פון די טרייסט טרינקן!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

פון די טרייסט טרינקן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

נחמו א טרייסט
א פרישע גייסט
א שטארקע דרייסט

תשעה באב געקלאגט
אויף וואס עס פלאגט
נאכנישט עס טאגט

זכרונות אויפגעוויקעלט
פון צייטן געווארן צעבלוטיגט
און זיך נאכנישט דערקוויקעט

תשעה באב איינגעבויגן
מיט אראפגעלאזטע אויגן
די גייסט צוזאמגעצויגן

געלייגט די געוויכט
אויף די שווערע געשיכט'
ווען פייער פארברענט ליכט

אבער שבת דערפרישט
די איכה אוועקגעמישט
די צער אויפגעווישט

די מנוחה געברענט נחמה
פאר די ערשעפטע נשמה
אין די גלות מלחמה

אונזער גרויסע פאטער
ברענגט אונז נאנטער
שיקט טרייסט לויטער

זיבן לאנגע וואכן
טרייסט אריינבאכן
נישט זיין איינגעבראכן

נישט בלייבן קלאגן
נאר ריקן די וואגן
באלד וועט אנהייבן טאגן

טאקע נאך אין גלות
טאקע נאך בשפלות
ווארטענדיג אויף התגלות

אבער נישט בלייבן שטעקן
אדער גאר צוריקבעקן
נאר זיך פון פריש דערוועקן

פון די טרייסט טרינקן
די באשעפער טוט דאס שענקן
ארויס פון די זינקן
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: פון די טרייסט טרינקן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

שיין!
ס'איז דיינץ?
!און מזל טוב אויף דיין הונדרעטער
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: פון די טרייסט טרינקן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

חסידא ופרישא האט געשריבן:שיין!
ס'איז דיינץ?
!און מזל טוב אויף דיין הונדרעטער


יאפס ברוך השם
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: פון די טרייסט טרינקן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

הערליך
א מייסטער ארבעט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פון די טרייסט טרינקן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

גוטע דזשאב!
דריי שורות זענען זייער פאעטיש. זייער גוט!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: פון די טרייסט טרינקן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

גם אתה יכול האט געשריבן:
ווען פייער פארברענט ליכט


LOVE THAT! WOWOWOWOWOWOWO
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: פון די טרייסט טרינקן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

שכח פאר אלע פיעדבעק
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”