מיין שמועס מיט מיין פענע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד

אין מיין הארץ א שטוראם גייט
מיין חששות ווער דען פארשטייט

מיין הארץ צוריסן אין שטיקער
מיין גאוויין ווערט מער און דיקער

מיין צער דערגראכט די טיפסטע גאנג
אזוי געוויינט איך האב שוין נישט לאנג

ווער קען קיקן אין די שפאלטן
די קליין קינד וואס איז דארט באהאלטן

מיט א באהאלטענע ווארט
מיט א געזיכט אזוי דערשראקען פארצערט

די אויסגאנג ווייסט נאר גאט
פון א מענטשנ'ס וויסען באהאלטן ער עס האט

איך וויל שרייען אין די גאסן
ווייזען מיין אויג די נאסן

ארויסשרייען מיין אינער
מיין שלאס מאכן דינער

ווי לאנג נאך פארשלאסן
אזטיפיל אינערליכע טרערן פארגאסן

מיין הארץ פילט ווי זי פלאצט
מיין אויג זעהט נאר פארשווארצט

ווער קען איר געבן טרייסט
ווער די געפיל פארשטייט און ווייסט

איך פיל די פענע איז און צארן
אין די פאפיר איז אין כעס געווארן

פארוואס פונקט מיט אונז צוויי
קלאגסטי וואס טוט דיר וויי

מיר ווילן הערן נאר פון פרייד
נישט פון אין די הארץ די שנייד

פענע פענע וויבאלד דו ביזט דאך שטיל
אפלאדען איך מיין הארץ און מאך איר קיל

די מוזט פארשטיין מיין לאגע
אריינגיין אינטער די געדיכטע טראגע

מיין פענע קומט צוריק מיט א אויפברויז
איך בין א פענע בלויז

פארוואס מיינסטו אז איך האב דיין רפואה
צו קען איך דיר געבן דיין ישעה

דו האסט א טאטע דארט און דא
ער איז גרייט דיר צו הערן יעדע מינוט און שעה

עפען דיין מויל ער הערט
דיין געפיל וואס דיין געמוט פארשטערט

נאר ער טוט אריינקריכן
אין דיינע פארבאגאנקייט אינטער זיכן

געב צו אים פון הארץ א קרעכטס
רעד דיך אויס וואס דו מיינסט ס'איז דיין שלעכטס

אוי מיין פענע דו ביזט גערעכט ריכטיג
זיך ווענדען צו אים נאר דאס איז וויכטיג

טאטע צו דיר א בקשה פון דיין קינד
זכור לנו את הברית די בונד

אע"פ שחטא איך בין דאך דיינער
ביטע קוק אויף די הארץ מיינער

וטהר ליבנו טוה איר רייניגן קלאר
איך האלט נישט אויס ביז גאר

אוי אבינו שמע אין מיין שטימע
איך בין דאך פון דיין הייליגע אומה

העלף מיר און גייסטיג און פיזיק
שענק מיר פרייד און גליק

א מתנת חינם שעמעדיג איך בעט
מיט א פלאטערדיגע הארץ צו דיר איך צו טרעט

איך קען נישט מער אזוי
וואס טוט מיר וויי די ווייסט גענוי

אוי השם זיי דיר מרחם שנעל
לעולם אודך אי"ה איך וועל

אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

.

טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

בדוו. דיין פענע האט געזען אסאך אסאך גוטע זאגן פון דיר אויך לויט'ן חשבון, וואס איז ער אזוי בייז?
הערליך!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

טינט האט געשריבן:בדוו. דיין פענע האט געזען אסאך אסאך גוטע זאגן פון דיר אויך לויט'ן חשבון, וואס איז ער אזוי בייז?
הערליך!

שכוח פארן באמערקן דעם יתום (קיינער האט נישט געקאמענט ביז יעצט)
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

שמו האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

א דאנק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

;l;p- :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:
ניין און יא האט געשריבן:
טינט האט געשריבן:בדוו. דיין פענע האט געזען אסאך אסאך גוטע זאגן פון דיר אויך לויט'ן חשבון, וואס איז ער אזוי בייז?
הערליך!

שכוח פארן באמערקן דעם יתום (קיינער האט נישט געקאמענט ביז יעצט)
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מיין שמועס מיט מיין פענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

;l;p- :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:
ניין און יא האט געשריבן:
טינט האט געשריבן:בדוו. דיין פענע האט געזען אסאך אסאך גוטע זאגן פון דיר אויך לויט'ן חשבון, וואס איז ער אזוי בייז?
הערליך!

שכוח פארן באמערקן דעם יתום (קיינער האט נישט געקאמענט ביז יעצט)
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”