אין הימלדיגן וועלט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

אין הימלדיגן וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

אין מיין חלום איז ער געשטאנען,
איינגעהילט אינעם טלית ווייס,
זיינע פארקנייטשטע אויגן שיינען,
און די שטערן בלאס,

אט זעה איך מיך דארט,
נעבן אים ארויפקוקן צום הימל,
שטיל אן קיין ווארט,
אוי, וואספארא זיס דרימל,

ער כאפט אן מיין האנט,
מיט די אויגן פארמאכט,
תנועות אומבאקאנט,
טרערן רינט, און דאס גאנצע שול'כל שיינט,

שטילע הייליגע ווערטער,
אפילו מיין קינדערישער מוח'ל פילט,
אז דא פון אלע ערטער,
ווערט מיין זעליש הונגער געשטילט,

און אט הייבט מען אן,
דאס זיסקייט ציט און נאגט,
די מלאכים שעפשען מיט אויפן טאן,
ארויף די הימלען מיך טראגט,

נישטא קיין פארדעם קיין נאכדעם,
הימל און ערד צוזאמען מיט פייער שפרינגען,
אפילו איינער ווייט, און אויך - דעם,
וואס מיינט ער קען שוין נישט זינגען,

פאראייניגט מיטן הייליגן אין סוף,
ס'וויל זיך קיינמאל ענדיגן די געפיל,
הלוואי טראכט איך מיט האף,
בלייבן פאר אייביג, מיט גאט דא אין שול,

אויפאמאל א ציטער אין די ביינער,
די קעלט און שלעכטס דרינגט אריין,
מיט מיר איז מער נישט קיינער,
אין שול טונקל, און איך אין בעט אליין,

אבער ערגעצוואו א קליין פייערל ברענט,
און טרייסט דאס קינד אין מיר,
דער טלית'ל ווייט אין גוטע הענט,
און עס וועט נאך שאקלען צום הייליג שיר,


...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אין הימלדיגן וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

הערליך שייו!
איך כאפ אבער נישט פונקטליך וואס דארף דא ווערן ארויסגעברענגט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אין הימלדיגן וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

הערליכע געפילן נישט נארמאל פאעטיש
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אין הימלדיגן וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

נשמת השכל האט געשריבן:הערליך שייו!
איך כאפ אבער נישט פונקטליך וואס דארף דא ווערן ארויסגעברענגט.

לכארה ארויסברענגען א יתום אין חלום מיט זיין טאטע אין שול אדער סתם א חלום מיט א געהויבענע פערזאן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”