די שטערן און לבנה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

די שטערן און לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד
אינמיטן נאכט
די גאס איז שטיל
קומט פאר א שלאכט
מיט קרבנות פיל

מהערט נישט קיין גרודער
גארנישט מ'זעהט
אבער אינדערהיים א מידער
א קאמפ אין די שפעט

איך קוק ארויף צו די שטערן
די לבנה איז ווייס
די שטערן טוען זיך מערן
און מיין אויג ווערט נאס

צי ווערן ענק אויך צוריסן
צי בלוטיגט ענקער הארץ
פון געוויסן צי ווערט עטס צושמיסן
צו זעהן ענק אויך נאר שווארץ

צי ווערו ענק יעדן טאג פריש
מבולבל מיט פרישע געפילן
צי איז ענק יעדע טאג קריטיש
צי דארפן ענק אויך שפילן

פון דא זעה איך א שמייכל
אבער איך ווייס די פאקט
מקען נישט זעהן וואס טוט זיך אין היכל
און מווייסט נישט ווי מאיז צוקלאפט

א שמייכל איז אויך דא ביי מיר
א פרייליכקייט ווי ספעלט אויס
אויפן פנים דיקע שיכטן איך שמיר
אזש מ'זעהט גארנישט ארויס

אבער טיף באהאלטן ברענט א פייער
וואס באקומט פרישע שטאף
אפילו סאיז איינגעהילט אין שלייער
אפילו סקוקט אויס ווי איך שלאף

ווייל ווען אריין איך טראכט
און זעה איין די ווארהייט
אז די וועלט האט נישט קיין מאכט
די עיקר איז ווי נאכדעים מגייט

אין אז סנישט דא חשיבות פאר כבוד אין געלט
אלע זאכן וואס איך נאכלויף
פלוצלונג אלס ווערט אפגעשטעלט
איך כאפ סנישט ווערט וואס איך קויף

מיין טאג טעגליכע רייץ
אין מיין לעבנס וועג
צו א שאול בלי קץ
אפילו מטוט נאר וואס ממעג

מיין קאפ ווערט פארשטייפט
און מיין הארץ קלאפט שנעל
מיין אויער פייפט
אין מיינע מחשבות א תל

ביידע זייטן ציען
איינס די וועלט ווי איך לעב
די צווייטע זייט טוט מיען
צי די וועלט ווי איך שטרעב

פון די פאלטשע עכט
ווער איך ציפליקט
ווייל איך ווייס ווער ס'גרעכט
און ווער די אמת דערשטיקט

לבנה אין שטערן טוטס ווייטער ענקער שליחות
אויפצילאכטן די פזישע טונקעלקייט
אבער איך ווענד מיר צים קל מלא רחמים וסליחות
צי אויפלאכטן די גייסטיגע צרידערדקייט

און צי פירן צו נצחון
די וואס ציען צו גוט
אויספירן זאל די דרך נכון
אוי ווען קומט שוין די מינוט
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום מיטוואך יוני 03, 2020 2:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די שטערן און לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ס'איז דאך אזוי שיין, אזווווווווווווי שיין, הערליך, אבער פאררעכט דיין ספעלינג, סעט דעך זיין אזוי פיל שענער,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די שטערן און לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

שכוח
סאיז אזוי שלעכט?
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די שטערן און לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

איך וויל דיר נישט וויי טאן, אבער, דו שרייבסט פשוט צו שיין און צו פאוערפול, צו לאזן אזעלכע פשוטע טעותים פארשמירן דיינע מייסטער ווערק,
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די שטערן און לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בעסער? אויב נישט ביטע אנצייכענען
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: די שטערן און לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

WOW, שטארקע ווערטער, הערליך געשריבן.

דא דארט שיינט ארויס אביסל פון די נאך טיפערע סמעטענע אין פאזיע,

די בעסטע שטריכן----

...א קאמפ אין די שפעט (שארט סטאפ לעוועל)

...און מיין אויג ווערט נאס (געפיל ארויף אקטאווע)

אפילו סאיז איינגעהילט אין שלייער
אפילו סקוקט אויס ווי איך שלאף (פאעזישע פליס, ציט די מוח און געפילן)

איך כאפ ס'נישט ווערט וואס איך קויף (מוסקלדיגע ווערטער און מוסר השכל)

ביידע זייטן ציען
איינס די וועלט ווי איך לעב
די צווייטע זייט טוט מיען
צי די וועלט ווי איך שטרעב (הערליכע ווערטער שטריך, מוסר השכל)

ווייל איך ווייס ווער ס'גרעכט (פעאטישע קנייטש, גוט)
און ווער די אמת דערשטיקט (שארט סטאפ, גוט)

לבנה אין שטערן [זעצט פאר די] שליחות
אויפצולייכטן די פיזישע טונקעלקייט
אבער איך ווענד מיך צום קל מלא רחמים וסליחות
צו אויפלייכטן די גייסטיגע צורידערטקייט (רופט מוח צו התבוננות, הארציגע הערליכע לשון)

און צו פירן צו נצחון
די וואס ציען צו גוט
אויספירן זאל די דרך נכון
אוי ווען קומט שוין די מינוט (פערפעקט פאנטש ליין, מוסר'דיג, גיט א קיצל וויאזוי דער שרייבער האט געוואלט)

ביי א שטארקע גוטע פאום דויערט א וויילע ביז מ'מישט אריבער ס'בלעטל. דא דויערט נישט אזוי לאנג, אבער עט ליעטס א 3-4 סעקונדעס פויזע אויב מ'האט עס דורכגעליינט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”