וואס, וואו, ווען.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ווי איז געגאנגען,
מיינע באלאנגען,
ווער טוט מיך פאנגען,
צווישן גיפטיגע שלאנגען,

וועלכע פאספארט,
קען צוריקטראגן דארט,
צום אנהייבונגס פארט,
זיך צו קלויבן א סארט,

צו וואו טו איך צילן,
הייס אפצוקילן,
צווישן גערילן,
ווייט פון די שטוהלן,

וועלכע אויסוואל,
וועט מיר מאכן נארמאל,
ארויסנעמען פון שטאהל,
הייבן מיין מאראל,

וואס וועט פאסירן,
אויב איך וועל פארפירן,
וועט דאס מיך אויפפרירן,
עפענען די טירן,

ווי קען איך מיר באהאלטן,
פונעם ווינט דעם קאלטן,
סוועט אייביג זיין שפאלטן,
וואס וועלן מיך פארוואלטן,

וועלכע געטראנק,
וועט עפענען דעם שאנק,
מיך אויפהייבן פון באנק,
צו ווערן פריי און פראנק,

וועלכע מאטיוון,
דארף איך נאך אויספרואוון,
צו צוריקשיקן די בריוון,
צוריק צו ווערן איוון,

וועלכע שריט,
וועט אפשטעלן דאס בלוט,
ברענגען דעם מינוט,
וואס וועט ענדליך זיין גוט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

א איד קען שטענדיג אנהייבן פון פריש.
דער בלאט איז זויבער און ווייס,
חזק חזק חביבי!

דו ביזט מורא'דיג.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

like
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

בלא בלא בלא האט געשריבן:א איד קען שטענדיג אנהייבן פון פריש.
געב נאר דעם שטן א ציוויש
דער בלאט איז זויבער און ווייס,
אפילו עס זעט אויס טונקל נאס
חזק חזק חביבי!

דו ביזט מורא'דיג.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נו וועלכע טאקע?


דיינע זאכן זענען עפעס מורא'דיג!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

זייער שיין געשריבן
מיט גראמען געריבן
מער וויל מיר געקליבן
דורך מתמודד געטריבן
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מתמודד האט געשריבן:ווי איז געגאנגען,
מיינע באלאנגען,
ווער טוט מיך פאנגען,
צווישן גיפטיגע שלאנגען,

וועלכע פאספארט,
קען צוריקטראגן דארט,
צום אנהייבונגס פארט,
זיך צו קלויבן א סארט,

צו וואו טו איך צילן,
הייס אפצוקילן,
צווישן גערילן,
ווייט פון די שטוהלן,

וועלכע אויסוואל,
וועט מיר מאכן נארמאל,
ארויסנעמען פון שטאהל,
הייבן מיין מאראל,

וואס וועט פאסירן,
אויב איך וועל פארפירן,
וועט דאס מיך אויפפרירן,
עפענען די טירן,

ווי קען איך מיר באהאלטן,
פונעם ווינט דעם קאלטן,
סוועט אייביג זיין שפאלטן,
וואס וועלן מיך פארוואלטן,

וועלכע געטראנק,
וועט עפענען דעם שאנק,
מיך אויפהייבן פון באנק,
צו ווערן פריי און פראנק,

וועלכע מאטיוון,
דארף איך נאך אויספרואוון,
צו צוריקשיקן די בריוון,
צוריק צו ווערן איוון,

וועלכע שריט,
וועט אפשטעלן דאס בלוט,
ברענגען דעם מינוט,
וואס וועט ענדליך זיין גוט.


זיסע געזאנגען,
באפרייטע קלאנגען,
זעטיגע זאנגען,
געטון דערלאנגען,

אהיים זאפארט,
צום הייליגן ארט,
מער נישט שנארט,
דעם לויב ווארט,

שטארקע געפילן,
טוט אפשטילן,
די שלעכטע באצילן,
און ווייטאג שפילן,

איבערן וואל,
געהויבן פונעם פאל,
אויך מיט'ן שאל,
געדענקט דעם שטראל,

אין גארטן שפאצירן,
שטארקייט פראדוצירן,
ווייל נאכן פרובירן,
טוסטו עס פירן,

פארשיקט דעם אלטן,
מיט זיינע געוואלטן,
א שופר א געשאלטן,
און זיין וועלט איינפאלט'ן

כ'ווער נישט פארהאנק,
פון אויבן די געשאנק,
אין קאפ די געדאנק,
אנגעפילט דעם טאנק,

ווי די שטיין פון ר' עקיבא'ן
זיך פאראכטן האט ראובן,
און פון ה' סיון,
שמייכלען די כרובין,

אויב מען טוט און טוט,
טראכט פארן שריט,
אויסהיילן דעם שניט,
און אלעס ווערט גוט!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

כ'האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, כ'האב געמוזט שרייבן די צווייטע חלק....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

@מתמודד א שטיק טאלאנט, הערליך געשריבן און געפלאכטן, שיינע טיפע גראמען!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: וואס, וואו, ווען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן, עס גיבט א געוואלד מיט חיזוק.

@טינט איך האב געמיינט אז איך בין געגאנגען די טיפסטע, האסטו מיר געוויזן וואס טיף מיינט.....פאר מיר איז עס א געוואלדיגע קאמפלימענט אז מיינס א פאעזיע האט איינעם געקענט ברענגען אזעלכע מוחין....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”