די זייגער פון די וועלט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די נאכט הימל,
א קאלדרע פאר די וועלט,
כאפ א דרימל,
ס'ווערד דאס געלט,

די שטערן פינקלען,
די לבנה לייכט,
די זון געטינקען,
איך בין פארטראכט,

צומאל ווארעם,
צומאל קאלט,
צומאל א פארם,
אין די וואלד,

נישט פארנומען,
א ביכל אין די האנט,
קיינער קומען,
נאר איין פריינט,

נישט קיין מארגן,
שוין נישט היינט,
א שעה בארגן,
פון וואו נישט באקאנט,

מ'קען נישט קויפן,
די זיסע שעות,
עס טוט לויפן,
אוועק די צרות,

פארמאך די אויגן,
ביז'ן נץ,
עס טוט טויגן,
נישט נאר יעצט,

כ'וויל נישט שיידן,
פון יעצטן מוט,
כ'וועל זיך בייגן,
אזוי מען טוט,

ס'וועט נאך קומען,
אזא מינוט,
ווארטן מוז מען,
מיט אפעטיט,

די תוצאות,
מאכט נישט אויס,
די השפעות,
ברענגט ארויס,
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דער איז פריש לייק נאו טאמאראו...
ווי ביזטו געווען ביז יעצט???
גיס און גיס, נאך און נאך.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Bissli האט געשריבן:דער איז פריש לייק נאו טאמאראו...
ווי ביזטו געווען ביז יעצט???
גיס און גיס, נאך און נאך.

עס איז טאקע גוט?
דאס איז נאר מיין צווייטע פאועם. זעהט אויס אז @פילינגס האט עפעס אויפגעוועקט אין מיר.

אבער איז דאס צו אבסטראקט? אין די פארמעסטן אשכול האב איך געזעהן א סאך שרייבן אז פאעזיע איז צו אבסטראקט פאר זיי. מ'קען קלאר פארשטיין וואס איך האב געשריבן?

די אנווייזונגען פון אייך און @נאר מיט שמחה האט מיר געגעבן די מעגליכקייט צו שרייבן פליסיג אהן זיך רעכענען מיט גראמאטיק אדער סטרוקטור. פאר מיר איז דאס שענער, אבער איך וואונדער מיך ווי אזוי אנדערע ליינען דאס. איך פארשטיי וואס איך האב געשריבן ווייל די רעיונות זענען ביי מיר אין קאפ, אבער איך האב קיין אהנונג ווי אזוי אנדערע זעהן עס.

הרב ביסלי, איר האט א מפתח וואו איך קען ליינען אייער שטאפע?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין! הערליך!

כ'וועל נישט מורא געהאט אז ס'איז צי אבסטראקט. פאר מיין שוואכקייט צו אבסטראקט קען עס ווען נאך זיין אסאך מער.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

הערליך שיין. ליינט זיך זייער סמאוד און געשמאק.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

קו הישר האט געשריבן:הערליך שיין. ליינט זיך זייער סמאוד און געשמאק.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נשמה שפראך,
דער זייגער טיקט,
הערליך רייך,
אויפן הימל קוקט,

ש'כח היכי!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן ש'כח פאר אלע געהויבענע אידן, ערפארענע שרייבערס וואס האבן מיר קאמפלימענטירט אין מחזק געווען
ממוצע האט געשריבן:זייער שיין! הערליך!

כ'וועל נישט מורא געהאט אז ס'איז צי אבסטראקט. פאר מיין שוואכקייט צו אבסטראקט קען עס ווען נאך זיין אסאך מער.

ש'כח דאס העלפט מיר א סאך, דאס איז מיר דאס מערסטע וויכטיג צו וויסן אויב מיין פאעזיע איז פארשטענדליך. איר האט מיר א סאך ארויסגעהאלפן.
קו הישר האט געשריבן:הערליך שיין. ליינט זיך זייער סמאוד און געשמאק.

ש'כח פאר אייער קאמפלימענט, און פאר'ן לאזן וויסן אז ס'ליינט זיך גרינג. איר האט מיר שטארק מחזק געווען.
ענדע צדיק! האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:הערליך שיין. ליינט זיך זייער סמאוד און געשמאק.

אזוינס האב איך מיך שוין נישט געראכטן. בין דאך גאר ניי, ניטאמאל האלב דערבאקן. ש'כח פאר אייער קאמפלימענט.
קנאפער ידען האט געשריבן:נשמה שפראך,
דער זייגער טיקט,
הערליך רייך,
אויפן הימל קוקט,

ש'כח היכי!

יאשר. ש'כח פאר די הארציגע רייד, עס האט מיר בארירט.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

היכי תמצא האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:דער איז פריש לייק נאו טאמאראו...
ווי ביזטו געווען ביז יעצט???
גיס און גיס, נאך און נאך.

עס איז טאקע גוט?
דאס איז נאר מיין צווייטע פאועם. זעהט אויס אז @פילינגס האט עפעס אויפגעוועקט אין מיר.

אבער איז דאס צו אבסטראקט? אין די פארמעסטן אשכול האב איך געזעהן א סאך שרייבן אז פאעזיע איז צו אבסטראקט פאר זיי. מ'קען קלאר פארשטיין וואס איך האב געשריבן?

די אנווייזונגען פון אייך און @נאר מיט שמחה האט מיר געגעבן די מעגליכקייט צו שרייבן פליסיג אהן זיך רעכענען מיט גראמאטיק אדער סטרוקטור. פאר מיר איז דאס שענער, אבער איך וואונדער מיך ווי אזוי אנדערע ליינען דאס. איך פארשטיי וואס איך האב געשריבן ווייל די רעיונות זענען ביי מיר אין קאפ, אבער איך האב קיין אהנונג ווי אזוי אנדערע זעהן עס.

הרב ביסלי, איר האט א מפתח וואו איך קען ליינען אייער שטאפע?



א גיטע וואך

יישר כח פאר דיינע חיזוק

נישט דא נאך אזא געשמאקע זאך ווי צו ליפטערן די אינער מחשבה און נשמה

קומסט אריין זייער זיין קיפ איט אפ
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שיין
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די זייגער פון די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

טינט האט געשריבן:שיין

ש'כח. יעדע ביסל חיזוק אדער קאמפלימענט מיינט א געוואלד פאר מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”