א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.

וואו איז מיין איך געשטאנען,
ווען טויזנטער גלעקלעך,
געשריגן אז שרעקלעך,
איז דער וועג צו שפאנען,
אבער אין מיינע פעקלעך,
נאר די גאלדענע רעקלעך,
צו שפייזן, איז עסן פארהאנען,

אלע מיינע זיידעס און עלטערן,
געוויינט ביטע פארקערט,
אבער איך האב געהערט,
נאר דעם זייט דעם קעלטערן,
נאכאנאנד צושטערט,
און צום טייוול געקערט,
פאר א ארט מיך צו שעלטערן,

און איך בעט אים נאך און נאך שיק,
מיין מוח נעם איבער, אונטערדריק,
פון די אנהייב, אין קאפ דעם פליק,
און דאן, צום שווארצקייט כ'זיך ביק,

איך ווייס אז ס'איז דא א וועג צוריק,
אבער איך פארברען דעם בריק,
און קויף פונעם אלטן נאך שטיק,
וואו זיך צו בעטן, מיך שוין פארציק,

איך זעה הייליגקייט פון דערווייט,
אבער צוגעבינדנקייט,
אלעס איבערשרייט,
און אלעס ווערט צוריק שטאט,
די קאפ פארדרייט,
איך פאל צו די זייט,
איך קען שוין נישט מישן די בלאט,

און ווען איך טרעף מיר נאכאמאל,
אונטן אויף אלע פיר,
זעהן דעם שפיטאל טיר,
אויסרייניגן די שמוץ פון טאל,
קוים לעבן אין מיר,
די בחירה פארליר,
ארויס די וועג גאר שמאל,

צום אלטן אמאל נאך איך בליק,
כ'געדענק נאך דעם ווארט גליק,
אבער די זייגער קלאפט טיק טיק,
און די וואנט ווערט נאר מער דיק,

נאכאמאל, כ'דראפע זיך צום בריק,
איך וויל ארויסגיין פון דעם דרוק,
מיינע טרערן ווערן זאלץ א שטיק,
ביטע העלף מיר טרעפן די וועג צוריק,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

!Crying with you! dont give up
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיג

פאסיג פאר די טעג, וואס דער חסל"א שרייבט אז שלשים יום שבין פורים לפסח, מוציאים את האדם בכל יום אחד משלושים מנ. שערי טומאה, עד שבליל הסדר נמצאים ארויס אינגאנצן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טאטע העלף! ווי האסטו מיר דא אריינגעדרייט?אזוי קינצליך ארויסגעברענגט אלע פארכאפטע געפילן! וואס דורך זיין פארכאפט קום איך אפילו נישט אן צו טראכטן!

קענסט מיר נישט לאזן אזוי פארכאפט. יעצט מיזטו ברענגען א וועג ארויס. אדער צוריק נעמען די געפילן.

יישר כח פארן אביסל אויפלעבן די פארשלאפענע ווינקל אויף אייוועלט
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שאבעלע האט געשריבן:!Crying with you! dont give up

איך פערזעהנליך ב"ה האב נישט די פראבלעמען מיט די נושאים,
אבער וואו נישט וואו, אונז אלע האמער זיך אונזערע קליינע מלחמה'לעך וואו מיר דארפן געווינען,

אבער דער ליד איז געשריבן געווארן און אויפוואכונג צום פענאמענען און דזשענעראל, נישט אויף א פערזענלעכע אופן.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

Bissli האט געשריבן:טאטע העלף! ווי האסטו מיר דא אריינגעדרייט?אזוי קינצליך ארויסגעברענגט אלע פארכאפטע געפילן! וואס דורך זיין פארכאפט קום איך אפילו נישט אן צו טראכטן!

קענסט מיר נישט לאזן אזוי פארכאפט. יעצט מיזטו ברענגען א וועג ארויס. אדער צוריק נעמען די געפילן.

יישר כח פארן אביסל אויפלעבן די פארשלאפענע ווינקל אויף אייוועלט

האהא...
דעיס אז דו מיינסט אמאל אז דו ביסט ווייט...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

טרעף דעם מקור
פון אלץ בייזן
וואס עס טרייבט דיר
ארויסגיין פון די גלייזן

וואס רייסט און פליקט
און שטיפט צו פארדעקן
אנטלויפן פון רעאליטעט
קען די פראבלעם נישט פארשטעקן

די אמת טוהט וויי
אבער טרעף עס אין זיך
נישט דא קיין אנדערע וועג ארויס
אויסער באקענען דעם איך.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:טרעף דעם מקור
פון אלץ בייזן
וואס עס טרייבט דיר
ארויסגיין פון די גלייזן

וואס רייסט און פליקט
און שטיפט צו פארדעקן
אנטלויפן פון רעאליטעט
קען די פראבלעם נישט פארשטעקן

די אמת טוהט וויי
אבער טרעף עס אין זיך
נישט דא קיין אנדערע וועג ארויס
אויסער באקענען דעם איך.

אמת.
יעצט וויאזוי באקענט מען דעם איך?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

שרייבן. טראכטן. זינגען. רעדט דערפון מיט א טעראפיסט אדער א גוטע צוהערער. סיי וועלכע אקטיוויטעט וואס לאזט דיין מח וואנדערן.

וואס געבט דיר דעם אדיקשען?
ניצטו עס צו אנטלויפן פון רעאליטעט?
וועלכע רעאליטעט?
וואס וועט געשעהן אויב דו לעבסט דעם רעאליטעט?

מאך goals פון לעבן אין דעם רעאליטעט פאר א קליין ביסל צייט.
די רעאליטעט ציפט. עס טוהט וויי. לעב עס. אנטלויף נישט דערפון.
זעה ווי האסט עס דורך געמאכט.
באלוין זיך פאר קליינע געווינסן.

אוודאי אויב די עדיקשאן איז אזוי שטארק אז מען טוהט דאס שוין אפילו אן א טריגער, דארף מען בעסערע עצות פון א פראפעסיאנאל אין אדיקשאן.

(געוויסע עצות- סאבסטיטוטן דעם אדיקטיוו behavior מיט אן אנדערע אקט. גיין אין שויער, לערנען, שמועסן מיט א חבר, זיך האלטן פארנומען אין א צייט וואס מען וואלט געגאנגען ליידיג און געטוהן דעם אדיקשאן)
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

טינט האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:!Crying with you! dont give up

איך פערזעהנליך ב"ה האב נישט די פראבלעמען מיט די נושאים,
אבער וואו נישט וואו, אונז אלע האמער זיך אונזערע קליינע מלחמה'לעך וואו מיר דארפן געווינען,

אבער דער ליד איז געשריבן געווארן אין אויפוואכונג צום פענאמענען און דזשענעראל, נישט אויף א פערזענלעכע אופן.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שיינע זאכן, שיינע זאכן. ישר כח @ווארימעמעלאנע
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מ'רעדט מיר פון די, וואס האבן שוין קיין בחירה צו גיין טון עפעס א נדערש ליידער....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

די פאעזיע האט מיך בארירט ביז טרערן,
הערליך געשריבן!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

סטראקעס האט געשריבן:די פאעזיע האט מיך בארירט ביז טרערן,
הערליך געשריבן!

זע איך אז די רופסט עס פאעזיע, אפילו עס איז געשריבן מיט גראמען
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

Bissli האט געשריבן:

פאעזיע איז סיי וועלכע שרייבערייען וואס האט א גראם אדער א רידם. (Rhyme or rhythm)

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:

נישט ממש, אבער אסאך מאל

חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

הערליך
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

Bissli האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
סטראקעס האט געשריבן:די פאעזיע האט מיך בארירט ביז טרערן,
הערליך געשריבן!

זע איך אז די רופסט עס פאעזיע, אפילו עס איז געשריבן מיט גראמען

פאעזיע איז סיי וועלכע שרייבערייען וואס האט א גראם אדער א רידם. (Rhyme or rhythm)

נישט ממש, אבער אסאך מאל

Poetry with no rhyme or rhythm is known as free verse,
אבער גראמען איז אלעמאל פאעזיע.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער טיף. ס'שלעפט אריין.
די מהלך פון גראמען איז אויך א נייע חידוש, איך בין נייגעריג אויב דו נעמסט עס פון ערגעץ.
1
2
2
1
2
2
1
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אגב, "אדיקציע" איז לכאורה נישט קיין עכטע ווארט.
די "ציע" נאכזילבע, איז עקסעפטעבל פאר ווערטער וואס האבן נישט קיין אנדערע אידישע ווארט. אבער אדיקשן האט מסתם יא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שטומפיג האט געשריבן:זייער טיף. ס'שלעפט אריין.
די מהלך פון גראמען איז אויך א נייע חידוש, איך בין נייגעריג אויב דו נעמסט עס פון ערגעץ.
1
2
2
1
2
2
1

ישר כח!
צווייטנס, די מהלך איז נישט פון ערגעץ, איך נעם נישט מיינע זאכן פון אנדערע...
און איך מיין איך האב שוין געשריבן אויף דעם סטייל אפאר זאכן, איך דארף עכט איבערקוקן אלע מיינע זאכן, צו קענען וויסן, אבער איך בין צו פויל....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שטומפיג האט געשריבן:אגב, "אדיקציע" איז לכאורה נישט קיין עכטע ווארט.
די "ציע" נאכזילבע, איז עקסעפטעבל פאר ווערטער וואס האבן נישט קיין אנדערע אידישע ווארט. אבער אדיקשן האט מסתם יא.

אמת.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
סטראקעס האט געשריבן:די פאעזיע האט מיך בארירט ביז טרערן,
הערליך געשריבן!

זע איך אז די רופסט עס פאעזיע, אפילו עס איז געשריבן מיט גראמען

פאעזיע איז סיי וועלכע שרייבערייען וואס האט א גראם אדער א רידם. (Rhyme or rhythm)

נישט ממש, אבער אסאך מאל

Poetry with no rhyme or rhythm is known as free verse,
אבער גראמען איז אלעמאל פאעזיע.

איך בין א משהו מחולק, פשוטע גראמען, וואס מ'הערט יעדע נאכטַ אויף חתונות, איז נישט ממש אייביג פאעזיע...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
סטראקעס האט געשריבן:די פאעזיע האט מיך בארירט ביז טרערן,
הערליך געשריבן!

זע איך אז די רופסט עס פאעזיע, אפילו עס איז געשריבן מיט גראמען

פאעזיע איז סיי וועלכע שרייבערייען וואס האט א גראם אדער א רידם. (Rhyme or rhythm)

נישט ממש, אבער אסאך מאל

Poetry with no rhyme or rhythm is known as free verse,
אבער גראמען איז אלעמאל פאעזיע.

נישט אינגאנצן ריכטיג.
א פאעם וואס האט נישט קיין rhyme אבער יא א rhythm, וועט נאך אלס אריינגיין און פאעזיע,
א פאעם וואס האט נישט קיין איינע פון די ביידע, וועט זיין free verse poatry.
ריטעם ביי פאעזיע מיינט נישט וואס ריטעם און מעלאדיע, עס האט נישט קיין שיכות צו א ביעט,
עס טוט נאר די זעלבע פעולה וואס ריטעם טוט צו מעלאדיע, דהיינו האלטן איר סטרוקטור.
ווי למשל.
הימלען שווארצע טרערן גיסן
ביימער נאסע זי באדעקט
ווינטען שטארקע בלאזען בייזע
וואלען קומען זיי צוהילף.
דאס איז א פאראגראף וואס האט נישט גראם אבער יא ריטעם, דהיינו די סילעבלס פון די ווערטער וואס ווערן געדרוקט, פארמירן קאמעטס, און פינטלעך. ביים ליינער און קאפ, ווי נויטיג.
די זעלבער פאראגראף קען מיט איין אומנויטיג ווארט פארלירן איר ריטעם. ודו'"ק
צו זאגן אז גראמען איז אלעמאל פאעזיע, איז ווי זאגן אז א נייעס באריכט איז אלעמאל גראמען,
די איינציגע זאך וואס זיי שעירן, איז אז ביידע ווערן געשריבן מיט טינט אויף פאפיר.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: א בריוו פון א פארכאפטן (אדיקציע ווייטאג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

סטראקעס האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:זע איך אז די רופסט עס פאעזיע, אפילו עס איז געשריבן מיט גראמען

פאעזיע איז סיי וועלכע שרייבערייען וואס האט א גראם אדער א רידם. (Rhyme or rhythm)

נישט ממש, אבער אסאך מאל

Poetry with no rhyme or rhythm is known as free verse,
אבער גראמען איז אלעמאל פאעזיע.

נישט אינגאנצן ריכטיג.
א פאעם וואס האט נישט קיין rhyme אבער יא א rhythm, וועט נאך אלס אריינגיין און פאעזיע,
א פאעם וואס האט נישט קיין איינע פון די ביידע, וועט זיין free verse poatry.
ריטעם ביי פאעזיע מיינט נישט וואס ריטעם און מעלאדיע, עס האט נישט קיין שיכות צו א ביעט,
עס טוט נאר די זעלבע פעולה וואס ריטעם טוט צו מעלאדיע, דהיינו האלטן איר סטרוקטור.
ווי למשל.
הימלען שווארצע טרערן גיסן
ביימער נאסע זי באדעקט
ווינטען שטארקע בלאזען בייזע
וואלען קומען זיי צוהילף.
דאס איז א פאראגראף וואס האט נישט גראם אבער יא ריטעם, דהיינו די סילעבלס פון די ווערטער וואס ווערן געדרוקט, פארמירן קאמעטס, און פינטלעך. ביים ליינער און קאפ, ווי נויטיג.
די זעלבער פאראגראף קען מיט איין אומנויטיג ווארט פארלירן איר ריטעם. ודו'"ק
צו זאגן אז גראמען איז אלעמאל פאעזיע, איז ווי זאגן אז א נייעס באריכט איז אלעמאל גראמען,
די איינציגע זאך וואס זיי שעירן, איז אז ביידע ווערן געשריבן מיט טינט אויף פאפיר.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”