וואלקן און שטראלן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א רעגענדיגע טאג פארכמורעט,
דער בליץ ברענגט דעם דונער,
אינעווייניג אויפ'ן ארעט,
אינדרויסן א שירעם איבער,

אוי אין בלאטע געטרעטן,
דער חברותא פרעגט וואו ביסטע,
איך קען נישט פארשפעטן,
אבער דאך נישט אין דער גיסטע,

אין ארבעט שטארק פארנומען,
קיין צייט צו טוישן די שוך,
אינדרויסן טוט נאך רינען,
די זאקן רעדט פאר זיך,

די בני בית טוט רופן,
פון געשעפט קויף מיר ביטע,
א ווארימע נאכטמאל וועט דיר באגריסן,
אבער געווייקט האב איך ווי א שמאטע,

דאס לעכטיגע געזיכט פון די קינדער,
דער טרוקן טוט שוין נישט בענקען,
פון די אידינע א שמייכל באזונדער,
אוי ווי גוט איז מיר געשאנקען,


***

דער גאנצער וועלט גייט כאדאראם,
שפאצירט אויף די הענט אנטשטאט די פוס,
די סכנה הערט זיך בקול רם,
עס בענקט א גוטע גריס,

זיצן אין גלות פארטריבן,
קיין עק דערווייל ערשינען,
דער רמב"ם האט שוין געשריבן,
אחכה לו וועט ער קומען,

אוי ווי גוט וועט זיין דאס לעבן,
איש תחת גפנו בשלום,
האבן אלעס וואס מ'טוט שטרעבן,
ס'דאך אמת, נישט א חלום
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אנטשולדיגט מיר פאר די צענדליגע גראמאטישע גרייזן און פאר די זאצן וואס שטימען נישט ווייל איך האב קיינמאל פאעזיע געשריבן. מיט דאנק פון פאראויס
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער שיין! א פיינעם התחלה,

דיינע אז"ג גרייזן לייגן צו א טעם און ריח, עס מאכט אינטרעסאנט...

שארף דיך אויס און שרייב נאך! האסט הערליכע אויסדריקן, א שטייגער ווי 'די זאקן רעדט פאר זיך'...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאר מיט. שמחה האט געשריבן:זייער שיין! א פיינעם התחלה,

דיינע אז"ג גרייזן לייגן צו א טעם און ריח, עס מאכט אינטרעסאנט...

שארף דיך אויס און שרייב נאך! האסט הערליכע אויסדריקן, א שטייגער ווי 'די זאקן רעדט פאר זיך'...

Rt
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מודעה און דאנק


איך בין אינספירירט געווארן פון @פילינגס פאעזיע איך האב געליינט צום ערשטן מאל אלע זיינע פאעמעס זונטאג פארנאכטס און זייט דעמאלס שפיר איך אן אנטהאלטענדע שטופ צו שרייבן פאעזיע. און ס'דרייט זיך מיר אין קאפ זאצן און גראמען, און דאס איז דער פראדוקט.

ישר כח @פילינגס
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:זייער שיין! א פיינעם התחלה,

דיינע אז"ג גרייזן לייגן צו א טעם און ריח, עס מאכט אינטרעסאנט...

שארף דיך אויס און שרייב נאך! האסט הערליכע אויסדריקן, א שטייגער ווי 'די זאקן רעדט פאר זיך'...

א שטארקן ישר כח פאר אייער ערמוטיגונג, פאזיטיווע קריטיק, קאמפלימענטן, און הצעות. בפרט לגבי די גרייזן. ס'מיר גרינגער צו שרייבן רוי, פארקוקען אויף די פעלענדיגע סוביעקט\אביעקט, און צו מישן אביסל די לשון עבר, הוה, און עתיד. עס קוקט מיר אויך אויס אינטערעסאנט, אפשר אבסטראקט אדער אביסל אונטערגעשטעלט. כ'בין נאכנישט זיכער. איר האט מיר ארויסגעהאלפן מיט אייער מיינונג.
Bissli האט געשריבן:Rt

ישר כח!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דאס איז דאך די פאוינט, אז עס זאל זיין רוי.
מ’מעג עדיטן אביסל אבער די געבוי סאל זיין רוי.
שרייב נאך אסאך. ווי מער דו גייסט דרייבן אלץ מער גייט אריינקומען, אבער אויב דו פארשטופסט די געדאנקען גייט עס דיין סוב קאנטשעס אנהייבן פארשטופן נאך פאר דו גייסט פילן עפעס.
שרייב נאך, דו האסט עס אין די הענט.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן ש'כח אויף דיינע דברי חיזוק ועצה. איך וועל טאקע אזוי טאן.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

אוי וויי
אזא קאמפלימענט שוין לאנג נישט באקומען
א גרויסן יישר כח
קיפ איט אפ

שרייב אראפ וואס דיין הארץ שמועסט

די שיינקייט פון א הארץ
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Will do
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

בל"נ
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: וואלקן און שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

גאר גוט.

לפי דיין מאטיוואציע פאר פאעזיע קומסטו פון א גוטן פלאץ....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”