיק טאלאנט. מיט א בליק פון אויבן איז עס מורא׳דיג אבער האלטסו נישט אז אויף דעם סטייל פארלירט מען דעם ריטעם?
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

WOW! WOW! הערליכע מייסטער ארבעט!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

כינור האט געשריבן:טינט, ביוטיפול. א שטיק טאלאנט. מיט א בליק פון אויבן איז עס מורא׳דיג אבער האלטסו נישט אז אויף דעם סטייל פארלירט מען דעם ריטעם?


איך האלט יא אזוי, און איך האב עקטשועלי געהאט א קאנווערסעישן מיט עמיצן איבער די נושא,
און ס'איז אמת, ווען מ'ליינט עס ווען פאר הויך, וועלט געווען א ריטעם פראבלעם, אבער, זינט עס גייט ארויף דא, וואו מ'ליינט עס נאר, און בשעת'ן ליינען, און אנקוקן, איז עס נישט קיין אישו, נאר ס'איז אינטרעסאנט און דיפרענט, אזוי האב איך געטראכט, אבער ס'קען זיין אז מיין מיינונג איז נישט געווען גערעכט.

לאמיר זעהן וואס דו זאגסט.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

טינט האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:טינט, ביוטיפול. א שטיק טאלאנט. מיט א בליק פון אויבן איז עס מורא׳דיג אבער האלטסו נישט אז אויף דעם סטייל פארלירט מען דעם ריטעם?


איך האלט יא אזוי, און איך האב עקטשועלי געהאט א קאנווערסעישן מיט עמיצן איבער די נושא,
און ס'איז אמת, ווען מ'ליינט עס ווען פאר הויך, וועלט געווען א ריטעם פראבלעם, אבער, זינט עס גייט ארויף דא, וואו מ'ליינט עס נאר, און בשעת'ן ליינען, און אנקוקן, איז עס נישט קיין אישו, נאר ס'איז אינטרעסאנט און דיפרענט, אזוי האב איך געטראכט, אבער ס'קען זיין אז מיין מיינונג איז נישט געווען גערעכט.

לאמיר זעהן וואס דו זאגסט.

ביסט גערעכט, ס'האט יא א רידעם, ס'לויפט לויט א געוויסן סדר, קרבן עולה ויורד, ס'פיין געבויעט. כנלענ"ד.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טינט האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:טינט, ביוטיפול. א שטיק טאלאנט. מיט א בליק פון אויבן איז עס מורא׳דיג אבער האלטסו נישט אז אויף דעם סטייל פארלירט מען דעם ריטעם?


איך האלט יא אזוי, און איך האב עקטשועלי געהאט א קאנווערסעישן מיט עמיצן איבער די נושא,
און ס'איז אמת, ווען מ'ליינט עס ווען פאר הויך, וועלט געווען א ריטעם פראבלעם, אבער, זינט עס גייט ארויף דא, וואו מ'ליינט עס נאר, און בשעת'ן ליינען, און אנקוקן, איז עס נישט קיין אישו, נאר ס'איז אינטרעסאנט און דיפרענט, אזוי האב איך געטראכט, אבער ס'קען זיין אז מיין מיינונג איז נישט געווען גערעכט.

לאמיר זעהן וואס דו זאגסט.

איך וואלט געזאגט יא ריטעם נישט ריטעם... כ׳האב שרעקעדיג הנאה געהאט דערפון.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

זייער שטארק! און נאכמער ציפעדיג...
טינט שרייבט מורא'דיג בעטעמט, און מיט א מיליטערישער סדר.
די ריטעם האלט זיך געוואלדיג, מען דארף נאר כאפן די פעטערן.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: שלום עליכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הערליך ווי נאר טינט קען.
און אויך הנאה געהאט פון די פעטערן, און וויאזוי יעדע שורה איז די זעלבע גרויס ווי די גראם.
און פארשטייט זיך די תוכן ;l;p- ;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”