קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געוואוינהייט.pdf
(43.01 KiB) געווארן דאונלאודעד 235 מאל


ווען מענטשן וואלטן נישט געשטארבן

עס הייבט זיך די פּאפּולאציע
אנשטאט די אינפלאציע,
די נומערן טוען ארויפשטויסן
זיך הייבנדיג אינגרויסן.

זיי לויפן ארויף אין גאלאפ
קיינמאל נישט אראפ,
וועלט-איינוואוינער טריליאנען
אנשטאט די יעצטיגע ביליאנען.

מ'קען קיינעם נישט פארטרייבן
יעדער איז דא צו פארבלייבן,
יעדער טוט 'בעיס סטיקן'
ס'זענען דא 5,000 יעריגע אנטיקן...

נאר שמחות טוט מען זען
א צרה טוט קיינמאל געשען,
יעדער לעבט און לאכט
פון טויט קיינמאל מ'טראכט.

די טייטש פון בר מינן אדער מת
אויב איינער געדענקט איז א נס,
נישטא קיינע מגיפות
נישט קיין סקילה אדער שריפות.

נישטא קיין מורא פון טעראריסטן
אדער ווילדע מאטאריסטן,
דאס לעבן איז א זיסע
נישטא קיין דין מיתה.

עראפלאנען מעגן קראכן
באמבעס פלאך מאכן,
איינזינקען אין ים ווי בליי
מ'לעבט עס איבער סיי-ווי-סיי.

ס'נישטא קיין בית החיים פאר געבעט
עס איז פארבויעט מיט הייזער און שטעט,
די טירן פון לוייה הייזער פארקלעבט
אינעווייניג דורך שפינען אנגעוועבט.

אויב א יתומים-אנשטאלט האט עקזיסטירט
האט עס שוין פונלאנג באנקראטירט,
דער גיהנום איז פארזיגלט
אפגעקילט און פארריגלט.

נישטא קיין מציבות
מיט גראמען און ראשי תיבות,
נישטא קיין קליענטן
פאר מאָנומענטן.

נישטא קיין תכריכין
אדער רימה ותולעה וואס קריכן,
יעדער האט א זכות קיום
דאס לעבן קומט נישט צו א סיום.

אויף אייוועלט פארשפארט מיט א חותמת
דער אשכול פון ברוך דיין האמת,
ס'ווערן געשאפן דילעמעס
מען דארף זוכן אנדערע טעמעס.

די ירושלימ'ער דרוקערייען
קענען עס נישט פארדייען,
מ'טוט זיי באיקאַטן
קיינער דרוקט נישט פּלאקאטן.

נישטא קיין לויות אדער מחאות
נישטא אין די גאסן פרעות,
מ'מעג אויסגראבן קברים פון ארט
ווייל קיינער איז נישט באגראבן דארט.

מ'דארף נישט שרייען ביים טיר
פון אבו-כאביר,
אויף כבוד המת איינצורייסן
היות ס'נישטא טויטע ביי די אויפרייסן.

די וועלט-פארזאגער זענען פארנומען
מיטן נאז קרומען,
מענטשן פארמערן זיך ווי די ארבה
הבה נתחכמה לו פן ירבה.

די מענטשליכע אנווארעמונג קאסט א פרייז
ס'צולאזט דאך פאר די בערן די אייז!
מ'זעט אין די אייז-בערג שפאלטן
מ'מוז דאס צוריקהאלטן.

אויף אזא טראגעדיע
ברענגט וויקיפּעדיע,
אז מ'טאר אזוי נישט לעבן
צופיל פּאָלושען ווערט ארויסגעגעבן.

אַן אויפטו טוט מען פּראדוצירן
מ'דארף שאפן א מושג פון עלימינירן,
מען מוז באשאפן אזא זאך ווי טויט
ס'איז דאך א פאל פון נויט.

מ'דארף ערמארדן מאסן
פון אלע ראסן,
לאזן נאר די אומלעגאלע
און ענווייראמענטאלע.

גרופעס טוען זיך פארמירן
מ'לאזט זיך נישט שאנטאזשירן,
מען וויל א לעבן א נארמאלן
זיך נישט לאזן פון די ליבעראלן.

קיינער וויל נישט ווערן באגראבן
מ'וויל אַן אייביגע לעבן האבן,
אריכות ימים ושנים
ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.

===

ווי צעשוידערט וואלט מען געווארן
אויב מ'הערט איינמאל אין 70 יארן,
א שרעקליכע בשורה
אז איינער ווערט געברענגט לקבורה!

א חורבן! ס'געפאלן א קרבן!
איינער איז נעבעך געשטארבן!
עס ווערט א איבערקערעניש
א סענזאציע א פארזעעניש.

פון מויל צו אויער טראגט זיך די נייעס
עס גייט פשוט אויס דאס חיות,
מען דרייט זיך ארום צעשאסן
אינגאנצן פארטרויערט און פארדראסן.

שוין פון סטאַלינ'ס פגירה
נישט געהערט פונעם מושג 'פטירה',
און יעצט אזא מעשה?
ואנחנו לא נדע מה נעשה!

נידערגעשלאגן און צעטראגן
מ'טוט וויינען און קלאגן,
ס'איז גרויס די אנחה דער יגון
מ'קען עס נישט איבערטראגן.

אויך די ווייטע בודהיסטן
קאלטע ווייסע-סופּרעמאסיסטן,
יעדער איז ערשיטערט
פונעם מלאך המות מ'ציטערט.

יעדער איז פערזענליך באטראפן
פיינט ווי פריינט זיך צוזאמגעלאפן,
אינעם וועטער דעם קאלטן
אזא לוייה מיטצוהאלטן.

יעדער רייסט קריעה
מיט א הימל שפאלטנדע בכייה,
זעענדיג ווי דער ארון ווערט געפירט
דעם טיפן באדייט מ'פילאזאפירט.

יעדער פילט ווי א קרוב
צום עולם קטן וואס איז חרוב,
אויפגעהערט זיין עקזיסטענץ
ס'איז א שרעקליכע קאנסעקווענץ.

מענטשן פרעגן מיט בושה
וואס מיינט חברא קדישא?
ס'הערשט א דור הפלגה
קיינער האט נישט קיין השגה.

פאר די אויגן איז שווארץ
ס'בויערט אין הארץ,
עס לויפן נאך פאנטאזיעס
פון שוידער און שאק כוואליעס.

מ'קוקט מיט פחד און שרעק
א לעבן געקומען צו אַן עק,
פון ספר החיים פארמעקט
אין א קאַסטן צוגעדעקט.

מ'זוכט אין פארשטויבטע ספרים
אויב ס'דא הלכות נפטרים,
מ'פארשט וואס מיינט קברים?
מ'איז צעבראכן בשברי שברים.

יעדער עסט זיך די גאל
וואס טוט מען אין אזא פאל?
ויצא העם לקושש
דארף מען אויף מיתה זיין חושש?

יעדער זוכט מקורות
מען בויעט אויף תורות,
וואס פאסירט מיטן נשמה?
און פארוואס איז דער גוף טמא?

וויאזוי טייטשט מען אויס
די מציאות אז א נשמה איז ארויס?
דער קערפער ווי א דומם געלעגן
קען ער זיך טאקע נישט באוועגן?

מ'וויל פארשטיין יונג און אלט
פארוואס דער גוף ווערט קאלט?
אנדערע טוען אויסטשעקן
פארוואס הייבט דער גוף אן שמעקן?

קיינער האט גארנישט קיין אנונג
יעדער פאלגט נאך מיט שפאנונג,
ווי מ'באגראבט אין ערד
דעם באטראפענעם פון מלאך המות שווערד.

ווי דער שטייגער
שטייגט דער נייגער,
מ'איז חוקר ודורש
וואס מיינט א יורש.

יעדער שיקט טרייסטן
צו דערהייבן צעבראכענע גייסטן,
אינאיינעם מתחזקים
הערנדיג צום ערשטן מאל פון 'מתעסקים'.

עס איז קורץ דער פארשטאנד
ס'ווערט א כאאס צושטאנד,
זיך אפשפרעכן מען לויפט
אלע סגולות מען קויפט.

מ'נעמט אן אלע מיטלען
אל הקודש פנימה מיט קוויטלען,
מ'נעמט זיך פאר קבלות
רשימות לאנג ווי די גלות.

יעדער וויל פארשטיין אלעס
מ'האט הויפנס מיט שאלות,
מען טוט בייוואוינען היסטאריע
מ'זעט אז ס'איז נישט א בלויזע טעאריע.

אלע סארט סטאטיסטיקס אפירקומען
האלטן יעדן פארנומען,
ווער איז געשטארבן דער יונגסטער?
וועלכע מיתה איז דער גרינגסטער?

ווען נאך, איז געשען אזא בראך
אויף א מיטוואך?
נומערן און פאקטן איז הייסע ווארע
מ'זוכט עס אין יעדע שפּארע.

נייגעריגע פרעגן אויס פּאַטאַלאָגן
שאקירטע נעמען אויף פסיכאלאגן,
אין צייטונג א לאנגע עדיטאריעל
ארגאניזאציעס שטעלן א מעמאריעל.

עס ווערט א רעדע א שמועס
איבער לייף אינשורענס פּאַליסיס,
מ'רעדט זיך דורך מיט רבנים
צו שרייבן צוואה פאר די בנים.

די דאקטוירים צווחין אף עקתין
מ'מוז אויפקומען מיט א וואקסין,
מ'דארף איינשפאנען יעדע עידזשענסי
פאר די אינטערנאציאנאלע עמערדזשענסי.

תחיית המתים'ס באדייט
לערנט מען מיט קינד-און-קייט,
מ'לערנט אין די מיידל-שולעס
וואס מיינט גלגול מחילות.

מ'איז מתפלל צום פודנו ומצילנו
כאטש עלה מות בחלונינו,
זאל ער זאגן למשחית הרף
צוריקלייגן אינעם שיידל די חרב.

די תשובה ערוועקונג
באקומט ברייטע דעקונג,
זמן תשובה בא וממשמש
יעדער איז די מעשים מפשפש.

מ'מאכט נישט שלום מיטן פאַקט
אז דער טויט האט איינעם געפּאַקט,
מ'קען עס נאכנישט אראפשלונגען
ס'בלייבט די טעמע ביי אלע פארזאמלונגען.

ס'דויערט א צייט א ענדלאזע
מיט פילע נעכט שלאפלאזע,
ביז צום אויסקורירונג
פונעם טראגישן פאסירונג.

===

אבער ס'איז נישט אונזער ברירה
שטארבן איז א הימלישע גזירה,
א ביטערע מציאות
דער שיקזאל פון אלע בריות.

ווייל ס'איז א אפטע ערשיינונג
זענען מענטשן ביים מיינונג,
מ'זאל פארבייסן די ליפן
די אומעט אוועקשטופן.

וויבאלד מ'רייסט פון אונז שטיקער
פארגעסט מען פונעם עיקר,
מ'זאגט מיט א האלבע קרעכץ
מ'זאל נישט וויסן פון קיין שלעכטס.

מיט דעם האט מען יוצא געווען
אן די טיפקייט איינזען,
מיט א הארץ א פארמאכטן
לאזט מען זיך נישט טראכטן.

ס'איז אויפן הארץ אביסל שווערליך
אבער נישט געפערליך,
דער מלאך המות מיינט נישט מיר
ער איז נאכנישט ביי מיין טיר.

אלס חשש פון דעפּרעסיע
פארטרייבט מען מיט אגרעסיע,
יעדע הרהור תשובה בכל יכלתו
כבלעו כך פלטו.

מ'פארלעשט דעם פונק
נישט צו כאפן דעם וואונק,
מ'בלייבט פארטייבט
א מחשבה טובה מ'פארטרייבט.

דאס טוט אויפווייזן
אז מ'קען די אויגן פארגלייזן,
השי"ת טוט א מעסעדזש שיקן
און מ'טוט דערפון אוועקקוקן.

א מענטש טוט זיך צוגעוואוינען
דאס שרעקליכסטע צו בייוואוינען,
קוים וואס די בשורה טוט קיצלען
כאטש ס'וואלט געדארפט צופּיצלען.

דאס געוואוינהייט
ברענגט גלייכגילטיגקייט,
אזש מ'כאפט נישט קלאר
וואס באמת קומט פאר.

א מענטש דארף באמת יא פילן
ארויסברענגען זיינע געפילן,
נישט צולאזן גערן
דער הרגל זאל א טבע ווערן.

זיך אנשטרענגען מיט כוח
אויפן לב זאל זיין שליט דער מוח,
דאס הארץ צו ערוועקן
ווען מ'זעט דעם שטעקן.

אויפמערקזאמקייט שענקען
דעם 'לאן אתה הולך' געדענקען,
הסתכל בשלשה דברים כסדר
נישט ווארטן אויפן ליידער ליידער.

ווען מ'הערט בשורות איוב
איז ממש א חיוב,
דעם יצר איבערצוקומען
און יא ווערן באנומען.

די געלעגנהייט אויסנוצן
די נשמה אביסל אויספּוצן,
דעם 'שפרו מעשיכם' דערהערן
צו השי"ת זיך אומקערן.

יזכור לו יום המיתה
עס איז א ברית כרותה,
א שאד צו ווארטן ביז דער טויט
רירט אן די אייגענע הויט.

שוין פון היינט זיך באזארגן
טראכטן פונעם מארגן,
איינפּאַקן אין די זאטע טעג
צידה לדרך אויפן ווייטן וועג.

וחילופיהם בגולם...
ער זאגט: כך דרך העולם,
ווי א קינד א בן סורר
וויל נישט ווערן נתעורר.

ער וויל נישט אראפקומען פון בוים
ער שרייעט: ס'דאך מעשים בכל יום!
ער כאפט נישט די נושא
א רחמנות א גרויסע.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ואפי' בחוח שבתוך השושנים בודאי גם שם נמצא הקריעטיוויטי...

;a-1; געוואלדיג!
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

א גראמער מיט אויסטערלישע תוכן,

יישר כח!
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
We want more
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך ווייס נישט צי וויינען אדער לאכן. אבער דאס איז אמעזינג ;l;p- ;l;p- ;l;p-

טאלאנט טאלטנט טאלנט קען שוין קוים ווארטן אויך נאך
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

גוט צעקיצלט! שכוח רעב חוח!
מלך שהשלום שלו
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

Wow wow wow

ארײן אין די בײנער

מעסיװ גראמען, גוט געזעצט,

אײזענע נקודה מיט סאליד אױסדרוקן

ײשר כוח
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

ריין כשרון!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

א גרויסן ישר כח
פאר ידידנו הרב 'חוח'

בין השושנים
ער טוט אונז דערמאנען

יזכיר לו יום המיתה
מיט א פעדער א זיסע



דער ווערט נאר בעסער פון טאג צו טאג.
Keep'm coming
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

אויסטערליש, שוב יום אחד לפני מיתתך אזוי פארשטענדליך אראפגעלייגט
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א דאנק א גרויסן פאר יעדן וואס האט גענומען די מי עס צו לייענן, טראץ די אומפארמיידבארע לענג דערפון.
א באזונדערן דאנק פאר אלע וואס האבן זיך באדאנקט ברבים, דאס געבט א ווילן אנצוגיין בעת הפנאי מיט נאך סחורה.
אין ענקער זכות האב איך א געלעגנהייט זיך אויסצושארפן דעם חוש פון ארומשפילן מיט ווערטער, אויסטרעפן נייע מליצה'לעך, בויען מיין קריעיטיוויטי, און ארויסקוועטשן א ברעקעלע הומור.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נאכאמאל און נאכאמאל. דו ביסט געוואלדיג. דיינע רעיונות עס איז נישט פשוט.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ביוטיפול. ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער שיין.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

בענקעל האט געשריבן:נאכאמאל און נאכאמאל. דו ביסט געוואלדיג. דיינע רעיונות עס איז נישט פשוט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א מייסטערווערק, פון יעדן פערספעקטיוו!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

די חידוש פון חוח איז אז נאך יעדע מאל באווייזט ער פון פריש צי איבערראשן מיט חידושים
א חידוש פון א גראמער
א חידוש די מליצות
א חידוש און איידיעס
א חידוש און תוכן
זכרו ריח הניחוח
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליכע פערעלעך
ברענגען טרערעלעך
ערוועקן הערצעלעך
שיינע גראמעלעך
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יעצט, ווען ס'איז ליידער אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו, מענטשן זענען טיף שאקירט פון די בשורות איוב וואס מ'הערט זיך אלס צוזאם, קען חלילה זיך אריינכאפן א געוויסע צוגעוואוינקייט און גלייכגילטיגקייט צום פאקט אז מענטשן פאלן ה"י.

איז כדאי נאכאמאל ארויפצוברענגען מיין פאעם וואס כ'האב דא ארויפגעלייגט נישט לאנג צוריק, נאך אין פרידנס-צייטן: וואס וואלט געווען אויב מענטשן וואלטן נישט געשטארבן, און מיטאמאל הערט מען א בשורה אז 'איינער איז ל"ע אוועק', ווי צעטרייסלט וואלט מען געווארן און וואסערע התבוננות ס'וואלט געווען.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Wow כהאב עס בכלל נישט געדענקט!

זייער, מח - שטורעמדיג
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נישט געזעהן ארגינעל.
"זייער שיין" איז ווייניג געזאגט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יעצט געליינט. ממש אין מילים!!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

Re: קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

חוח, דו ביזט אנבעליוועבל!! מלא טאלאנט, תוכן און טיף.
איין ווארט: אמעיזינג!!!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: קען מען זיך 'צוגעוואוינען' צו שטארבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

גוט געזאגט, גוט געגראמט, גוט געזעצט, גוט!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”